פונקט דעם שבת ראש חודש האב איך געטראפען א וואונדערבארע פירוש אויף אתה יצרת אין א סידור ישן נושן וואס איך האב אנדעקט אמאל אין איינע פון די גניזות, איך האב עס אביסל דערהיינטיקט מיט אונזער היימישע אידיש, למען ירוץ הקורה בו, וזה החלי:
אַתָּה יָצַרְתָּ - דו האסט באשאפן
עוֹלָמְךָ - א מקוה
מִקֶּדֶם - אויף צאנז קט.
כִּלִּיתָ מְלַאכְתְּךָ - זיך געבויעט א בית הכסא
בַּיּום הַשְּׁבִיעִי - וויילענדיג אין פאלם ספרינגס
אָהַבְתָּ אוֹתָנוּ - האסט ליב חסידים
וְרָצִיתָ בָּנוּ - און האסט דיר פארגלוסט פּאַוער
וְרוֹמַמְתָּנוּ - און דו האסט אונז אפגעשיידט
מִכָּל הַלְּשׁונות - פון צו לערנען ענגליש
וְקִדַּשְׁתָּנוּ - און האסט זיך געהייליגט
בְּמִצְותֶיךָ - מיט אונזערע פולע פדיונות
וְקֵרַבְתָּנוּ - און דו האסט עס אריינגעשארט
מַלְכֵּנוּ - אונזער רבי
לַעֲבודָתֶךָ - אין דיינע טאשן
וְשִׁמְךָ הַגָּדול - און דיין גרויסע בעקישע
וְהַקָּדושׁ - און די גארטל
עָלֵינוּ קָרָאתָ - האסטו שטארק פארמאכט:
פון דא און ווייטער איז די כתב מטושטש און אומלעזבאר, נאר פונקט האט מיר איינער אריינגעשיקט עפעס א ווידיא פון א געוויסע רבי'נס נייע פריוואטע מקוה, בין איך ממש ארויס פון התפעלות פון די אפענע רוח הקודש פון דעם אלטן מפרש, אט זעט:
Re: נו! נו! אתה יצרת!!
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 1:29 am
דורך לאכעדיג
איך האף אז מהר"א האט אויך א באנק אין בור אזוי ווי זיין שוואגער פון מרכז.
די פריוואטע מקוה האט מהר"א זיך געלאזט בויען אז ער זאל האבן מער יושב הדעת צו קענען טראכטן וואס צו טון מיט די צרכים פאר כלל ישראל ווי למשל שלום אין בני ברק - מייזליש, שלום מיט זיין שוואגער ר' ישראל, בלאמינגראוו, פעטוועיס, ווער ס'איז גאב"ד ירושלים און אפשר גאר עפעס מיטן ברודער מהר"יי.
מה מקוה מטהר את הטמאים.
אגב, אזוי זעענדיג די קעפל פונעם אשכול דערמאן איך מיר אז מהר"א האט טאקע לעצטנס געהאלטן עפעס א דרשה וועגן אתה יצרת.
Re: נו! נו! אתה יצרת!!
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 1:33 am
דורך זאקן
איך מיין די זאלסט קאלן ארטסקרול פרעגן אויב זיי זוכן איינעם צו איבערטייטשן די גאנצע סידור צו אידיש.
Re: נו! נו! אתה יצרת!!
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:51 am
דורך שמעון וואלף
קיין ווינדער ער האט זיך אהיימגעיאגט עטליכע טעג פריער ווי געפלאנט, פן די וואקאציע. זעהט אויס אז די דאקטורים האבן באשטעטיגט אז די עקסייטמענט פאר די נייע מקוה איז וויכטיגער פאר די געזינט ווי די מנוחת הנפש אין פאלם ספרינגס
אויב די פילסט פערזענליך וויי געטאן אין זלזול אין דיין רבי האב אינזין א אנדערע רבי אין לייג צו א יהי רצון פאר אתה יצרת שכל מקום שאזכיר ותתן לנו מורינו ורבינו וכדומה שיהא כאילו התכונתי לרבי פלוני ופלוני וכאילו השגתי כל הסודות ורמזים וכו
שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 11, 2024 11:59 am
כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט...
Screenshot_20240211_115846.jpg
די סאטמאר רב ז"ל איז נישט געווען ביי די ברית פון מהר"א, ער האט דעמאלטס געשנארערט ערגעץ ווי Out of town
די סנדק פון מהר"א איז געווען סטראפקובע רב ר' שלום ז"ל.
Re: נו! נו! אתה יצרת!!
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 1:06 pm
דורך זאקן
שמן למאור האט געשריבן: ↑
כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט...
די איינציגסטע וועג צו וויסן אויב די מעשה קען אפילו זיין אמת איז דורך פרעגן די רבי גבאי אויב די רבי האט טאקע א קליינע מילה, איינער דא אויף קאווע שטיבל איז גוט מיט די גבאי פישער?
Re: נו! נו! אתה יצרת!!
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:24 pm
דורך שמן למאור
זאקן האט געשריבן: ↑
די איינציגסטע וועג צו וויסן אויב די מעשה קען אפילו זיין אמת איז דורך פרעגן די רבי גבאי אויב די רבי האט טאקע א קליינע מילה, איינער דא אויף קאווע שטיבל איז גוט מיט די גבאי פישער?
מען קען דאך נישט וויסן וויאזוי ס'איז דעמאלטס געווען... בבחינת זה הקטן גדול יהיה.
Re: נו! נו! אתה יצרת!!
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:42 pm
דורך כרם זית
הדא דכתיב מילה בסלע משתוקא בתרי - פארדעם קען ער זיך נישט האלטן די מויל...