בלאט 1 פון 4

פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:30 am
דורך [NAMELESS]
פרידא וויזל אויף איר פאדקעסט מאכט א לאנגע אינטערוויו מיט א פראפעסאר אילה פעדער וועגן אידן וואס פארן ליידער אפ. שפעטער אין די שמועס רעדט זי וועגן שינויים וואס געשעעהן אנליין און ווי אידיש איז געווארן א שפראך צו שמועסן און פארברענגען ברענגט זי ארויס די ראלע פון קאווע שטיבל אלץ א פארום וואס האט צום ערשטע מאל געגעבן פאר חסידישע אידן די מעגליכקייט צו שרייבן מיט א מינימאלע צענזור אויף די אידישע שפראך. זי זאגט אויך אז זי האט א טרענסלעיטאר וואס טייטשט איר איבער פאוסטס פון קאווע שטיבל פאר אירע פארשונגען.

די שמועס וועגן ק''ש פאנגט זי אהן בערך ביי די 1 שעה אריין.


Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:52 am
דורך שמן למאור
די שמועס איז בעיקר וועגן חרדים אנוסים, זייער אינטערסאנט. ס'זעט אויס ווי עס איז עפעס לעצטנס א שטארק ארויפגייענדע פענאמענאן.

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:53 am
דורך כף הקלע
איך וואלט נישט גערופען יעדע באהאלטענע אפיקורוס אן אנוס. פאראן די וואס האבען ליב די חסידישע געזעלשאפט און קולטור און זיכען נישט עפעס אנדערש. זיי זענען צופרידען צו בלייבן מיטן שטריימעל בעקעשע והמסתעף. בדידי קאמינא.

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:48 am
דורך טאמבל סאס
גוטע נייעס! זייער שטארק. @בענדזשאמין פרענקלין'ס טעילאר סוויפט איבערזעצונג גייט נישט אראפ פון סדר היום :lol:

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:36 am
דורך יודישיסט
כף הקלע, עס איז ריכטיג וואס די זאגסט אז מען קען ליב האבן די קולטור און שטייגער פין לעבן אפילו מען איז נישט גלויביג, אבער די גדר פין א אנוס מיין איך אז מען לעבט א דאבל לייף און מען דארף זיך באהאלטן אפילו נאר די מיינוגען.

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 7:24 am
דורך יאסל ראקאווער
די עם הארצות gap איז אזוי ברייט לעצטענס מקען טראכטען רעדן און זאגן אלא אידישע פיליזאפישע רייד. ווילאנג ס'איז נישט מיט ליצנות אדער צינישקייט.
די אידן וואס ליינען נישט, פארשטייען נישט! די פרומע חניוקישע עולם איז ממש אומבאלערענט.

עניים להם ולא יראו אוזניים להם ולא ישמעו.

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 7:37 am
דורך יואליש
יודישיסט, דער גלות הדיבור איז דאך די סוד פול גלות מצרים לויט די חכמי האמת. אנוס ע"פ הדיבור.

כף הכלע, פראפעסאר פעדער ברענגט ארויס אין די איטערוויא און איר בוך דעם פענאמאנאן פון אהבתי את אדוני את אשתי ואת בניי לא אצא חופשי. דעם ועבדו לעולם וואס קומט פון זיין פארהייראט און פאר'קינדערט און אויך ווייל די עצם קולטור איז אים באקאנט און געשמאק, בדיעבד אדער אפשר גאר לכתחילה. זי רעדט פון פיל וועלכע גלייכן די קולטור בשיטה, און קריטיקירן די מאטעריאליזם אין די סעקיולארע געזעלשאפט.

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:16 am
דורך יודישיסט
יאסל ראקאווער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 7:24 am די עם הארצות gap איז אזוי ברייט לעצטענס מקען טראכטען רעדן און זאגן אלא אידישע פיליזאפישע רייד. ווילאנג ס'איז נישט מיט ליצנות אדער צינישקייט.
די אידן וואס ליינען נישט, פארשטייען נישט! די פרומע חניוקישע עולם איז ממש אומבאלערענט.

עניים להם ולא יראו אוזניים להם ולא ישמעו.
יוסל,
איך ווייס נישט אווי דו דרייסט זיך אבער און צווישן מיין געזעלשאפט קענסטו רעדן אפילו אקעגן די סיסטעם, קיין פראבלעם, אבער ביז אפיקורסות עס דעשרעקט מענטשען צו חקרענען אטן פרעגן אויף זאכן וואס מען גלייבט שוין דערין דורי דורות, אפילו אויב די צוגאנג איז נישט ציניש.

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:26 am
דורך מונטסורי
יואליש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 7:37 am יודישיסט, דער גלות הדיבור איז דאך די סוד פול גלות מצרים לויט די חכמי האמת. אנוס ע"פ הדיבור.

כף הכלע, פראפעסאר פעדער ברענגט ארויס אין די איטערוויא און איר בוך דעם פענאמאנאן פון אהבתי את אדוני את אשתי ואת בניי לא אצא חופשי. דעם ועבדו לעולם וואס קומט פון זיין פארהייראט און פאר'קינדערט און אויך ווייל די עצם קולטור איז אים באקאנט און געשמאק, בדיעבד אדער אפשר גאר לכתחילה. זי רעדט פון פיל וועלכע גלייכן די קולטור בשיטה, און קריטיקירן די מאטעריאליזם אין די סעקיולארע געזעלשאפט.
דאס איז ריכטיג אבער די יסורי הנפש איז נישטא ביי פילע וואס האבן א שטיקל ווירטואלע אדער ריעל לייף קומיוניטי וואו מען קען זיך צונויפשמועסען א אידיש ווארט, די טערם ״אנוס״ אימפלייד אזא גלות וואס איז גורם א צעקה בלב און מ׳ברויך טאקע מחלק זיין צווישען די צוויי

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:17 am
דורך berlbalaguleh
ששון ושמחה: די פראפעסאר(ין) מאיער מאכט נאר איין פאקטועללן ...(Factual)...טעות. זי זאגט אז מען קען אויף קאווע שטיבל "נאר" שרייבן אויף אידיש. דאס איז נישט ריכטיג. אמת, אז די מערסטע פאוסטס זענען אין אידיש. נאר אויב איינער לייגט ארויף א פאוסט פאר סיי וועלכע סיבה אין ענגליש ווערט עס פונקט אזוי אנגענומען ווי אידיש.

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:13 am
דורך יודישיסט
בערל, עס איז ריכטיג איר פונקט, ווייל די קענסט שרייבן א ווארט צוויי אין ענגליש וכדו אבער אז איך וועל אנההיבן פאוסטען דע רעגילמעסיג בלשון עם זר וועט די מנהל פונם וועבזייטל זיכער קאמענטירן דערויף.

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:18 am
דורך המאיר לארץ
פון ווי ווייסט זי אזוי פינקטלעך?
מרת פעדער איז א היימישע?

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:21 am
דורך כרם זית
עס איז געווען אמאל אן אשכול איבער אליה פעדער'ס בוך, כ'קען עס אבער נישט טרעפן. האט די אשכול גערעדט קעגן פוטין אז ס'האט געדארפט פארשווינדן ווערן?

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:41 am
דורך מונטסורי
כרם זית האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:21 am עס איז געווען אמאל אן אשכול איבער אליה פעדער'ס בוך, כ'קען עס אבער נישט טרעפן. האט די אשכול גערעדט קעגן פוטין אז ס'האט געדארפט פארשווינדן ווערן?
ביידע אשכולות פארשווינדען, איבער מצוה מיידלעך און באהאלטענע אפיקורסים

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:56 am
דורך כרם זית
וואס איז פשט?

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:02 pm
דורך שמן למאור
טאמבל סאס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:48 am גוטע נייעס! זייער שטארק. @בענדזשאמין פרענקלין'ס טעילאר סוויפט איבערזעצונג גייט נישט אראפ פון סדר היום :lol:
לינק עס אהער ביטע.

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:55 pm
דורך סקעפטיקער
איך האלט אינמיטן אויסהערן, דאס איז צוקער זיס!

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:00 pm
דורך אלפא
זי רעדט פון קאווע שטיבל און אז זי ליינט ארטיקלען דא. האט זי א ניק דא צו וואס? שרייבט זי אויך דא? אנדערש וויאזוי ווערט זי נישט אויסגעשפארט מיט די נייע תקנות?

