די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19935
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15199 מאל
קאנטאקט:

די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

די פרוי פעני ווילליס איז די דיסטריקט אטוירני פון פולטאן קאונטי, דזשארדזשיע.

זי האט קאמפיינט און געווארן אויסגעוועלט אלס די. עי. מיט דעם (הויפט) ציל צו ברענגען דאנאלד טראמפ און זיינע מענטשן אויף די באשולדיגונגס באנק.

נאכ'ן געווינען, האט זי, אזוי ווי צוגעזאגט, זיך גענומען צו טראמפ'ס ביינער. זי האט אריינגעברענגט א באשולדיגונגס אקט (אינדייטמענט) פון 92 סעיפים (פאראגראפן) אקעגן דעם געוועזענעם פרעזידענט דאנאלד טראמפ און זיינע מיטהעלפערס.

דער געוועזענער פרעזידענט און שטאלצער ביזנעסמאן און פאליטישן האט זיך געבויגן און געקומען צו דעם משפט אין אטלאנטא, דזשארדזשיע ווי א וואויל יונגל. ער איז געזיצן און אויסגעהערט אלע קלאגעס און שלעכטע זאכן וואס ער און זיינע מענטשן האבן אנגעשטעלט כדי צו פעלשן די רעזולטאטן פון די פארגאנגענע פרעזידענטליכע עלעקשאנס.

זי (די די.עי.) איז געווען זייער שטרענג און געפאדערט מיט פאטאס אז דער געריכט זאל איהם אריינווארפן אין דזשעיל. א יעדע לאגישע און מענטשליכע בקשה וואס טראמפ און זיינע לאיערס האבן אריינגעגעבן האט זי אראפגעקלאפט. אויך האט זי געמאכט "דיעלס" מיט די איבריגע אנגעקלאגטע אז זיי זאלן עדות זאגן אקעגן טראמפ. ס'האט אויסגעזען ווי דער געוועזענער פרעזידענט וועט ענדיגן ערגעץ אין א פריזאן מיט אן ארענדזשן יוניפארם.

נאר ווער ס'קען אביסל דעם געוועזענעם פרעזידענט האט געוואוסט אז ער וועט זיך נישט לאזן אינגאנצן. ער האט דאך די ממתקים, און ער האט גרויסע לאיערס. נאר דערווייל האט אויסגעזעהן ווי דער קעיס אקעגן איהם איז אייזן פעסט.

אויך די מיס. פעני וויליס האט א יעדן איינציגן טאג געגעבן סטעיטמענטס פאר די פרעסע וויאזוי זי גייט "באגראבן" מר. טראמפ. אזוי ווי ס'שטייט אין די מגילה... "והמלך והמן ישבו לשתות". זי האט זיך געפרייט און גע'יובל'ט מיט איהר הצלחה.

נאר טראמפ און זיינע לאיערס זענען אויך נישט געשלאפן. זיי האבן זיך גענומען גריבלען אין איהר בעקגראונד. יגעת ומצאת, זיי האבן געטראפן אז זי האט געדינגען איינעם א לאיער (כדוגמתה) צו זיין דער פראסעקיוטאר אין דעם קעיס. דער לאיער נעיטען וועיד (ר' נתן ווייס) איז אויך געווען איר "בויפרענד". זיי זענען געפארן אויף וואקאציע (עטליכע) צוזאמען, און מר. וועיד האט באצאלט פאר די וואקאציעס פאר זיך און זיין פלונית'טע מיט א קרעדיט קארט. נו, וואס איז שלעכט מיט דעם?! נאר דער פראבלעם איז אז מר. וועיד'ס געלט איז געקומען פון רעגירונגס פאנדס, ווייל ער האט אויך געארבעט פאר די קאונטי אלס הויפט פראסעקיוטאר אין דעם קעיס.

האבן די טראמפ לאיערס גע'טענה'ט 2 זאכן. איינס, אז זי האט פערזענליך פארדינט פון דעם קעיס. צוויי, אז זי האט גענומען א וואקאציע אויף די רעגירונגס חשבון, צו וואס זי איז נישט געווען בארעכטיגט.

די לאיערס האבן גע'טענה'ט אז מ'זאל איר אראפנעמען פון די קעיס, ווייל מ'האט איר דאך געכאפט מיט א "גניבה" און זי האט געזאגט ליגנט.

ווען זי וואלט נישט געווען פון די אפריקאנער (אמעריקאנער) גזע וואלט זי שוין פון לאנג געפלויגן. האט די רעגירונג אין דזשארדזשיע באשלאסן אז מ'זאל מאכן א היערינג.

ביי די היערינג/ס האט מען געברענגט א יעדן איינעם וואס איז נאר געווען א מחותן וואס האט געהאט א שייכות מיט איהר. זיי האבן ארויפגעלייגט איהר טאטן אויפ'ן וויטנעס סטענד. דער אלטער האט (נעבעך) געמיינט אז מ'האט איהם גערופן אין קאורט כדי ער זאל פארציילן זיין גאנצע לעבנס געשיכטע. ער האט אנגעהויבן פון פאר בראשית ביז'ן סוף. דער תמצית, דער עיקר וואס זיי (די רעגירונג) האבן געוואלט ארויסברענגען אז זיין בת יחידה פעני ווילליס האט שוין געקענט מר. וועיד נאך אין יאר 2019, און זי האט איהם אויפגענומען אלס פרעסקיוטאר צוליב איהר באקאנטשאפט מיט איהם. זיי האבן אויך ארויפגעלייגט דעם "חתן בחור" אליין אויפ'ן וויטנעס סטענד. ביי איהם האבן זיי געוואלט אז ער זאל מודה זיין אז די וואקעישאן/ס פאר וועלכע ער האט באצאלט (אויך פאר פעני ווילליס) זענען געקומען פון רעגירונגס, פי' טעקספעיער געלטער, כלומר זיינע וועידזשעס. האט ער צוריקגע'טענה'ט אז ער האט אויך אנדערע אינקאם אלס פרייוועט לאיער, און די וואקאציעס זענען געווען פון יענע געלט.

יעצט דארף מען ווארטן וואס דער דזשאדזש וועט דעסיידן. צי זי קען נאך ווייטער פיהרן דעם קעיס אקעגן דאנאלד טראמפ, אדער זי מוז אראפגיין, און ממילא וועט דער קעיס אקעגן אים און זיינע שותפים בטל ווערן...!

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר