בלאט 1 פון 1

התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:50 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
אמאל האט יעדער פארשטאנען אז אין די היינטיגע וועלט דארף מען דעם כח פון אסאך רבנים אינאיינעם.

אזוי איז געווען אין די גרויסע שטעט אין אירופא, אין ווארשא, אין ווילנא, אין בודאפעסט וכו' א איגוד הרבנים.

אזוי קען מען מתקן זיין תקנות. מ'קען אדרעסירן וואס דער ציבור באדארף אאז"וו.

וואס איז די סיבה פארוואס היינט שפירט שוין קיינער נישט אז מדארף האבן מועצת פון גדולי התורה?

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:57 pm
דורך ארכיטקט
ווייל יעדער וויל זיין די מושל בכיפה, סוי ווער גייט עס אנפירן?

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:09 am
דורך שמעון וואלף
ארכיטקט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:57 pm ווייל יעדער וויל זיין די מושל בכיפה, סוי ווער גייט עס אנפירן?
איך וואלט געזאגט אביסול אנדערש.יעדער האלט אז ס'דארף זיין, אבער איך מוז עס פירן.

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:16 am
דורך תשפג
דאכט זיך אז אין אנטווערפען איז נאך דא אזא געדאנק.

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 9:51 am
דורך סוף טוב הכל טוב
תשפג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:16 am דאכט זיך אז אין אנטווערפען איז נאך דא אזא געדאנק.
און אויך אין לאנדאן.
און בעצם אין א"י איז דאך פאראן ענליכס, די מועצת מיט די בתי דין וועלכע נעמען אריין אסאך געמיינדעס אונטער זייער שירעם.

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 11:28 am
דורך היימלינד
די קערפערשאפטען זענען נאך אבער ס'מיינט כמעט גארנישט, ס'איז פשוט צופאלען דורך דעם וואס די קהילות זענען זיך שטארק ציוואקסען

אוט אף טאון ווי עס זענען פארהאן קלענערע קאמיוניטיס און דר'עולם זענען קלענער אויבער חכמים, מיינט נאך OU YO Agudath Israel YI ועוד, אסאך

און ארץ ישראל הייסט עס נאך קלאמפיש אז עדה"ח און אגו"י זענען נאך עפעס ווערט, און קען טאקכ זיין אז יא, אבער נישט קיין סאך מער ווי עפעס

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:11 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
אזא ארגעניזאציע פאלט צוזאם וועגן ציונות די ערשטע טאג נאכן גרינדונג.

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:12 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
אויב נישט ציונות וועט די פעטוועי וכדו'......

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:17 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
בקיצור מיר ווייסן נישט ווי אזוי צו האבן חילוקי דיעות אויף א געזונטער וועג. אפשר דארף מעל אויסלערנען די קינדער אין חדר אזא מושג ווי חילוקי דיעות.
למשל אז ס'דא רבנים לאזן האבן סמארט פאונס. און ווער ס'האט א סמארט פאון איז נישט קיין גוי. ער האלט פשוט אז מ'מעג. ווער ס'איז א ציוני איז נישט קיין גוי. ער האל אז ציונות איז די ריכטיגע וועג. וכדו' וכדו'

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:30 pm
דורך אבימלך
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:17 pm בקיצור מיר ווייסן נישט ווי אזוי צו האבן חילוקי דיעות אויף א געזונטער וועג. אפשר דארף מעל אויסלערנען די קינדער אין חדר אזא מושג ווי חילוקי דיעות.
למשל אז ס'דא רבנים לאזן האבן סמארט פאונס. און ווער ס'האט א סמארט פאון איז נישט קיין גוי. ער האלט פשוט אז מ'מעג. ווער ס'איז א ציוני איז נישט קיין גוי. ער האל אז ציונות איז די ריכטיגע וועג. וכדו' וכדו'
דאס איז דאך די פראבלעם
מ'האט אונז אויסגעלערנט אז האבן א סמארט פאון האט נישט קיין היתר, פאר קיינעם

אדער אין סאטמאר ווייסט מען אז ווער ס'גלייבט אז ס'מעג זיין א מדינה, אדער אז מ'מעג גיין צו די בחירות, זענען זיך זיכער טועה, און באמת איז עס זיכער אסור

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:14 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
אבימלך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:30 pm
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:17 pm בקיצור מיר ווייסן נישט ווי אזוי צו האבן חילוקי דיעות אויף א געזונטער וועג. אפשר דארף מעל אויסלערנען די קינדער אין חדר אזא מושג ווי חילוקי דיעות.
למשל אז ס'דא רבנים לאזן האבן סמארט פאונס. און ווער ס'האט א סמארט פאון איז נישט קיין גוי. ער האלט פשוט אז מ'מעג. ווער ס'איז א ציוני איז נישט קיין גוי. ער האל אז ציונות איז די ריכטיגע וועג. וכדו' וכדו'
דאס איז דאך די פראבלעם
מ'האט אונז אויסגעלערנט אז האבן א סמארט פאון האט נישט קיין היתר, פאר קיינעם

אדער אין סאטמאר ווייסט מען אז ווער ס'גלייבט אז ס'מעג זיין א מדינה, אדער אז מ'מעג גיין צו די בחירות, זענען זיך זיכער טועה, און באמת איז עס זיכער אסור
איך מיין אז הערצל (שר"י זצ"ל ימ"ש זי"ע) האט געזאגט נאך באזעל, אז דאס אליינס אז מ'האט געקענט גרינדן אזא כנסת ישראל וואו עס ווערט רעפרענזענטירט כלל ישראל איז שוין דער גרעסטער אויפטוה.
עפעס אזוי.
זאלן די ברענגערס ברענגן קלארערע דיבורים.

אבער איך מיין אז די רבנים כאפן נישט אז אן א א כח המאחד, וועט זייער כח אויך פארלוין ווערן.
ווי דער באקאנטער משל פון די העלצער פייער, אז אליינס ברענט קיינער נישט גוט.

וואס איז דער כח פון א רב, אויב איך קען איהם אנפייפן און גיין נעקסט דאר צו זיין קאמפעטישן?

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:21 pm
דורך berlbalaguleh
תשפג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:16 am דאכט זיך אז אין אנטווערפען איז נאך דא אזא געדאנק.
דארט איז דא 2 אפיציעלע, עטאבלירטע קהילות. מחזיקי הדת און שומרי הדת. די אלע אנדערע, קלענערע קהילות פאללן אריין אונטער די אמברעללא פון איינע פון די 2 קהילות. וויל א יעדע אפיציעלע שטאטישע פונקציע גייט דורך די וועד הקהילה. צי מקוואות אדער כשרות און אנדערע קהילה באדערפענישן. (.אזוי האט מער מיר פארציילט) בשעת די צווייטע וועלט מלחמה האבן זיך ביידע קהילות פאראייניגט. נאך די מלחמה זענען זיי געווארן צוריק 2 באזונדערע קהילות.

מחזיקי הדת זענען מער קאנסערוואטיוו (ארטאדאקסיש) געשטימט. די רוב באשטייט פון פוילישע און יעקישע אידן. שומרי הדת איז מער נוטה צו מזרחי.

Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 4:33 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:21 pm
תשפג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:16 am דאכט זיך אז אין אנטווערפען איז נאך דא אזא געדאנק.
דארט איז דא 2 אפיציעלע, עטאבלירטע קהילות. מחזיקי הדת און שומרי הדת. די אלע אנדערע, קלענערע קהילות פאללן אריין אונטער די אמברעללא פון איינע פון די 2 קהילות. וויל א יעדע אפיציעלע שטאטישע פונקציע גייט דורך די וועד הקהילה. צי מקוואות אדער כשרות און אנדערע קהילה באדערפענישן. (.אזוי האט מער מיר פארציילט) בשעת די צווייטע וועלט מלחמה האבן זיך ביידע קהילות פאראייניגט. נאך די מלחמה זענען זיי געווארן צוריק 2 באזונדערע קהילות.

מחזיקי הדת זענען מער קאנסערוואטיוו (ארטאדאקסיש) געשטימט. די רוב באשטייט פון פוילישע און יעקישע אידן. שומרי הדת איז מער נוטה צו מזרחי.
ענטשולדיגט, בשעת די צווייטע וועלט מלחמה איז נישט געווען קיין קהילה בכלל, נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך געעפענט א פארייניגטע קהילה פאר א קורצע צייט, זיי האבען צוזאמען געדאווענט אין די ביהמ"ד אויף די טערליסט שטראסע, אבער ווען ר' שלמה קלאגסבאלד ע"ה איז צוריק געקומען פון לאגער האט ער צוריק געעפענט מחזיקי הדת. שמעתי אז סאטמאר רב זצ"ל האט געהייסען זיינע חסידים צו זיין מעמבערס אין מחזיקי הדת