״אמונה״ מהו?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 612
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 749 מאל

״אמונה״ מהו?

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

שוין דא כמה וכמה אשכולות אין דעם שטיבל ווי מ׳רעדט און מ׳איז דן איבער מערערע ״נושאים״ וואס דער מאמין גלייבט ׳דערין׳. משא״כ דא ווילעך דעזיגנירן א פלאץ דן צו זיין און דעפיינען וואס דאס ווארט ״אמונה״ מיינט. וואס איז דער עצם זאך און מהות פון דעם מושג ״אמונה״?

(איך שרייב לפי קט שכלי און די יודעי דבר זענען געלאדענט צוצולייגן א פלייצע און אויב ס׳שוין דא אזא אשכול ביטע צו-ווייזן)

איז אזוי: קודם וואס איז זיכער איז זיכער, אז ס׳מיינט ״נישט״ עפעס וואס איז דיר נתאמת אלץ פאקט מחמת וואס דו זעיסט עס מיט דיינע פליישיגע אויגן, ווייל דאס הייסט דאך ״ראיה״ [ראיית העין]. ווי אויך איזעס נישט א ידיעה וואס דו האסט מכח ״זיין שכל׳דיג איבערצייגט״ אין עפעס, ווייל דאס הייסט אויך ״ראיה״ [ראיית עיני השכל].

אזוי אויך און ס׳פשוט אזוי, אז עפעס וואס מ׳איז נישט זיכער דערין הייסט ״ספק״ און נישט ״אמונה״. [און ווען מ׳האלט אינעם מחשבה נאר איין צד פונעם ספק (הגם ס׳קען זיין אז ס׳איז א ״דרך״, א וועג צו קריגן אמונה וקיום מצות האמונה, איזעס אבער נישט וואס אמונה איז בעצם מהותה, ואין על זה אנו דנין כאן ואכמ״ל בזה) און מ׳חזר׳ט זיך עס איבער און איבער (ווערטער/בילדער) ווי א מענטרא (mantra) מיינעך אז ס׳הייסט אין לשה״ק ״דיבור״ אדער ״מחשבה״, ״כוונה״ און נישט דאס מיינט די ווארט ״אמונה״.

המשך יבוא בעז״ה
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער פרטים איבער די קלענערע היימישע חבורות וואס קומט פאר ׳בתוך עמי׳ שיקט אן אימעיל צו: teauvent@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר