גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2412 מאל

גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה

שליחה דורך שעפטאל »

ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהילתך

הייליגע לעכטיגע ברידער, דעם אשכול קען טריגערן געוויסע סטרינעס. אבער מיין גאנצע כוונה איז היעלינג על דרך התורה מזמן הבית. אלעס שטייט אין שיר השירים, קבלה. ביטע לייג דעם ליצנות אין א זייט, לאז דעם הארץ פיהלן דעם ליבשאפט פונעם באשעפער דעם מאן צו דיך די פרוי.
[דער וואס איז נישט אפן צו דעם זאל ביטע נישט ליינען].

הקדמה קצרה

א. אלעס וואס עקזעסטירט, מיז אויך זיין בשורש. דעם מושג פון ליבשאפט און זיוויג איז אויכעט דא ביים כביכול. (באופן רוחני)

ב. מ'קען נישט משיג זיין דעם נמשל אהן באמת שפירן דעם משל. אדרבה ס'גייט דורך'ן עקסעפטן אז דעם גשמיות'דיגן משל איז פונקטלעך אזוי אין רוחניות. (און קומט פון דארט).

ג. זיוויג מיטן בת זוג איז נישט קיין נידריגע שמיציגע זאך. אדרבה ס'איז איין, בשר אחד, ליבשאפט, רצון אז די מקבל זאל הנאה האבן.
---

עולם חסד יבנה, דורך ליבע, זיוויג קב"ה ושכינתיה, איז באשאפן געווארן פירות, קינדער.

דו ביסט די שכינה, כנסת ישראל. די אייבישטער האט דיך באשאפן דיך צו געבן הנאה. האדם לא נברא אלא להתענג על ה'.

דו ביסט דעם זיסן באליבטן בת זוג, וואס די מאן וויל אזוי שטארק מהנה זיין. יחבק לה בעלה - די אייבישטער האגט דיך. וביסודה דילה - אין דיין יסוד. דעביד נייחא לה - דיך צו מאכן פארגעניגן. (די הנאה וואס דו שפירסט איז דעם אייבישטער אין דיך. מיט דעם איז ער די דריטע שותף אין יעדע זיוויג).

האסט שוין אמאל געטראכט פון כביכול זיין שמייכל, די ליבשאפט, די האג'ס, די קוש, די אריינקומען אין דיך פאר דיין פארגעניגן?!

ווען יא, וועסטו וויסן וואס מיינט גן עדן עלי אדמות.

כ'וויל נישט גיין גראפיש, אלס כבוד חרדיזם הסתר דבר. (אפשר אין מאחורי..) דאס איז א טריפ וואס יעדע איד קען האבן. (מיין רצון צו עקזעסטירן איז נאר דורך דעם השגה).

לאז דעם פאעטישן הארץ גיין אין דעם. לאז דעם באשעפער דיך געבן פלעזשור. פארדעם האט ער דיך באשאפן.
ווי מער מ'ערלויבט זיך צו שפירן דעם משל - אלס מער ליבשאפט צום באשעפער באקומט מען.
--

בכל לשון של בקשה. חלילה נישט ענטפערען מיט מאחורי סטייל ווערטלעך. מ'האנדלט דא פון די האקל'סטע חלק פון אונזער עקזיסטענס.

כי טובים דודיך מיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר