בלאט 1 פון 3
אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:05 am
דורך שמעון וואלף
ווי באריכטעט אויף די איזראעלישע וועבזייטליך, האט די אשלג'ע רבי מציע געווען פאר זיינע חסידים זיי זאלן פארלאזן אר"י צוליב א סכנה וואס קען קומען אויפ'ן לאנד. געזאגט האט ער אז זיין טאטע איז אים געקומען אין חלום און אנגעזאגט די שלעכטע בשורה און ער האט זייער מורא וואס קען קומען קומענדיגע חודש.
ווען איך האב דאס געליינט האב איך געטראכט אז דאס איז א גוטע געלעגענהייט צו שטעלן די א. ג. "אמונת צדיקים" אויף א כור המבחן און ירא הקהל וישפוט, לאמיר זעהן וואס וועט זיך אויסשפילן וועט מען וויסן ווי מ'שטייט.
(ביטע באשולדיגט מיך נישט אז איך מאך אוועק די גאנצע זאך פון אמונת חכמים וואס די משנה ברענגט אז דאס איז איין פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהן. ניין, בכלל נישט. דאס איז שיין מבואר אין תולדות יעקב יוסף פאריגע וואך (יתרו) אויפ'ן פסוק "וגם בך יאמינו לעולם", ווי ער איז מסביר פינקטליך וואס דאס מיינט. בסה"כ באצי איך מיך צו די פאלשע אמונת צדיקים וואס מ'פרעדיגט היינטיגע צייטן אז ווער ס'איז געבוירן פון די ספערם פון אן איש קדוש און האט א מנין נאכפאלגער, באקומט אויטאמאטיש רוח הקודש, וכו').
עכ"פ, אזוי האב איך געקלערט, ביז כ'האב געליינט אביסול ווייטער, זעה איך אז די חסידים האבן אינטערגענומען א מבצע צו פארשפרייטן צענדליגע טויזענטע ספרי זוהר ווייל לערנען זוהר איז מסוגל מבטל צו זיין שווערע גזירות.
בקיצור, מ'האט זיך באווארענט. ממה נפשך, וועט ח"ו פאסירן עפעס שרעקליך, איז ער דאך פשוט א הירא, האבענדיג פאראויסגעזאגט דאס וואס האט פאסירט. און טאמער נישט איז דאך עס אדאנק די זוהר וואס דער עולם האט געלערענט, און מ'איז ווייטער א געווינער.
לצים
https://www.bhol.co.il/news/1651293
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:09 am
דורך כרם זית
עס איך אויך א געלעגנהייט צי טעסטן די זוהר...
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:21 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס איז פונקט אשלג'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? וואס איז מיט אלע אנדערע אידן? פארוואס למשל איז נישט ר' יעקב מאיר שעכטער'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? אדער דושינסקי רבי'ס טאטע? זייערע חסידים דארפן נישט אנטלויפן?
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:34 am
דורך berlbalaguleh
כרם זית האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:09 am
עס איך אויך א געלעגנהייט צי טעסטן די זוהר...
די זוהר דארף מען נישט טעסטן. די היינטיגע רבי'לעך, מקובלים און נבואות זאגער לאחר המעשה. זיי דארף מען טעסטן. ווער ס'האט נאך א ספק אין זייער רוח הקודש.
מיט די אלע מקובלים און בעלי מופת. אוואו זענען זיי געווען ערב שמחת תורה? קיין איינער פון זיי האט נישט געזאגט בהקיץ. (נישט אין חלום לאחר המעשה) וואס ס'גייט געשעהן אום שמח"ת...!
אויך. ביי די 3 בחורים וואס זענען געקידנעפט געוארן און געהרג'עט געווארן דורך די אראבישע רוצחים, ימ"ש. זענען געווען אלערליי בעלי מקובלים און בעלי מופת וואס האבן געזאגט פארשידענע "סגולות" און עצות פאר די עלטערן. ווען די בחורים זענע שוין (נעבעך) לאנג נישט געווען בין החיים.
