בלאט 1 פון 2
מונה רוזנבלום אלס קאמפאוזער
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:14 pm
דורך חאצקל
רוב וואס ווייסן פון דעם מוזיק דזשיניעס, מונה רוזנבלום, ווייסן בעיקר פון זיין מוזיק, וואס פון דעם אליין איז דא צו רעדן און רעדן. ווייניג ווייסן אבער אז מונה איז א זייער קאלירפולער און רייכער קאמפאוזער וואס מיט זיינע ניגונים דארף ער זיך נישט שעמען פון די אנדערע גרויסע קאמפאוזערס היינט. ס'נאר א שאד אז ער מאכט נישט מער ניגונים. אט צו דעם נושא וויל איך באציען דעם אשכול. איך וועל אויסרעכענען עטליכע באקאנטע ניגונים פון אים:
אל תתיאש, משיח, שמע בני, פון מב"ד; לך אתן פון דדי (הורא); אתה נגליתה פון עוז והדר (א יצירה); אשרכם תלמידי חכמים; למה מוריה; מלך מלך; הוי דן (מנדלסון); לא נזוז מכאן (מבד מונה 3); רבונו של עולם; בעזרת הד' ; ושננתם לבניך פון עמית ליסטוונד;
אז איך וועל מיר דערמאנען נאך וועל איך אי"ה שרייבן נאך. איר קענט מיר אויך דערמאנען, און בכלל וואס זאגט איר צו זיינע ניגונים?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:31 pm
דורך גלות יוד
גערוישן אין הימל, און ווער האט געמאכט המלאך פון עמית ליסטוונד? איך טראכט מונה יא?
לא ישא גוי אויף איינע פון די העסקס
יהי רצון פון די הדרן אויף מונה 3 אויכט א יצירה
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:46 pm
דורך חאצקל
גלות יוד האט געשריבן:גערוישן אין הימל, און ווער האט געמאכט המלאך פון עמית ליסטוונד? איך טראכט מונה יא?
לא ישא גוי אויף איינע פון די העסקס
המלאך פון עמית איז פון מונה? אויב יא פארדינט ער ביי מיר נאך פונקטן, ווייל איך ווער זייער נתפעל פון דעם ניגון. ביטע מאכט זעכער צו עס איז זיינס.
לא ישא גוי מיינט איר פון מיאמי אדער עפעס אנדערש, ווייל פון מיאמי איז קאמפאזירט דורך ביגאן
און אז איר רעדט שוין פון גערוישן אין הימל, ווי האב איך געקענט פארגעסן דערפון, עס איז דאך איינס אין דער וועלט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:50 pm
דורך גלות יוד
וואס מיאמי אין קאפ אריין איך וועל עס ארויפלייגן
https://dl.dropbox.com/u/11585487/04-Au ... k%2004.mp3 און וועגן המלאך איך וויל אויכט שטארק וויסן עס איז א זעלטענע גיטע ניגון איך מיז דיר זאגן חאצקל האסט א גוטע טעיסט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:53 pm
דורך zurich
יא אבער זיינע ערעינדזמענטס שטייגט פילפאכיג איבער די ניגונים זיינע. אז ס'ניטאמאל ווערד צו רעדן פון דעים ענדישער רעד ארים פון זיינע ערעינדזמענטס וואס איז משוגא צו ווערן!!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:57 pm
דורך חאצקל
אבער מ'קען צוליב זיין ארעינדזשמענטס נישט פארגעסן פון זיינע קאמפיזאציעס וואס זענען אויך א זעלטנהייט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:12 am
דורך טעפל
מונה איז שוין איבער דרייסיג יאר אין די ליין און ער איז נאך גוט גוט אין די פעדערן....
דא קען מען זעהן די אתה נגלית יצירה...
