בלאט 1 פון 2

מאנראו, מאנסי, אדער לעיקוואוד?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:20 am
דורך זר זהב
כ'מיין עס זייער ערנסט, נישט סתם צו פלאפלענען/עפענען נאך אן אשכול. -- און איך וויל נישט קיין בייעסד אפיניאנ'ס. בעסער איז ווען מ'געט בכלל נישט קיין געפילישע אפיניאנ'ס
נאר בלויז פאקטן.
לאמיר אננעמען איינעם וואס איז חסידיש, ער קען פארנעמען יעדע חסידות; אויב ווענד זיך עס בלויז אין דעם וואלט ער רואיג געקענט וואוינען אין א יעדע
פון די דריי אויבנדערמאנטע שטעט. (אין לעיקוואוד פעלן נישט קיין חסידים)

דער יעניגער וויל זיך אריבערציען פון ברוקלין, און ער ווייסט נישט וואו צו גיין. קיין מאנראו? מאנסי?
אדער לעיקוואוד?

מ'רעדט דא נישט פון קויפן א הויז, נאר פון רענטן.

וואס זאגט איר, וואו זאל יענער גיין?

סימיר באמת נוגע, וועגן דעם בעט איך: פליז אויב וואוינסטע אין מאנסי, מאנראו; לעיקוואד. קום מיר נישט זאגן ווי גוט ס'איז צו וואוינען דארט וואו דו וואוינסט בלויז ווייל דו וואוינסט דארט. איך וויל א קאנקריט הסבר פארוואס איינס איז בעסער פון די אנדערע צוויי. אלע מעלות און חסרונות.
א דאנק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:18 am
דורך chosen people
לעיקוואד האט א חסרון אז עס בלאזט דארט נאר איין מין ווינט, דאס איז די בני תורה,נאך אזאך אויב איינער פון די גרויסע משפחות בני תורה האבן עפעס אפגעמאכט דארף יעדער נאך טאנצן,
מאנרא איז זייער א פרומע שטאט אויב יענער גייט עס נישט אן, האט עס נאך א חסרון עס איז דא א דיקטעטרישיפ,
משא"כ מאנסי האט נישט דעי אויבן דערמאנטע חסרון'ס עס איז נישט דא איין פעסיפק רב/קרייז וואס איז בעל הבית דארט עס איז א איחוד פון מערערע רבנים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:15 am
דורך שרייבער
אויב קען ער פארנעמען יעדע חסידות וואלט איך אים געראטן מאנרא אלס די גשמיות חלק, איך מיין ס'איז די ביליגסטע סטאנדארט ווי די אנדערע צוויי שטעט ווען מען רעדט בכלליות (אוודאי איז דא פרטים וואס אין מאנראו איז העכער אין לעקוואד נידריגער, אבער ביים טאטאל איז מאנראו ביליגער)
נאכאמאל דא רעדט מען פון א געהעריגע חסיד'ישע יונגערמאן, אויב פירט ער זיך ערליך על פי תורה ועל פי שו"ע ועל פי מענטשליכקייט וועט ער לכאורה נישט האבן צו הערן פון קיינעם נישט, ביודעי ובמכירי קאמינא, מען האט נאך קיינעם נישט געטרייבערט סתם ווייל ער האט נישט געקושט די ציצית ביי ברוך שאמר
(און אויב מיינט ער דיקטעטערשאפט אלס קאמפיוטער אינדערהיים, האסטו דאך א אויסוואל פון מוסדות, איך מיין נישט יעדער פארסירט עס)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:20 am
דורך דולה ומשקה
מאנרא!
יאמין לי אחי, און יעדער הינזוכט וועט דיר מאנרא זיין דאס בעסטע אויסוואל, הם בגשמיות והן ברוחניות,
און אפילו אויב די מיינסט כלפי אידישקייט וועט דיר מאנרא זיין צו שווער האסטו א טעות כלפי לעיקוואד,
שכר לימוד וועט דיר זיין שפאט ביליג מאנסי
סערוויס ווען דיר דער ווילידזש צו שטעלן אסאך בעסער

ס'געשמאק איינגענעם אין א מחיה, און ס'בכלל נישט אזוי חניאקיש אדער משוגע פרום ווי ממיינט עס איז.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:05 am
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי קענען מענטשן זאגן מאנרא?
דיקטאטורשיפ איז שוין אפשר נישט אויפן מדריגה ווי אמאל, אבער ס'איז נאך אלץ קאי וקיימא, עכ"פ למחצה לשליש ולרביע.
אבער בעיקר די טשולענט טאפ - ווי יעדער ווייסט און רעדט וואס טוט זיך ביים צווייטן!
אויב מאכסטו א שמחה וועט יעדער וויסן און שמועסן וואו דו מאכסט עס און פארוואס,
וואו דו דאווענסט, וואו דו ארבעטסט, און וואו דו דרייסט זיך, ביודעי ובמכירי קאמינא, מעשיות איינס נאכן צווייטן.