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:41 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:21 am
פארוואס איז פונקט אשלג'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? וואס איז מיט אלע אנדערע אידן? פארוואס למשל איז נישט ר' יעקב מאיר שעכטער'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? אדער דושינסקי רבי'ס טאטע? זייערע חסידים דארפן נישט אנטלויפן?
מיט אשלג'ס רוח הקודש איז געווען אמאל א מעשה. אין איין תקופה האט ער (און זיינע חסידים) פארקויפט אז ער קען זעהן פון אפליינען די כתובה אלעס וואס גייט פאר מיט דעם מענטש. איז געווען א רעפארטער פון די צייטונג "ידיעות אחרונות" וואס האט איהם געוואלט טעסטן. האט ער געבארגט א כתובה פון זיין חבר און ער איז אריין צום העיליגן רעבי'ן דער רבי האט איהם פאראויסגעזאגט אלערליי (שווארצע) נבואות'ן. פאר ער איז ארויס פון רעבינ'ס צימער האט ער אויסגעזאגט אז ער איז נאך א בחור...! ערשט דאמאלס האט איהם די רבי צוזאמגעשאלטן...לאל.
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:25 am
דורך רוני
אפשר מיינט ער אז מ'דארף אנטלויפען קיין פראנקרייך מיט דראגס...
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 8:48 am
דורך berlbalaguleh
די פראבלעים איז אז די פראנצויזישע הינט האבן אויך דעם מין "רוח הקודש". זיי קענען דערשמעקן ווען מ'שמוגלט דראגס...! יאפאנער בחורים יוכיח...!
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:43 am
דורך רוני
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:59 am
דורך זאקן
מיין טאטע איז מיך געקומען אין חלום היינט און געזאגט אז מ׳זאל נישט פאלגן אדמו״ר מ׳אשלג.
איינער האט א בילד פון אדמו״ר מ׳אשלג? די נאמען אשלג זעהט מער אויס ווי א ניק אויף אייוועלט ווי א רבי.
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 10:38 am
דורך קהל'ס נער
זאקן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:59 am
מיין טאטע איז מיך געקומען אין חלום היינט און געזאגט אז מ׳זאל נישט פאלגן אדמו״ר מ׳אשלג.
איינער האט א בילד פון אדמו״ר מ׳אשלג? די נאמען אשלג זעהט מער אויס ווי א ניק אויף אייוועלט ווי א רבי.
זאל אשלג׳ער רביס טאטע קומען צי מיר אין חלום, דעמאלטס העל איך אנטלויפן….
אגב מיין טאטע (וואס לעבט נאך) איז מיר געקומען אין חלום זאגן אז אשלג׳ער רבי דארף זיך נישט זארגן און אז ער דארף נישט אנטלויפן…..
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 10:45 am
דורך רבי טוביה
פארוואס פונקט אונגארן? שטאמען זיינע חסידים פון דארט און זיי פלאנען צו באקומען בירגערשאפט מיט די אונגארישע ענסעסטער געזעץ? ווער זענען זיי? וועלכע מין קהילה, איך טאפ א וואנט ווען איך האב פראבירט צו אריינקוקען דארט.
איינער ווייסט זייער היסטאריע?
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 1:29 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
רבי טוביה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 10:45 am
פארוואס פונקט אונגארן? שטאמען זיינע חסידים פון דארט און זיי פלאנען צו באקומען בירגערשאפט מיט די אונגארישע ענסעסטער געזעץ? ווער זענען זיי? וועלכע מין קהילה, איך טאפ א וואנט ווען איך האב פראבירט צו אריינקוקען דארט.
איינער ווייסט זייער היסטאריע?
אשלג איז אריגינעל פון ניראס-אשאלאגא...
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 1:49 pm
דורך משה רבקש
הרב שמחה אשלג איז אן אייניקל פון ר' יהודה לייב אשלג זצ"ל, באוויסט אלס דער בעל הסולם. ער איז אנטלאפן פון פוילן (רוסישע אימפעריע) אנהייב פון די שואה.