http://www.gruntig.net/2012/08/mona-ros ... embly.html
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:24 pm
דורך חאצקל
מונה איז שוין איבער פערציג יאר אין די ליין! ער האט אנגעהויבן תשי"ט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:14 pm
דורך חאצקל
נאך עטליכע געלונגענע ניגונים פון מונה:
שושנת יעקב אויף מונה 3; אהלל אמלל אין די לעצטע טעיפ פון יודל וואס איז זייער פאפולער אין ישראל; שלום עליכם אויף מונה 5; הלומד על מנת לעשות (דוכט זיך) פון ישיבת נחלים
אויב איר באמערקט, זיינע אלע ניגונים זענען זייער ארגינעל און אטענטיש, און וואלט אויך געפאסט פאר 50 יאר צוריק
רבותי, גיטס ביטע א שטיקל אנאליז איבער מונה'ס ניגונים:
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:54 pm
דורך גלות יוד
די ניגון משה רבינו (מונה 4) די ענגלישע ניגון (מונה 3), איך לאז עס פאר דיר צי אנאליזירן, אזויפיל קען איך זאגן, פאר סאם ריזען האבן זיינע ניגונים א יוניקנעס, ער האט א אנדערע אויער ווי א צווייטער מענטש, זיינע ניגונים מאכן סענס.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:50 pm
דורך חאצקל
וויבאלד די ווערטער פונעם ניגון משה רבינו איז געמאכט געווארן דורך א צווייטן (ל. שמעלצער) איז מיר שווער צו זאגן מבינות דערויף
ווידער דער ענגלישער ניגון פון מונה 3 איז דער ניגוו וואס איך האב אויבן דערמאנט אלס "לא נזוז מכאן" ווייל איך האב עס געהערט אויף דער עיברית'ישע ווערסיע. אגב, אז מ'רעדט שוין פון דעם ניגון, דאס איז איינע פון מיינע באליבסטע ארעינדזשמענסט פון מונה פאר אזעלעכע סארט ניגונים, און אויך כאפט מיר דארט מרדכי ווערדיגער'ס זינגען מער ווי כמעט אלע אנדערע געזינגעריי זיינע.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:35 am
דורך חאצקל
דער ניגון מודים אנחנו לך וואס מונה האט געמאכט פאר צדוק גרינוואלד. א אויסטערליש שיינע און רייכע ניגון און ארעינדזשמענט. איך אליין האב עס שוין געהערט צענדליגע מאל. מ'קען עס הערן ביי שלאגר נט, זיכט סערטש מונה רוזנבלום וועט איר זעהן ביי איינע פון די תוצאות מונה מיט צדוק גרינוואלד.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 10:51 pm
דורך חאצקל
אך טוב וחסד זייער אן אויפגעכאפטער ניגון וואס ל. שמעלצער זינגט אויף פילהרמונה 3 איז דאכטזיך אויך פון מונה,
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 11:46 pm
דורך גלות יוד
איך האב געליינט אמאל א אינטערוויו מיט מונה ווי ער האט אויסגעלויבט ליפא אז ער איז אריינגעקומען צי של"ס צו אים און אויפן פלאץ געמאכט די ניגון אך טוב וחסד ממילא איז עס ליפא'ס ניגון
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:42 pm
דורך חאצקל
חאצקל האט געשריבן:מונה איז שוין איבער פערציג יאר אין די ליין! ער האט אנגעהויבן תשי"ט
תיקון טעות: ער האט אנגעהויבן תש
כ"ט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:00 pm
דורך שמייכל
נעכטן נאכט בינעך געזעסן אין פרובירט צו טרענסקרייבן די אינטראוי פונעם ניגון גם כי אלך פונעם מ.ב.ד. אלבום תמיד בשמחה, עס האט מיר גענומען א גוטע 15 מינוט ביז איך בין דערגאנגען די פונקטליכע קארדס וואס דארטן טוצעך, עפעס אזוילכע גאונות, עלעווערס און דרייצענער קאורדס אזוי שיין אראפגעלייגט, יארון גוטפריד שפילט דארטן משוגע צו ווערן, איך קען אייך איין זאך זאגן, סתם א ארעינדזשער וואלט קיינמאל אין די וועלט נישט איינגעפאלן אזעלכע גאונות׳דיגע אינטראויס, א שאד אז מ׳הערט שוין נישט פון מונה אזויפיהל היינט, חבל על דאבדין (געמיינט האב איך אז יובל סטופל וועט אים איבערנעמען, בפרט אז ס׳הייסט נאך אז סטופל איז געווען לענגער אין קאלעדזש ווי מונה, אבער דערווייל איז נאך קיינער אפילו נישט נאנט געקומען צו מונה, איך זאג נישט אז ס׳זענען נישט דא גוטע ארעינדזשערס, עס זענען אויסדרוקליך יא דא, נאר קיינער טוט נישט אזויפיהל סורפרייזן דעם מוזיקאלישן אויער ווי אונזער מונה), אלענספאל - ס׳איז געווען א באנטש פאן אויסצופיגערן די קארדס פון יענעם אינטראוי, עס איז א גוטע עקסערסייז און עס שארפט דעם אויער.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:07 pm
דורך גלות יוד
מיין אויער איז נישט אזוי אויסגעשארפט צי הערן דרייצנס און עלעווערס אפשר לערנסטי מיך אויס, איך האב אויף דעם אינטרא נישט געהערט קיין איינע פון די, דאס איז מונה'ס קינץ סימפל אבער גאוניש.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:17 pm
דורך קאנצעפט
שמייכל האט געשריבן:נעכטן נאכט בינעך געזעסן אין פרובירט צו טרענסקרייבן די אינטראוי פונעם ניגון גם כי אלך פונעם מ.ב.ד. אלבום תמיד בשמחה, עס האט מיר גענומען א גוטע 15 מינוט ביז איך בין דערגאנגען די פונקטליכע קארדס וואס דארטן טוצעך, עפעס אזוילכע גאונות, עלעווערס און דרייצענער קאורדס אזוי שיין אראפגעלייגט, יארון גוטפריד שפילט דארטן משוגע צו ווערן, איך קען אייך איין זאך זאגן, סתם א ארעינדזשער וואלט קיינמאל אין די וועלט נישט איינגעפאלן אזעלכע גאונות׳דיגע אינטראויס, א שאד אז מ׳הערט שוין נישט פון מונה אזויפיהל היינט, חבל על דאבדין (געמיינט האב איך אז יובל סטופל וועט אים איבערנעמען, בפרט אז ס׳הייסט נאך אז סטופל האט איז געווען לענגער אין קאלעדזש ווי מונה, אבער דערווייל איז נאך קיינער אפילו נישט נאנט געקומען צו מונה, איך זאג נישט אז ס׳זענען נישט דא גוטע ארעינדזשערס, עס איז אויסדרוקליך יא דא, נאר קיינער טוט נישט אזויפיהל סורפרייזן דעם מוזיקאלישן אויער ווי אונזער מונה), אלענספאל - ס׳איז געווען א באנטש פאן אויסצופיגערן די קארדס פון יענעם אינטראוי, עס איז א גוטע עקסערסייז און עס שארפט דעם אויער.