מאנסי איז די טייערסטע הייזער נאך וומסב"ג. מאנרא איז ע"פ רוב ביליגער, און לעיקוואד נאך ביליגער.
אבער אין לעיקוואד קאסט די שכר לימוד שרעקליך הויך.
מאנסי מוסדות קאסטן אויך מער (חוץ פון סאטמאר וואס איז פארהאלטניסמעסיג ביליג), אבער נישט וויפיל אין לעיקוואד.
אין לעיקוואד עפענען זיך כסדר נייע שכונות ארויס פון די געגענט, וואס די "רוח" דערגרייכט נישט דארט.

אין מאנסי, כאטש ס'איז דא א "וועד הרבנים", איז אויך דא גאנץ א שטארקע טעראר, מיט א שטרענגע וועד הצניעות,
(הגם יעדער אויסוואורף טרעפט זיך דאס פלאץ צווישן די קאלירפולע איינוואוינער).
למשל די "וועד האישור" פון די אינטערנעט איז גאר שטארק אין מאנסי, טאקע דורך א וועד הרבנים פון די גרעסטע אין שטאט.
און זיי פארלאנגען יערליך געלט (!) כדי צו באקומען א אישור פון די וועד (דאס איז נאר איין עקזעמפל)

צניעות איז מער אין מאנרא, אבער מ'לעבט מיט א ברייטקייט און רייכקייט, לעיקוואד און מאנסי זענען מער פשטות'דיגע סארט לעבן,
דארפסט נישט האבן די שענסטע הויז, קאר, קליידער, קיינער באטראכט נישט פונקטליך וואס און ווען דו טוסט און דו גייסט.

מאנסי איז מ'כלומר'שט פון די בעסטע פלעצער אין אמעריקע צו וואוינען (לויט א געוויסע לעצטיגע אנקעטע), ס'איז זייער פארזיכערט,
לעיקוואד האט יא א גרעסערע פאברעכן ראטע, מ'האט שוין מערערע מעשיות געהערט און געלייענט.

בקיצור הדברים, נישטא א פלאץ מיט נאר מעלות. אבער ביי יעדן איז דער מצב דיפערענט,
און יעדער לפי מצבו דארף אויספיקן וועלכע מעלות איז די בעסטע פאר אים, און אויף וועלכע חסרונות ער קען פארקוקן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:33 am
דורך שרייבער
איך ווייס נישט אין וועלכע פלאנעט אין מאנרא דו ביסט געווען, אבער עפעס שטימט נישט מיט דיין דיסקריפשאן

איך ווייס עפעס ווי יעדער דאוונט ווי יעדער לערנט, אפשר ווען דו וואוינסט אין א צוזאמען געשטופטע געגנט ווי יעדער קען זיך, קען זיין, איך וואוין נאך אין די הייזער וואס זענען געבויט געווארן פאר תש"ס

און ווען מען מאכט א שמחה? שטותים און לאקשן, קען זיין דו קענסט פונקט א פאר יענטעס וואס כהנה איז דא אין מאנסי אויך מן הסתם ביי יעדע קהלה

אז דו פארקסט אריין (איך געב א משל) אין שכונת ברך משה (וה"ה עצי התמרים) און דאוונסט דארט וועט מען ניטאמאל וויסן אז דו וואוינסט דארט

אין מאנרא לעבט מען מיט א ברייטקייט און רייכקייט? טשעק איט אוט, איך דארף וויסן וועם דו קענסט דארט, אוודאי זענען דא אזעלכע, אבער צו זאגן אזוי בדרך כלל?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:33 pm
דורך בן תמליון
איך בין מיט שמעק, מאנרא איז א קאנטראלירטע טשולענט טאפ וואו א איד וואס זוכט אביסל מנוחה טאר נישט וואוינען. מ'קוקט דיר נאך מיט דיין ווייב מן הבוקר עד הערב, אן עיר הנדחת ווי דער פסוק זאגט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:38 pm
דורך איך אויך
אי משום הא איז ווילי אויך א עיר הנידחת איז כאטשיק קעי.דזעי. ביליגער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:44 pm
דורך זר זהב
chosen people האט געשריבן: משא"כ מאנסי האט נישט דעי אויבן דערמאנטע חסרון'ס עס איז נישט דא איין פעסיפק רב/קרייז וואס איז בעל הבית דארט עס איז א איחוד פון מערערע רבנים.

לשיטתך האט מאנסי נישט קיין איין חסרון??

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:19 pm
דורך זר זהב
שקויעך פאר יעדן. יעצט וועליך אראפלייגן מיינע ספיקות לטוב ולהרע.

אין מאנראו באקומט מען שוין היינט נישט א שיינער באקוועמער "לאנד" אזוי ווי אמאליגע צייטן. מ'בויעט היינט זייער צוזאמגעשטיפט. יא, די דירה אינווייניג איז ברחבות שיין, אבער פון א בעק/פראנט יארד איז נישט געבליבן גארנישט. משא"כ אין לעיקוואוד {וואו איך מיין אז רענט איז נאך אביסעלע ביליגער) באקומט מען ברייט "לאנד" ארום און ארום.
ס'הערשט נאך היבש א דיקטאטורשאפט אין קר"י ווי איינער דערציילט מיר האט דער ווילעדזש אוועקגענומען פון אים 'לאנד' נעבן זיין הויז צו בויען דארט א שול, (רוב שול איז אויף די ווילעדזשע'ס טעריטאריע) ער און זיינע שכינים האבן געקענט רעדן צום דופן און מ'האט זיי ניטאמאל קאמפענסעטעד. דאס זאגט מיר אז ס'נישט א פרייע פלאץ.
די מעלות זענען די גוטע לופט, ביליג שכ"ל.

"מאנסי" שרעקט מיר אביסל אפ. יעדער וואס האט א פראבלעם אנטלויפט קיין מאנסי ווי ס'וואלט געווען אן ערי מקלט, אבער דאס אליינס איז אויך א שטיקל מעלה אז יעדער פיהלט זיך אינדערהיים... רענט איז נישט אזוי ביליג דארט. גאנץ מאנסי גייט שלאפן 9 אזייגער... (מיט דעם איז מאנראו בעסער) שכ"ל איז טייערער, איז וואס איז די מעלות דארט פאר איינעם וואס זוכט נישט צו טוישן לעבנ'ס שטייגער?

לעיקוואוד איז גאר ביליג רענט, און מ'באקומט דערפאר א חתוכה הראיה להתכבד, ס'איז א 'סיטי' און א 'דארף' אויף איינמאל. נישטא די דיקטאטורשאפט ווי אין מאנראו, נישט קיין ערי מקלט ווי מאנסי.
די חסרונות, ס'איז נישטא א 100% ראק סאליד חסידישע חדר/סקול, די לופט איז ערגער פון ברוקלין (אין די זומער איבערהויפט) די חסידים זענען די מיניראטעט. און ס'אפשר שווער פאר א חסיד זיך צו געוואוינען צו אן אנדערע סארט לעבנסשאפט, אנדערע סארט מענטשן. אפילו אין די סאטמארע שול הערשט נישט א חסידישע מענטאליטי. מ'דארף אריינווארפן א קוואדער דארט אז די עיר קאנדישאן זאל ארבעטן 5 מינוט, די קאווע איז פון די ביליגסטע סארט, מ'וואלט עס אין מוירטל שול געווארפן אין גארבעדזש!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:26 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:לעיקוואוד איז גאר ביליג רענט, און מ'באקומט דערפאר א חתוכה הראיה להתכבד, ס'איז א 'סיטי' און א 'דארף' אויף איינמאל. נישטא די דיקטאטורשאפט ווי אין מאנראו, נישט קיין ערי מקלט ווי מאנסי.


צוביסלעך ווערט עס לעצטנס יא א שטיקל ערי מקלט, איך ווייס עטליכע מענטשן וואס האבן אפגעצויגן קיין לעיקוואד און זיך געלאזט וואקסן א טשופיקע און זיך אפגעשניטן די בארד/פיאות...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:46 am
דורך הדד בן בדד
לעיקוואד האט אויך א היפש ביסל דיקטאטורשאפט, און ווען די ליטוואקעס נעמען זיך צו דעם, דעמאלס דער דער פון אויבן באהיטן...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:29 am
דורך אשכנ
הדד בן בדד האט געשריבן:לעיקוואד האט אויך א היפש ביסל דיקטאטורשאפט, און ווען די ליטוואקעס נעמען זיך צו דעם, דעמאלס דער דער פון אויבן באהיטן...


קענט איר געבען איין משל ווי זייער דיקטאטורשאפט איז שטערקער אדער ערגער ווי אין חסידישע מקומות?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:16 pm
דורך Shmilly
גיי נישט קיין מאנרא עס האט נישט קיין פיצא שאפ

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 7:01 pm
דורך פערינא
איי איי,  ווי קען מען רעדן און איין סענטענס פון מאנראו ווערסאס לעיקוואד,  מונסי און די רעסט אויף די יודישע וועלט. מאנרא אזויווי וויליאמסבורג איז א ערי מקלט פאר די פארמאכטע שבח יוד,  א פלאץ פאר די היימישע וואס איז העפי טו פאללאו די קאוד אן קיין ריים אר ריזען, ווען א גערע יונגערמאן ווערט רח''ל צימזקט ביי א קאר עקסידענט וועט ער זיך אינטערברימען, אוקעי, כאטש נישט א היימישע, איינער א פרעמדע פון קווינס, א איד א מגולח, א שטאט וואס איז שווארץ און ווייס, נישט דא קיין קאליר, יעדער גייט אנגעטון מיט איין יוניפארם אין די היצען און אין די קעלט, טיסט דיך אויז דיין היט, יו געט דע לוק,

אויב די ווילסט אזא לעבן גיי קיין מאנרא,

אויב ווילסטו זיין א פארפרימטע אדער א חניאק, זאלסט זיין געבענטשט, עס איז אמעריקע, גאד בלעס אמעריקע, מיט די גאנצע רעספעקט, אבער וואין נישט אין א פלאץ וואס די פארמאכקייט איז ביזען הימעל און יעדער איז נאך אזוי שטאלץ און עראגאנט, אן קיין רעקאגנישען, לאב אדער רעספעקט פאר א פעלאו איד

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 9:42 pm
דורך אוי טאטי
Shmilly האט געשריבן:גיי נישט קיין מאנרא עס האט נישט קיין פיצא שאפ

איך ווייס נישט ווען דו ביזט דאס לעצטע מאל דארטן געוועזן, אבער היינט צוטאגס אזי שוין דא דארטן בערך 5-6.

Living In Monsey; Low Inventory, Lots of Kugel, Some Deer

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:49 am
דורך זר זהב
דער נ.י. טיימס פראפייל 10 יאר צוריק

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 1:57 pm
דורך זר זהב
אשכנ האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:לעיקוואד האט אויך א היפש ביסל דיקטאטורשאפט, און ווען די ליטוואקעס נעמען זיך צו דעם, דעמאלס דער דער פון אויבן באהיטן...


קענט איר געבען איין משל ווי זייער דיקטאטורשאפט איז שטערקער אדער ערגער ווי אין חסידישע מקומות?

The phone call tonight from Rav Shmuel was heart rending. Nechamas Yisroel wants you to help rescue a
Jewish child from being lost to public school. The message tells us what an
important mitzva it is to give a child a Jewish education, especially before YOM HADIN.
The irony that this message was being played on the phones of homes in Lakewood did not escape many.

http://thelakewoodview.com//over-100-bo ... ut-school/

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:49 am
דורך העלא
קרית יואל האט א מרא דאתרא משא"כ ב'מאנסי וו'לעיקוואד,
קרית יואל וואוינען 4000 משפחות וואלקינג דיסטענס איינער צום צווייטן משא"כ ב'מאנסי
מאנסי קען מען טוהן כל מה שלבו חפץ און קיינער זאל נישט וויסן משא"כ בקרית יואל ולעיקוואד

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 8:46 am
דורך איחוד פעלד
וואס למשל וויל מען טוהן קיינער זאל נישט וויסען?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 9:52 am
דורך געפילטע פיש
עסן נאך אפיקומן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:10 am
דורך sunbar
די חסידישע מוסדות אין לעיקוואד זענען אויך אונטער דער רעזשים?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:20 am
דורך שמעקעדיג
לאו דווקא.
אין לעיקוואד איז אויך דא א רעזשים, אבער נישט אזוי געפערליך און נישט חסיד'יש.
די ליטווישע גדולים לייגן אבער אויך פלענטי פרעשור מיט פארשידענע תקנות בנוגע צניעות.