די דזשאָנט

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5600
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7545 מאל

די דזשאָנט

שליחה דורך מי אני »

דא און דא האב איך געהאט צוגעברענגט די טענה פון דעם בּריטישן פילאזאף בּערנארד וויליאמס אז חיי נצחיים איז ל״ד א טובה פאר׳ן מענטש. דאס איז מכח דעם אז דער מענטש, זייענדיג א מענטש, מוז אלס האבן א ציהל צו וואס ער ציהלט אויף עפעס צו ערייכן. אבער די גוׂילס און ציהלן וואס זענען שייך פאר א מענטש זענען בהכרח פיניט ומוגבל, זייענדיג אז ער אליינס איז א בעל חומר מוגבל. ולכן אויב האט ער חיי נצחיים וועט ער עווענטועל בהכרח עררייכן אלע ציהלן מעגליך פאר א מענטש, און וואס וועט אים איבערבלייבן איז פשוט א געוואלדייגע לאנגווייליגקייט, וואס איז גאר א צער. ובזה איז מיר געווען אינטרעסאנט צו ליינען די קורצע סיי-פיי האַראַר/שוידער מעשה "די דזשאָנט" פון סטיפען קינג, וועלכע איז דאס ממחיש אויף א גאר שטארקן און שרעקעדיגן פארנעם, בנוסף צו נאך א פאר טיפע געדאנקען אויף וועלכע די פיקטיווע סיפור טוהט אָנרירן.

די מעשה איז אז 200 יאר אין די צוקונפט האט דאס מענטשהייט שוין דעוועלאפּט דאס מעגליכקייט פון טעלעפּאָרטעישאן, וואס דאס איז א מאשין וואו מ'גייט אריין דערין אין אַן עפענונג/פּאָרטעל אין איין מקום און מ'קומט אָן ברגע כמימריה צו א פּאָרטעל ערגעץ גאר ווייט אוועק. די טעלעפּאָרטעישאן רופט מען "די דזשאָנט". דאס האט ערמעגליכט דאס מענשטהייט צו קאַלאַנייזן דאס סאָלער סיסטעם. די ספּעציפישע סיפור דרייט זיך ארום די כאראקטערס מארק אָטס, זיין ווייב מעריליס, און זייערע צוויי 10 און 12-יעריגע קינדער פּעטרישע און ריקי, וועלכע גרייטן זיך צו פאָרן קיין מאַרס דורכ'ן דזשאָנטן פאר א צוויי-יעריגע בּיזנעס טריפּ. בשעת'ן זיך גרייטן אינעם דזשאָנטינג טערמינאל כדי אָנצוקומען קיין מאַרס, פארציילט מארק פאר זיינע צוויי קינדער די געשיכטע און השתלשלות פון ​​דאס אויסטרעף פונעם דזשאָנט. ער דערציילט זיי אז אין 1987 האט א סייענטיסט מיט'ן נאמען וויקטאר קארון דאס בטעות אנטדעקט, נאך יארן פון פארשונג זייטעדיגע תחומים, ווען ער האט בטעות טעלעפּאָרטעד צוויי פון זיין אייגענע פינגער און זיי צוריקבאקומען כאילו לא היה. ווען ער האט דאס ווייטער געפארשט האט ער געזעהן אז כאטש די דזשאָנטינג פּראָצעדור גייט דורך בשלימות ווען ער האט דאס דורכגעפירט אויף דברים שהם דומם, האט קארון אבער געזעהן אז עס איז גאר אנדערש ווען ער האט טעלעפּאָרטעד דורך דעם מייז. ער האט באמערקט אז אדער זענען די מייז תיכף געשטארבן נאכ'ן דאס דורכגיין, אדער האבן זיי זיך אויפגעפירט גאר מאדנע איידערן שטארבן מינוטן שפּעטער. ער האט ביסלעכווייז אנטדעקט אז באשעפענישן וועלכע האבן מוחות און העכערע ניוראַל עקטיוויטי, ווי בע"ח און מענטשן, קענען בלויז פארבלייבן ביים לעבן ביים דורכגיין די דזשאָנט אויב זיי זענען בשעת מעשה אומבאוואוסטזיניג. מא‏ַרק דערקלערט אז דאס איז די סיבה פארוואס יעדעס מענטש מוז דורכגיין דזשענעראל עניסטיזשיאַ איידער'ן דזשאָנטן.