כ'זע נישט וואס קאלעדזש וועט העלפן פאר דעם סטופל'ען, מוזיק איז א טאלאנט, ס'איז דא טויזנטער גוים וואס גייען אין מוזיק סקול'ס און קענען נישט וואס די גרויסע קענען.
ס'איז דא היינט צענדליגער אררענדזשער'ס וואס צוטיילן זיך מיט מונה'ס טאלאנט, אבער אזא כל בו האב איך נאך נישט געטראפן.
(ס'דערמאנט מיר דער תנא וואס איז נפטר געווארן, און די תלמידים האבן זיך צעטיילט מיט די מדריגות...)
מאנא איז פון די איינציגסטע וואס איז חוץ מורא'דיג אויסגעהאלט מוזיקאליש אויך מורא'דיג קריעטיוו, כ'וואלט געזאגט אז ער איז ביי אונז אידן די עקיווילאנט צו "
דעיוויד פאסטער" ביי די גוים.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:29 pm
דורך שמייכל
גלות יוד האט געשריבן:מיין אויער איז נישט אזוי אויסגעשארפט צי הערן דרייצנס און עלעווערס אפשר לערנסטי מיך אויס, איך האב אויף דעם אינטרא נישט געהערט קיין איינע פון די, דאס איז מונה'ס קינץ סימפל אבער גאוניש.
אז דו וועסט לערנען מוזיק טעארי וועסטו וויסן וואס דאס מיינט, און דו וועסט אויך אנהייבן מיט די צייט צו הערן און באמערקן קאורדס אויפן זעלבן שטיקל מוזיק וואס דו האסט שוין טאקע אמאל געהערט אבער נישט דערהערט...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:54 pm
דורך חאצקל
ווער האט פארפאסט דעם גם כי אלך פון מבד?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:58 pm
דורך גלות יוד
שמייכל האט געשריבן:גלות יוד האט געשריבן:מיין אויער איז נישט אזוי אויסגעשארפט צי הערן דרייצנס און עלעווערס אפשר לערנסטי מיך אויס, איך האב אויף דעם אינטרא נישט געהערט קיין איינע פון די, דאס איז מונה'ס קינץ סימפל אבער גאוניש.
אז דו וועסט לערנען מוזיק טעארי וועסטו וויסן וואס דאס מיינט, און דו וועסט אויך אנהייבן מיט די צייט צו הערן און באמערקן קאורדס אויפן זעלבן שטיקל מוזיק וואס דו האסט שוין טאקע אמאל געהערט אבער נישט דערהערט...
איך קען ב"ה זייער גיט מוזיק איך וואלט מיך געפרייט ווען די שרייבסט מיר אפ די קארדס אויף דעם ניגון
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:59 pm
דורך גלות יוד
חאצקל האט געשריבן:ווער האט פארפאסט דעם גם כי אלך פון מבד?
איך מיין טאקע אז מונה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:17 pm
דורך שמייכל
גלות יוד האט געשריבן:שמייכל האט געשריבן:גלות יוד האט געשריבן:מיין אויער איז נישט אזוי אויסגעשארפט צי הערן דרייצנס און עלעווערס אפשר לערנסטי מיך אויס, איך האב אויף דעם אינטרא נישט געהערט קיין איינע פון די, דאס איז מונה'ס קינץ סימפל אבער גאוניש.
אז דו וועסט לערנען מוזיק טעארי וועסטו וויסן וואס דאס מיינט, און דו וועסט אויך אנהייבן מיט די צייט צו הערן און באמערקן קאורדס אויפן זעלבן שטיקל מוזיק וואס דו האסט שוין טאקע אמאל געהערט אבער נישט דערהערט...
איך קען ב"ה זייער גיט מוזיק איך וואלט מיך געפרייט ווען די שרייבסט מיר אפ די קארדס אויף דעם ניגון
די ערשטע קאורד איז א 11, און די פערטע איז א 13, דוק ותשכח