דער היינטיגע רבי האט א קליין ביהמ''ד אין בני ברק מיט א הייפעלע אידן וואס טוען שטארק פראמאוטן לימוד הזוהר.
ער איז באקאנט געווארן נאך וואס ער מיט זיין גבאי (אן אינטערסאנטע אידל, ווער ס'קען אים) זענען ארעסטירט געווארן אין פראנקרייך אויף דראג קלאגעס אזויווי @רוני ציטירט.
זיינע מענטשן געבן אן אז דער רבי איז א בקי אין חכמת הפרצוף והיד וכדו'.
ער פלעגט אסאך קומען קיין יוראפ און געבענטשט זיינע געלט-געבערס מיט אגרעסיע, וכן להיפך... שוין....
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:07 pm
דורך שפילער
עפעס איז דזירקא רבי זיינס א תלמיד און זיי האבן זיך צוקריגט
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:12 pm
דורך פון אונזערע
אויב איך געדענק גוט האט די רבי פון אשלג ביי די קורנה צייטן געטרונקען ביר פון די קאמפעני קורנה צו ממתיק זיין די דינים....
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:23 pm
דורך היימלינד
עס זענען דא עטליכע אשלג רבי'ס קינדער פון רבי ברוך שלום און אויך א תלמיד, פון וועלעכע רעדט מען דא ?
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:23 pm
דורך [NAMELESS]
שטייט נאר אז זיין טאטע איז אים געקומען אין חלום
שטייט נישט אז זיין טאטע האט אים געהייסען אנטלויפען
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 3:17 pm
דורך זויער טייג
חלומ'ן פין א טאטע, הייסט די טאטע איז געקומען אין חלום???
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 3:18 pm
דורך סקעפטיקער
זויער טייג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 3:17 pm
חלומ'ן פין א טאטע, הייסט די טאטע איז געקומען אין חלום???
חלומ'ן פון גאט, מיינט אז גאט איז געקומען אין חלום?
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 3:28 pm
דורך זאקן
ס׳איז דא א ווערטל אז איינער פון די סאטמערע חסידים זענען געקומען צו סאטמאר רבי (ר׳ יואל) אז ער האט גע׳חלומט ווי ער איז געווארן א רבי האט אים די רבי צוריק געזאגט אז יעצט דארף ער זיכער מאכן אז די חסידים חלום׳ן אויכט.
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 3:52 pm
דורך היימלינד
זאקן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 3:28 pm
ס׳איז דא א ווערטל אז איינער פון די סאטמערע חסידים זענען געקומען צו סאטמאר רבי (ר׳ יואל) אז ער האט גע׳חלומט ווי ער איז געווארן א רבי האט אים די רבי צוריק געזאגט אז יעצט דארף ער זיכער מאכן אז די חסידים חלום׳ן אויכט.
די מעשה גייט אויף די שומרי אמונים רבי ז"ל וואס האט מתחילה נישט געווארען רבי נאר זיין שוואגער די תולדות אהרן רבי ז"ל ואכמ"ל, נאך 10 יאר איז ער געקומען פארציילען אז די טאטע איז געקומען אין חלום זאגען אז ער זאל ווערען רבי, אויף דעם האט מען גענטפערט אז די טאטע זאל קומען צו די חסידים אין חלום.
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 3:57 pm
דורך איך אויך
און איז בכלל געווען ביים בית ישראל.
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:07 pm
דורך berlbalaguleh
שפילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:07 pm
עפעס איז דזירקא רבי זיינס א תלמיד און זיי האבן זיך צוקריגט
אשלג און דזשירקא. צוויי שיינע קהילות און חסידות. ס'וואלט געפאסט אז זיי זאללן זיך משדך זיין.
די אייניקלעך וועללן זיין אדמו''ר מ'זשירקא-אשלג בני ברק. און אדמו"ר מ'אשלג-זשירקא טאהש קרית יואל. ירושלים. פון בית שמש.