נאכט לאמפ'ס מחשבות - מלחמת היצר

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
נאכט לאמפ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

נאכט לאמפ'ס מחשבות - מלחמת היצר

שליחה דורך נאכט לאמפ »

דער זינדיגער מלאך

דער זון ווייזט זיין פנים
דער מלחמת היצר איז שטארק
שוין קומט ער מאנען
ער איז דא מיט רעיונות א פילע מארק

טאג איז נאכנישט
אבער מיד שוין נישט מער
שפילט מיט זיין שווערדל
קאלטבלוטיג איז ער

די הייליגע דף
איך ליב איר ביז גאר
דער איד מיט די תורה
אך
די גליקליכסטע פאר

פלוצלינג איז ער דא
בילט ער ווי די הינט
לייגט אראפ א פיס
נישט עולם הזה! עולם הבא!?

לערנען 'עסטו מארגן
אויפ'ן רגע ווער איך מיד
זיך שלאגן מיט א מלאך?!
איך?! א פשוטע איד?!

א מאלער ווי אים
איז נאר דא איינער
אין פארבן פאלש
קען ער פיינער

לייג אוועק דיין בערשטל
און פאק גלייך פעק
איר זענט גארנישט אזוי צערטל
פלי ווייט אוועק

הייליגע מלאך
הער אויף מיך קאנטראלירן
דיין צייט דא איז קורץ
ווייז מיר די אמת'ע קאלירן

מיט דיינע קונצן
לאז אונז שוין אפ
ווייל משיח איז דא
און דיין קאפ איז אראפ

יא דו ביזט געטליך
דאך האסטו געזינדיגט
און מיט דעם
דיין שליחות געענדיגט

——

דאס האב איך געשריבן אין א נאכט וואס ס'איז מיר זייער שווער אנגעקמען צו לערנען מיין דעמאלס'דיגע שיעור אין דף היומי.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: נאכט לאמפ'ס מחשבות - מלחמת היצר

שליחה דורך שעפטאל »

@נאכט לאמפ האסט געפענט מיין הארץ
כ'האב עס געשריבן אונטערן רושם פון דיין פאזיע
(כ'האב געטרייעט מיין בעסט.)


די זייט פונעם יצר טוב..

געסט זיך אונטער
זוממער און ווינטער
אין שאול ארונטער
ווערסטו דען מונטער?

די יצר טוב נאגט
מאנט און קלאגט
פארוואס ביסטו פארפלאגט?
האסט געהעריג גע'בוק'ט?

כ'האב דאך אמונה
כ'בענק נאכן שכינה
מיט אביסל בינה
בא תבוא ברינה

ביסט סייווי א קנעכט
פארוואס צום שלעכט?
ס'קען דאך זיין צום עכט!
מיט די וועג פון לעכט

מ'האט דיך געלערענט ביטערע תורה
א וועג פון גילט און מורא
ס'איז באמת נאר עצות אויף דביקות הבורא
לעק נאכאמאל די האניג אלף בית, די זיסטע סחורה

איגנאריר נישט מיין געפיהל
ברענג מיך צוריק אין שוהל
ס'איז די בעסטע דיעל
דעם דף איז ריעל
פארשפארט