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:02 pm
דורך מונטסורי
כרם זית האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:56 am וואס איז פשט?
סארי חברה, אפירגעקראצט, ווייס איך נישט פארוואס פריער איז עס נישט ארויפגעקומען…
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=13415

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:35 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:17 am ששון ושמחה: די פראפעסאר(ין) מאיער מאכט נאר איין פאקטועללן ...(Factual)...טעות. זי זאגט אז מען קען אויף קאווע שטיבל "נאר" שרייבן אויף אידיש. דאס איז נישט ריכטיג. אמת, אז די מערסטע פאוסטס זענען אין אידיש. נאר אויב איינער לייגט ארויף א פאוסט פאר סיי וועלכע סיבה אין ענגליש ווערט עס פונקט אזוי אנגענומען ווי אידיש.
דאס איז זעלבסטפארשטענדליך. ווייל די קאסטומערס דא וועללן מיינען אז דו שרייבסט אויף טערקיש אדער רוסיש.

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:01 pm
דורך ברוך שפינוזה
פון די שטערקסטע ליינס דורכאויס'ן אינטערוויו איז געוועהן ווען אילה פעדער האט זיך באצויגן צו דאס וואס חסידים פונאנדערטיילן צווישן אינטעלעקטואלע קשיות/ספיקות און געפילישע, זאגט זי (אדער אזוי האב איך פארשטאנען פון אירע ווערטער) אז די גאנצע אמונה סאבדשעקט צוזאמען מיט אלע קשיות תירוצים און ספיקות דערינען איז א געפילישע ענין, והא ראיה אז אפילו די אזויגערופענע אינטעלעקטואלע קשיות זענען מעורר געפילישע רעספאנסעס פון די "מאמינים".

אגב, בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט געוואוסט ביז היינט אז זי איז שפיצעלע שטרימפקינד? ס'מיר געוועהן ממש א נחת רוח צו זעהן ווי שפיצעלע האט זיך ארויסגעזעהן פון די עמאציאנאלע פלאנטערנישן און זיך אזוי שיין אוועקגעשטעלט, זאלן מיר אלע זוכה זיין בקרוב.

Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:11 pm
דורך רימון
איין זאך וואס האט מיך געבאדערט פון דעם אינטערוויו, כ'האב א גאנצן צייט געווארט וויזעל זאל פרעגן ווי גרויס דער פענאמען פון באהאלטענע אפיקורסים (ממש, די וואס לעבן בפועל א דאבל לייף, איינער וואס האט ספיקות אבער לעבט א שו"ע\חרדיש לעבן אפילו בצינעא פאלט נישט אריין אין דער קאטאגאריע לענ"ד) איז?
יש אומרים אז פעדער האט געטראפן אלע פינף און צוואנציג דאבל לייפערס (סתם איינער וואס טשיט אויף זיין ווייב הייסט נאכנישט קיין דאבל לייפער, מ'רעדט פון אינטעלעקטועלע דאבל לייפערס) און פון דעם געמאכט א בוק. לבי אומר ליב אז דער פענאמען איז קלענער ווי וויפיל פאבליסיטי עס באקומט.
אלעס גייט געהעריג אן און אמונה ווערט נאר שטערקער, סיי אמונה אין רבי'ס און סיי די ניו-עידזש אמונה וואס האט כל ערליי לבושים פון ר' שמעון שפיטצערס און ר' אלימלך בידערמאנס אמונה, ביז טענק יו ה' אמונה און אלעס אינדערמיט. ווער ס'עסט טועמיה איז ווייטער חיים זכו און קול בחצרות האט לויט מאנכע מער צוהערער ווי קול מבשר.

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:26 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך וואלט געזאגט אז די דאבל לייף פענאמענאן ביישטייט פון מער פון 25 מענטשן, נאר פון נאטור אויס האט עס זייער א הויעכע turnover rate, וויזל אליין האט בסך הכל געבלאגט ווינציגער פון צוויי יאר ביז זי האט זיך זיך ארויסגעזעהן דערפון. ס'איז ווי א באס וואס פירט 25 מענטשן אויפאמאל, אבער אז דו זיצסט דערויף גענוג לאנג וועסטו באגעגענען אפאר הונדערט מענטשן.