בלאט 1 פון 2
פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:13 pm
דורך אברהם שנית מן השמים
עס איז העכסט צייט אז אלע מוסדות זאלן זיך ארויסציען פון שטאט און גיין אין industrial areas.
זיי נעמען צו parking, מאכן אהן א געפערליכע טרעפיק, נישטא קיין סיבה זיי זאלן בלייבן אין שטאט.
זיי קענען מאכן פון די buildings דירות, וועט מען נאך עפעס פארדינען.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:16 pm
דורך עמרם
וואס האט דאס מיט די פארום ?
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:19 pm
דורך מר. קלונימוס
עמרם האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:16 pm
וואס האט דאס מיט די פארום ?
ער וויל וויסן צי נאך איינער איז מסכים מיט אים
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:39 pm
דורך berlbalaguleh
דער פותח האשכול רעדט איבער דעם פראבלעם וואס די פיהלע מוסדות בליעה"ר וועלכע קומען אויף א יעדן שני וחמישי מאכן אן א געפערליכן פראבלעם מיט טרעפיק. און זיין עצה איז אז די מוסדות זאלן ארויסמופן פון די רעזידענשל געגנטער פון די שטאט און אריבערגיין צו די אינדוסטריעל חלק.
דאס איז לכאורה א גאנץ גרינגע עצה און דורכפיהרבאר, ווייל דער מצב פון די סקול באסעס וועלכע געבן טיר צו טיר טראנספארטאציע זענען דער גורם צו א געוואלדיגער אנשטויסעניש אין די ביזי גאסן וועלכע זענען שוין אזוי אויך אנגעלייגט מיט טרעפיק.
נאר דאס איז "דאך" נישט די גאנצע עצה צו לייזן דעם פראבלעם, ווייל די זעלבע באסעס פיקן דאך אויף און פיהרן אפ די קינדער אהיים.
אין צוגאב צו אריבערפיהרן די ישיבות און מיידל סקולס צו די אינדוסטריעל סעקשאן פון די שטאט דארף מען מאכן נאך אן ערנסטן טויש, אז די באסעס זאלן אויפפיקן די קינדער פון די נאנטסטע קארנער פון זייער הויז. אויך, אז א יעדער באס זאל אויפפיקן קינדער פון עטליכע מוסדות.
נאר דאס קען ברענגען מיט זיך אנדערע פראבלעמען, ווייל לויט דעם היינטיגן סיסטעם קען א יעדער באס דרייווער און באס רבי אדער טיטשער די קינדער וועלכע באלאנגען אויף זייער באס, און מיט דעם געטוישטן סיסטעם וועט מען פארלירן דעם פערזענליכן קאנעקשן מיט די קינדער. קען זייער גריג געשעהן, ספעציעל ביי די קלענערע קינדער, אז די קינדער וועלן ווערן אראפגעלייגט נישט אין די ריכטיגע חדר אדער סקול.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:31 pm
דורך רבי טוביה
די בנינים וואס איז ווערט אין די ביליאנען גייען די מוסדות נישט אויפגעבן אזוי שנעל, אבער אויף להבא בוזטו גערעכט
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:35 pm
דורך berlbalaguleh
ר' טוביה: די בניינים קענמען פארוואנדלען אין קא-אפס אדער קאנדאמיניומס. וואס דאס וועט אריינברענגען אוצרות מיט געלט.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:20 pm
דורך היימלינד
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:35 pm
ר' טוביה: די בניינים קענמען פארוואנדלען אין קא-אפס אדער קאנדאמיניומס. וואס דאס וועט אריינברענגען אוצרות מיט געלט.
פון די אנדערע זייט איז אויב מען קען איינפירען אז די באסעס דינגען א לאט ערגעץ [עטליכע האבען דאס שוין] אין זענען נאר אין פארנט פונעם מוסד בשעת arrival & dismissal וועט צוקומען רוב שעות פון די טאג און די גאנצע נאכט, אסאך פארקינג, משא"כ אויב עס קומט דארט דירות וועט צוקומען נאך אסאך קארס און טרעפיק.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:28 pm
דורך רבי טוביה
אז מען פאנטאזירט שוין קען מען אויך איינפירן אז א יעדע בילדינג זאל האבן א פארקינג לאט/גאראדזש אזוי ווי אסאך בנינים אין די נייערע געגענטער אין ארץ ישראל.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:58 pm
דורך היימלינד
אמת, אבער מיין פלאן איז א זאך וואס האט א מעגליכקייט צו געשען און קאסט נישט וואס בויען אדער גראבען א פארקינג לאט קאסט
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:04 pm
דורך תשפג
נעמען די מוסדות ארויס פון שטאט גייט נישט העלפען אסאך מיט טרעפיק, וועגן די באסעס וועלן ווייטער זיין אויף די ראודס צו נעמען און טראגן די קינדערלעך. אדרבה, ס׳קען נאך מאכן די טראפיק ערגער ווייל די גרעסערע קינדער וועלן נישט קענען וואקן צו חדר/סקול, אלע וועלן דארפן גיין מיטן באס.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:13 pm
דורך ליב צו וויסן
תשפג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:04 pm
נעמען די מוסדות ארויס פון שטאט גייט נישט העלפען אסאך מיט טרעפיק, וועגן די באסעס וועלן ווייטער זיין אויף די ראודס צו נעמען און טראגן די קינדערלעך. אדרבה, ס׳קען נאך מאכן די טראפיק ערגער ווייל די גרעסערע קינדער וועלן נישט קענען וואקן צו חדר/סקול, אלע וועלן דארפן גיין מיטן באס.
לגבי טראפיק ביזטו לכאורה גערעכט, אבער פארקינג וועט שטארק פארגרינגערט ווערן (אויב די באסעס וועלן דארט בלייבן...).
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:53 pm
דורך מן הסתם
אי משום הא, קען מען מאכן א מאסיוון פארקינג לאט אינדרויסן פון געגנט פאר אלע באסעס פון אלע מוסדות..
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:06 pm
דורך ערענסטער פארשוין
א גרויס חלק פון די פראבלעם איז, אז אסאך באס דרייווערס זענען מלמדים וואס דארפן זיין אין קלאס גלייך ווען זיי ענדיגן די שיפט און דארפן אנהייבן דרייווען גלייך ביים ענדיגן אין קלאס ממילא פארקירט מען די באס פארנט פונעם חדר אדער דאבל-פארקט
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:05 am
דורך א פארשטייער
ווי סקוקט אויז איז די שרייבער פון דע אשכול נישט קיין טאטע פון קינדער און ווייסט נישט די שוועריקייטן ווען א קינד דארף גיין און חדר אביסל שפעטער ווען עס איז שוין נישט דא קיין טרענספעטעשן
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:07 am
דורך שמעון וואלף
אדרבה, איך האלט אז ס'איז א גוטע זאך אז מוסדות זענען אינמיטן שטאט. שטעל דיך פאר ווען למשל באבוב מיידל סקול אויף 14 - די אלטע בנין, עטרת גאלדא און די נייע, אדער סאטמאר סקול ביי עטרת חיה וואלט געווען אפארטמענט בילדינגס. דאס וואלט געמיינט נאך הינדרעטע קארס און נאך א געוואלד מיט מענטשן וואס וואלטן געווען אריינגעקוועטשט אין ענטפער פון שטאט.
די בניני המוסדות העלפט אז מ'זאל זיין מער אויסגעשפרייט.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:09 am
דורך עמרם
אויך, אויב וואלטן אלע מוסדות געווען אינדרויסן, וואלטן די חתונה זאלן אויך דארט געווען, און מ'וואלט נישט געקענט ציוואקן צי די חתונות
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:13 am
דורך נאך א שמויגער
עמרם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:09 am
אויך, אויב וואלטן אלע מוסדות געווען אינדרויסן, וואלטן די חתונה זאלן אויך דארט געווען, און מ'וואלט נישט געקענט ציוואקן צי די חתונות
וועט זיין ביליגער די חתונות וועגן ווייניגער מענטשן וועלן קומען.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:14 am
דורך עמרם
אין לאנדאן מאכן זיי די חתונות אינדערויסן פון שטאט, כ'מיין ס'גארנישט ביליגער
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:38 am
דורך פון אונזערע
פירט'ס ענק ארויס פון שטאט וועט די מוסדות ענק נישט שטערן כצ''ל
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 2:19 am
דורך berlbalaguleh
תשפג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:04 pm
נעמען די מוסדות ארויס פון שטאט גייט נישט העלפען אסאך מיט טרעפיק, וועגן די באסעס וועלן ווייטער זיין אויף די ראודס צו נעמען און טראגן די קינדערלעך. אדרבה, ס׳קען נאך מאכן די טראפיק ערגער ווייל די גרעסערע קינדער וועלן נישט קענען וואקן צו חדר/סקול, אלע וועלן דארפן גיין מיטן באס.
האט מען דאך געשמועסט אז ס'דארף געשעהן 2 זאכן כדי צו פארלייכטערן דעם טרעפיק אויף די גאסן. 1 אז די באסעס זאללן נאר מאכן קארנער סאטפס: 2. אז באסעס זאללן פיהרן קינדער פון עטליכע מוסדות. נאר דאס קען מעגליך שאפן אנדערע פראבלעמען. וואס מ'קען אויך אויסארבעטן מיט א גוטן סיסטעם.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:56 am
דורך מן הסתם
עמרם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:14 am
אין לאנדאן מאכן זיי די חתונות אינדערויסן פון שטאט, כ'מיין ס'גארנישט ביליגער
שוין זייער ווייניג, ס'פוחת והולך..
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential are
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:36 am
דורך berlbalaguleh
ערענסטער פארשוין האט געשריבן: ↑
א גרויס חלק פון די פראבלעם איז, אז אסאך באס דרייווערס זענען מלמדים וואס דארפן זיין אין קלאס גלייך ווען זיי ענדיגן די שיפט און דארפן אנהייבן דרייוון גלייך ביים ענדיגן אין קלאס ממילא פארקירט מען די באס פארנט פונעם חדר אדער דאבל-פארקט.
נאר דאס קען נישט גיין אויפ'ן חשבון פון א ציבור וואס ווערט דירעקט צוריקגעהאלטן דורך זייערע פעולות.
זאלן זיי (די באס דרייווערס וועלכע זענען אויך מלמדים) מאכן ארענדזשמענטס ווילאנג זיי ברענגען די באס צו דעם חדר און ישיבה.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:38 am
דורך berlbalaguleh
מן הסתם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:56 am
עמרם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:14 am
אין לאנדאן מאכן זיי די חתונות אינדערויסן פון שטאט, כ'מיין ס'גארנישט ביליגער
שוין זייער ווייניג, ס'פוחת והולך..
אין ארץ ישראל, גלייב איך איז עס צוליעב זאונינג געזעצן אז מ'קען נישט האבן חתונה זאללן אין רעזידענשל געגנטער (בדרך כלל).