וואס מאַרק האט אויסגעלאזט זיי צו פארציילן, זייענדיג אז פאר זיי איז דאס געווען דאס ערשטע מאל צו דזשאָנטן און ער האט זיי נישט געוואלט איבערשרעקן, איז געווען איבער דער ערשטער מענטש צו דורכגיין די דזשאָנט בשעת'ן זיין באוואוסטזיניג. ער איז געווען אַן ארעסטאנט, מיט'ן נאמען רודי פאָגיאַ, ווארטענדיג פאר טויטשטראף אין א טורמע אין פלארידע פאר די רציחה פון 4 עלטערע מענשטן. ער איז צוגעזאגט געווארן א גענצליכן פּאַרדאָן און אז ער וועט גיין פריי, אויב נעמט ער אנטייל אין די עקספּערימענט. פאָגיאַ איז דורגעגאנגען די דזשאָנט זייענדיג באוואוסטזיניג און ארויסגעקומען פונעם פונעם אנדערן זייט/פּאָרטעל משוגע. ער האט נאר עספיעט צו שרייען די ווערטער אז "עס איז אַן אייביגקייט אינעווייניג" איידער ער איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע. אויך האט ער אויסגעלאזט צו דערציילן איבער דעם סייענטיסט דר. לעסטער מייכאלסאן, וועלכע איז הינגעריכטעט געווארן פאר רציחה, נאכ'ן צובינדן זיין ווייב און איר אריינשטופן אינעם דזשאָנט בשעת זי האט געשריגן קולות, און ער האט פארמאכט אלע מעגליכע פלעצער פון וואו זי קען ארויסקומען. מ'האט טאקע קיינמאל נישט געפונען איר גוף. מאַרק האט זיי אויך נישט דערציילט איבער די 30 מענטשן וועלכע האבן געדזשאָנטעד בשעת זיי זענען געווען באוואוסטזיניג, בע"כ אדער נישט. יעדעס מאל זענען די מענשטן אדער תיכף געשטארבן אדער ארויסגעקומען צורודערט. סייענטיסטן זענען געקומען צום מסקנא אז כאטש דאס דזשאָנטינג פונעם פיזישן גוף וחומר ווערט אויסגעפירט תיכף, איז אבער צום קאַנשעסנעס און באוואוסטזיין דויערט עס גאר א לאנגע צייט, ואפשר מיליאנען יארן, וואס פירט צו דעם אז א באוואוסטזיניגער מענטש איז פשוט אליינס מיט זיינע געדאנקען פאר די גאנצע צייט אין אַן ענדלאזע פעלד פון ווייסע גארנישט.

נאך דעם וואס מאַרק האט געענדיגט פארציילן די געשיכטע פאר זיין משפּחה (דאס וואס ער האט יא פארציילט), האט מען זיי אלע געהייסן זיך אראפלייגן אין א ספעציעלן בעט און מ'האט זיי איינגעשלעפט מיט סליִפּינג געז. דערנאך, אזוי, האט מען זיי טעלעפּאָרטירט צו מאַרס. ביים זיך אויפוועקן זענען מאַרק און זיין ווייב צו זייער שוידער געוואור געווארן אז זייער נייגעריגער און ווילדער זון ריקי האט בכוונה איינגעהאלטן זיין אָטעם בשעת מ'האט אים געגעבן די סליִפּינג געז, כדי צו מיטהאלטן די דזשאָנט בשעת'ן זיין באוואוסטזיניג, און ער איז ל"ע געווארן גענצליך צורידערט. ריקי'ס האר איז געווען גענצליך ווייס און ער האט זיך געריסן ביי די אויגן, שרייענדיג צו מאַרק, "עס איז לענגער ווי דו מיינסט, טאטע! לענגער ווי דו מיינסט!" פאר'ן ווערן אוועקגעפירט פון זיין דערשראקענע פאמיליע דורך עטליכע ארבעטערס.

ע"כ הסיפור בקיצור.

לענ"ד איז דאס א טיפע פיקטיווע מעשה פון א ‏טיפע שרייבער פון היינטיגע (פּאַפּיולער) אמעריקאנע ליטעראטור. צום ערשט רירט דאס אָן אויף די חילוק צווישן רעדאָקטיוו פיזיקעליזם, וואו די נפש איז גארנישט מער ווי די מח הנושאה, און דוּעליזם, וואו עס איז א באזונדערע ענטיטי. פון איין זייט ווען מ'שלעפט איין דאס מענשט און זיין מח, איז זיין קאַנשעסנעס און נפש נישט אין א סכנה פונעם דזשאָנט. פון די אנדערע זייט אבער, ווען ער איז יא וואַך און קאַנשעס, טיילט זיך אפ זיין נפש פון זיין פיזישע גוף החומרי (וכעין ההוכחה של דעקארט על הנפש) אזש אז זיי שפירן דאס דורכגאנג פון צייט וזמן גענצליך אנדערש.

ווי אויך האט דאס מיר געמאכט טראכטן לגבי די געדאנק פון פּענסייקיזם, וועלכע קלערט אז אלעס בהעולם, ואפילו א דומם, האט אין זיך עפעס קאַנשעסנעס און איז צאמגעשטעלט פון "מיינד-שטאף". וא"כ איז אינטרעסאנט צו קלערן וואס דאס באדייט אין די סיפור לגבי טעלעפּאָרטן א דומם וצומח, וועלכעס זענען נישט געשטארבן בעת'ן דורכגיין די רייזע.

ובעיקר האט דאס מיר געמאכט טראכטן איבער א נייעם דערהער במושג של גיהנום צו אַן אפגעזונדערטע קאַנשעסנעס, און דאס בּאָרדאָם וועלכעס איז אבנארמאל געפערליך. והיינו, אז טאמער האט עס נישט געטויגט בין אדם למקום, איז דארט נישטא חכמה וכו' מה' מיט וועלכע די נפש קען זיך משתעשע זיין. ובענין פגם בין אדם לחבירו, איז דארט נישטא קיין אנדערע ברואים מיט וועלכע זיין קאַנשעסנעס קען זיין בקשר. און ווי צוגעברענגט עפ"י היערות דבש (ח"א ד"ה), איז עס נישט קיין ענדלאזע פעלד פון ווייס, נאר פון שווארץ.

וכמובן קען מען קלערן צי דער פאטער מאַרק וואלט ווען יא געדארפט פארציילן פאר די קינדער די שרעקעדיגע חלקים, איבער וואס עס האט פאסירט צו מענטשן וועלכע זענען דאס דורכגעגאנגען וואַך. וכמו שפירש"י בריש פ' אחרי מות לגבי האזהרה אַל תמות כדרך שמת פלוני ע"ש.

די אקאדעמיקער טוהן דורך די פילאזאפיע אין דעם סיפור. זיי שרייבן דערויף לגבי דעם צי טעלעפּאָרטן הייסט למעשה ״מיתה״ (לשעה), ווי אויך בנוגע די געדאנק פון רעלאטיוויטי אין דעם לגבי צייט, און ווי די נפש עסט זיך אליינס אויף און דאס איז דערנאך פועל אויפ׳ן גוף (און די ענליכקייט דערפון צו די טיפע פילמס אינסעפּשאן און די מעיטריקס):
IMG_6827.jpeg
ווי זיי ברענגען ארויס, איז טאקע די גיהנום דערפון ווען די נפש, זייענדיג אזוי לאנג אָנע שום אינפּוט, "עסט זיך אליינס אויף". די איינציגסטע וועג זיך ארויסצוזעהן דערפון, איז טאמער האט די נפש אַן אחוזה בחכמה וואס איז אינפיניט און נישט חומרי, און עס קען דאס כסדר מאכן פרה ורבה. כולי האי ואולי. אויב איז דאס טאקע א כוונה דערין, קען דאס זיין נאך א פשט אין דעם אז (נדרים ח:) ביי גיהנום צדיקים מתרפאין בה ורשעים נידונין בה ע"ש.

עס איז אויך מן הראוי לציין צו וואס דר. קלינט דזשוינס שרייבט לגבי די פילאזאפיע אינעם אינסעפּשאן פילם:
When Ariadne poses the question “Who’d want to be stuck in a dream for ten years?” Yusuf immediately replies that “it depends on the dream.” Like Yusuf, most people could think of a dream state they wouldn’t mind being stuck in for years, but that’s not the issue when it comes to utopias. Consider heaven. If heaven lasts forever, one eventually would become bored, tired of living an idyllic existence, and would want to opt out. Without the ability to opt out, however, heaven would become hell

This is exactly the problem that Julian Barnes deals with in his most popular novel, A History of the World in 10½ Chapters. In the final chapter, aptly titled “The Dream,” the unnamed dreamer wakes to find himself in heaven. The place is decked out with everything he desires, tailored specifically to his tastes. He enjoys his favorite breakfast perfectly prepared for every meal. He plays his ideal golf course so often that eventually he can get through in eighteen strokes. He meets all the famous people he’s ever been interested in and some others just for fun. He eats, drinks, shops, copulates, learns every new activity he can think of (after golf becomes a bore), and finds that every whim is catered to, immediately, without question or fail. He eventually realizes that “they even make the bad things good,” so that no experience is unpleasant. This is especially true of hell, which is a theme park of sorts that heaveners can visit; it provides a “good scare . .. as opposed to a bad scare.”

After a considerable amount of time (the dreamer loses track fairly quickly), perfection becomes routine and boring. The things he didn’t enjoy in life, like reading, bring little or no pleasure in heaven, and his attempts to pursue those thingdo nothing to alleviate his boredom. This is the problem of heaven—eventually we would want out. And this fits with Ariadne’s horror at being stuck in a dream
ובזה אז דאס איז א דערהער אין גיהנום און עס איז אויסגעקומען אז דער מאַרק האט ל"ע מקריב געווען א קינד דערפאר, איז ווי דר. סטיפען געלער שרייבט לגבי מקום הגיהנום:
Did Israelite-Judean religion practice child sacrifice, as surrounding Canaanite religions did? To be sure, the Bible condemns "passing children through the fire to Molech" (probably a form of Baal), but Israelites were acquainted with the practice, and recognized its numinous terror when performed by others (2 Kings ch 3). The prophets condemn those who sacrifice their children at the tophet outside Jerusalem, a place of such horror that it gave its name, Gehenna (ge' ben hinom), to the later concept of hell
{איך האב דאס מעיקרא געהאט געשריבן אלס א תגובה בתוך מיין אשכול איבער הרעות וטעאדיסי והמסתעף. מ'האט מיר אבער געבעהטן באישי אז אויב כ'שרייב אן אריכות, זאל איך ענדערש עפענען א נייעם אשכול ווי קאמענטירן אין אן אלטן, ובפרט אז יש בו משום חידוש. אין אנדערע ווערטער, נאך א געדאנק בתוך "גיהנום".}
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר