די אינטערנעט-מערכה איז וועגן קאנטראל, אייוועלט יוכיח

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סעמיט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:24 am
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

די אינטערנעט-מערכה איז וועגן קאנטראל, אייוועלט יוכיח

שליחה דורך סעמיט »

איבער די לעצטע 10-15 יאר האבן מיר צאמגעליינט טויזענטער בלעטער פון פראפאגאנדע איבער די שעדליכקייט פונעם אינטערנעט. עס זענען דא אזויפיל טעמים פארוואס דער אינטערנעט איז שעדליך, אז אפילו איינס איז נישט גילטיג פאר איינעם, זענען פאראן גענוג און נאך אנדערע טעמים וואס זענען יא גילטיג.

פראפאגאנדיסטן ווי ר' בערל טויבער לויפן שוין יארן ארום פארקויפן די חורבן פון אינטערנעט צוטריט, ווי דער אינטערנעט נעמט אוועק דעם עטענשאן ספען, ווי מ'ווערט פארכאפט און מ'גיט זיך נישט אפ מיט די קינדער, ווי מ'ווערט אדיקטעד צום קאמפיוטער, צו די נייעס, די ווידעאס, וכו' וכו'. לא לחינם איז די אפיציעלע פאליסי פון אלע היימישע רבנים אז דער אינטערנעט איז אסור בתכלית אויב ס'איז שלא לצורך פרנסה.

אין די זעלבע צייט איז יעדער באקאנט אז ס'איז דא א וועבסייט מיט'ן נאמען אייוועלט וואס ווערט אפדעיטעד ליטערעלי יעדע עטליכע סעקונדעס. יעדע וואך ווערן דארטן געשמועסט הונדערטער שמועסן איבער כל מיני פארשידענע היימישע און נייעסדיגע טעמעס. יעדן טאג ווערן געשריבן אלפי אלפים מעסעדזשעס. און יעדער פון אונז קען לעבעדיגע "אייוועלט יונגעלייט" וואס פארפאסן נישט קיין איין ווארט, וואס זיצן שעות ארוכות אין די ארבייט אויף קאמפיוטערס געפילטערט דורך די שטרענגסטע פילטערס, אדער פארברענגען אין קיאסקן צו ליינען די לעצטע אפדעיטס, און צו שרייבן צענדליגער טויזענטער תגובות, אויף אייוועלט.

די אהרונים שרייען אז דער אינטערנעט איז אסור שלא לצורך פרנסה, ס'ברענגט אדיקשאן, מ'פארלירט דעם קשר מיט די קינדער, מ'ווערט פארגרעבט פון אזויפיל נייעס, וכו' וכו', אבער זייער גדר פילטער האלט אייוועלט ברייט אפען.

די זאלוינים שרייען אז דער אינטערנעט איז אסור שלא לצורך פרנסה, ס'ברענגט אדיקשאן, מ'פארלירט דעם קשר מיט די קינדער, מ'ווערט פארגרעבט פון אזויפיל נייעס, וכו' וכו', אבער זייער משומר פילטער האלט אייוועלט ברייט אפען.

און אזוי אלע קהילות און מוסדות. פון איין זייט איז מען מחנך די מיידלעך אין די סקולס מיט די שטרענגסטע השגות קעגן אינטערנעט, און אזוי הערן זיי פון זייערע כלה טיטשערס און עלטערן. און פון די אנדערע זייט לאזט מען זייערע פריש חתונה'געהאטע כולל מענער פוסטעווען אויף אייוועלט שלא לצורך פרנסה.

און אלע זענען שטיל. שטיל האב איך געזאגט? זיי זענען גארנישט שטיל. זיי לאזן זיך פיין הערן... די אלע מוחים און פראפאגאנדיסטן קעגן דעם אינטערנעט שלא לצורך פרנסה זיצן אליין אויף אייוועלט! די וואס ווייסן ווייסן פון אדמו"רים, רבנים און זייערע קינדער, דיינים אין די קהילות, מגידי שיעור אין ישיבות בתי מדרשים און תורה-האטליינס, וואס זיצן אליין אויף אייוועלט, און שרייבן אפילו מיט זייערע ניקס...

"הבדלה", יא, די אויסגאבע וואס איז מסביר עפ"י שכל ווי אזוי אינטערנעט שטערט דעם לעבן, און ווי אזוי די לעבן איז רואיגער אן דעם, און וויפיל מער צייט מ'האט צו די קינדער אויב מ'איז זיך מנזר פון דעם טמא'נעם וואטסעפפ וכדומה, זיי אליין, די רעדאקציע, די שרייבערס, די נדבנים, זיצן און פארברענגען אויף אייוועלט טאג און נאכט!

וואס איז טאקע פשט? ווי אזוי קען מען פון איין זייט וויינען און פרומעצן אז אינטערנעט שלא לצורך פרנסה מאכט חרוב שטיבער, און אין די זעלבע צייט שטיצן און מיטהאלטן און שרייבן אויף א מאסיווע סאשעל מידיא סייט צו וואס טויזענטער היימישע יונגעלייט זענען עדיקטעד?

ווי אזוי קען ר' בערל טויבער האלטן נאאיווע מאמעס געשפאנט מיט שרעק מעשיות ווי אזוי זיין קאנעקטעד צו אפדעיטס נעמט אוועק די קאפ און מ'קען נישט זיין קיין טאטע און קיין מאמע, און אז ווער ס'פאלגט נישט די פסק פון כינוס כלל ישראל אז אינטערנעט איז אסור שלא לצורך פרנסה וועט מיאוס אפשניידן - און אין די זעלבע צייט נישט זאגן קיין איין איינציג ווארט וועגן א סייט וואס פארמאגט 1000 אקטיווע שמועסן יעדע וואך, און פילע טויזענטער נייע תגובות יעדן טאג, און ווערט יעדן טאג באזוכט דורך צענדליגע טויזענטער היימישע אידן מסלתה ומשמנה, פון וואס א גרויס טייל זענען צוגעשמידט דערצו שעות על גבי שעות ר"ל??

דער תירוץ איז זייער זייער פשוט. די מערכה קעגן דעם אינטערנעט איז קיינמאל נישט געווען כדי צו מאכן דיין לעבן בעסער. ס'גייט זיי נישט אן אז דו ווערסט אדיקטעד, אז דו פארלירסט שייכות מיט דיינע קינדער, אז ביסט ביזי שעות און שעות אויף נארישקייטן. ס'גייט זיי נישט אן אז פילסט אהן דיין קאפ מיט שטותים והבלים, מיט יעדן גרעבץ פון טראמפ און הונקעריי פון ביידען. ס'גייט זיי נישט אן אז ביסט צוגעשמידט צום קאמפיוטער אן קיין אפשטעל און דיין ווייב און קינדער ווערן חרוב. זיי קעירן נישט קיין איין טראפ וועגן "הרב וואזנער'ס פסק" קעגן אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, פונקט ווי זיי קעירן נישט קיין איין טראפ וועגן סיי וואס אין די תורה וואס דינט נישט זייערע אינטערעסן. זיי קעירן נאר וועגן איין זאך: קאנטראל.

זיין אדיקטעד צום אינטערנעט איז שרעקליך נאר אויב זיי קאנטראלירן דיך נישט. אויב קענען זיי זיצן דערויף און שרייבן און מעקן ככל העולה על רוחם, אויב קענען זיי באשטימען וואס מ'דארף פראפאגאנדירן און וואס מ'דארף פארשווייגן, דעמאלטס איז אדרבה! זיי אדיקטעד דערצו!

נוצן דעם אינטערנעט שלא לצורך פרנסה איז א שרעקליכע העברה אויף דעם פסק פון הרב וואזנער זצ"ל נאר אויב זיי קאנטראלירן דיך נישט. אויב קענען זיי זיצן דערויף און שרייבן און מעקן ככל העולה על רוחם, אויב קענען זיי באשטימען וואס מ'דארף פראפאגאנדירן און וואס מ'דארף פארשווייגן, דעמאלטס איז אדרבה! ווארף הרב וואזנער אין גארבעדזש געזונטערהייט!

ווען דו נוצסט נישט זייערע דיקטאטארישע פילטערס, ווען דו פאלגסט נישט זייערע משוגעת'ן, ווען דו נוצסט דעם אינטערנעט שלא לצורך פרנסה אויף דיין וועג, געדענק אז די אלע וואס ציען זיך אראפ די ברייטע היטן איבער די אויגן קעירן אויך נישט וועגן הרב וואזנער'ס פסק.

אויב ביסטו חלילה אדיקטעד צום אינטערנעט, זוך די ריכטיגע הילף און ארבעט דערויף. אבער לויף נישט צו זייער "הבדלה" פראפאגאנדע דערציילן ווי גערעכט זיי זענען. ווייל זיי קעירן נישט קיין איין רגע אז דו ביסט אדיקטעד. זיי ווילן דיך נאר זען אראפ פון קאווע שטיבל און וואטסעפפ וואו זיי האבן נישט קיין קאנטראל. זיי ווילן דיר זעהן אדיקטעד צום זייטל וואס זיי קאנטראלירן.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר