ווערן קאנווינסד, שכל אדער געפיל?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 728
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2240 מאל

ווערן קאנווינסד, שכל אדער געפיל?

שליחה דורך אלפא »

אן אינטרעסאנטע פענאמענאן וואס מ'זעט לגבי ווערן קאנווינסד פון ארגומענטן בכלל און לגבי אמונה וכדו' בפרט, איז אז זייער אסאך מאל איז די טענות אליין נישט גענוג צו בפועל מאכן דעם מענטש עס אננעמען, דהיינו, די זעלבע ארגומענט וואס ביי איינעם האט עס איבערגעדרייט זיין לעבן קען ביי א צווייטער -מיט די זעלבע קאגניטיווע מעגליכקייטן- אדורכצוגיין אן געבן קיין ריר, והדבר אומר דרשוני.

כמובן זענען דא מאנכע אויף ביידע זייטן וועלכע שרייען אז די אנדערע איז בעצם קאנווינסד נאר ער לייקנט עס, און איבער דעם איז טאקע דא די גאנצע מערכה צו עס עקזיסטירט אזא מושג ווי non resistant non believer, (- דאס אז איינער זאל זיין אינגאנצן נוטראל צו די ארגומענטן (כלפי רעליגיע) און נישט סובקאנשעסלי דוקא דיסמיסן איין צד), געוויסע רעליגיעזע טענה'ן איבער קלוגער אטעאיסטן אז זיי רעדזשקטן בפועל די ארגומענטן לטובת א ג-ט ווייל נוטראלערהייט ארבייט עס בהחלט, מעט דילהאנטי איז איין באקאנטע קעגנער וועלכע נוצט אפט די טענה אז ער איז נישט קאנווינסד אלס ארגומענט אז א ספעציפישע לאגיק איז נישט מאסגעבנד.

אלעקס אקאנאר שמועסט דא אויס א גאנצע קאנטער ארגומענט דערפון, אז אויב ג-ט עקזיסטירט און ער איז א גוטער וואס וויל דאס אלטימעט גוטס פאר יעדעם וואלט ער נישט געקענט לאזן זיין אדרעס אזוי vague אז נוטראלערהייט זאל מען עס נישט באמערקן. (די רעליגיעזע ענטפערס זענען אדער אז NRNB איז נישט קיין פאזיציע ממילא איז נישטא באמת קיין מציאות פון נוטראלערהייט. אדער אז ג-ט האט זיך זיינע סיבות צו זיין טאטאל באהאלטן אפי' פאר נוטראלע מענטשן... ואכמ''ל)

וואס איז אבער אינטרעסאנט איז די פענאמענאן וואס אלעקס אדרעסירט שפעטער דארט, אז רעליגיעזע עקספיריענסעס אדער געוויסע ספירוטואלע עקספיריענסעס האבן אין פאקט יא א כח צו ברענגען א מענטש אין א פאזיציע צו גלייבן, דהיינו, מה שלא עשה השכל עשה הגעפיל, ווען די ארגומענט אליין האט נישט מצליח געווען צו טוישן איינעמס בליק האט אבער א געוויסע געפילישע עקספיריענס יא מצליח געווען אין 'אויפצוקלערן'.

די טיפערע שאלות דא איז:
1. ווי קראנט איז א געפיל ווען עס קומט צו עפיסטעמאלגיע און נעמען שטעלונגען בכלל? פון איין זייט וואלט עס פאר א ראציאנאלער מענטש נישט געדארפט אויסמאכן, און פון די אנדערע זייט קען מען אנקוקן די גאנצע נושא פון מיינונגען בכלל אלס א תולדה פון אינטואציע, און אינטואציע קען גרינג ווערן קאנפלעיטעד מיט געפילן, און מ'קען אפשר יא זען די שייכות און אטאריטעט פון געפילן בנוגע נעמען א שטעלונג..

2. וואס זאגט עס אונז איבער טענה'רייען און לאגישע דעבאטעס בכלל, אויב קומט אלעס למעשה אראפ צו מ'האט די געפיל אויף איין וועג אדער די אנדערע, און אויב ווענדט זיך עס ווי לאקי מ'איז צו עקספיריענסן געוויסע געפילן, וואס איז די פוינט פון פראבירן אויפצוקלערן איינעם ראציאנאלערהייט?

פארשטייט זיך ביי רוב נושאים קען מען יא fairly זאגן אז לאגיק קען קאנוויסן א ראציאנאלער מענטש, פשוט ווייל נישט אלעס איז שוין געווארן צונומען און נייע אינפארמאציע אדער אפשאצונגען האבן נאך וואס צו זאגן. אבער ווען עס האנדלט זיך מיט די 'גרויסע פראגעס' ווי רעליגיע, רעכטע/לינקע פאליטישע שטעלונג, פילאזאפישע יסודות, אין וואו כמעט יעדע טענה אויף יעדע זייט איז שוין פון לאנג געווארן נוטרעלייזד, פארוואס זיך טענה'ן?

טשענק זאגט דא ביים סוף אז יעדער פארטיזאן צוהערער גייט ממילא ארויסגיין מיט מער קאנפירמעישאן בייעס, אבער ער אפיעלט צו די מיטלגארטיגע/אינדיפענדענטס. וואס איז אויך דא די זעלבע נקודה, אז איינער וואס האט skin in the game מיט מדנ''י/אידן אדער מיט פאלעסטינער/אראבער גייט נישט ווערן איבערצייגט פון נאך א טאלקינג פוינט פון די צווייטע זייט, וואס דערציילט דאס פון אן אביעקטיוון פוינט אוו וויו? זענען די טענות אליין נאך עפעס ווערד אויף איינער פון די זייטן, אדער מוז מען זיין אינוועסטירט כדי צו בכלל 'פארשטיין' די ארגומענטן?


צוריק צו ג-ט, לדעתי איז פעיר צו זאגן אז הענס די צוויי פאזיציעס (טעאיזם/אטעאיזם) זענען נישט ממש איינס מער וואליד ווי די צווייטע, והא ראי' נאר געפילן קענען טוישן איינעמס דירעקציע, דערפאר קוק איך אן דעם דיפאולט אלס מוחזק און זייענדיג געבוירן אלס פרומער איד איז די פאקערטע די עליו הראיה צד (וואס ווי געשמועסט קען ער נישט ברענגען קיין ראיה פונקט ווי מיין זייט קען נישט). די שאלה און squandering איז נאר צו מ'קען אויסצוען די מוחזקות אויך לגבי נושאים וואס די אפאזיציע ארגומענטן זענען שוין יא מיט א געוויסע פראצענט שטערקער, א שטייגער ווי ארטאדאקסיע/חסידות בתוך אידישקייט וואס לויט געוויסע ווארשיינליכקייטן האט נישט קיין פארבינדונגען מיט אויטענטישע/ארגינעלע אידישקייט, אדער בכלל די נושא פון תורה מן השמים וואו די סופארטינג טענות זענען שוין שוואכער ווי די קעיס פאר ג-ט אליין?! וצ"ע.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר