בלאט 1 פון 1

קייראפרעקטיק און אלטערנעטיוו מעדיצין

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:11 am
דורך ידען
קייראפרעקטערס איז א זאך וואס יעדער ווייסט ווייל זיי טרעפען זיך אסאך ביי די היימישע געגענטען מיט זייערע אפישעל אפיסעס און סע דא אפי׳ די וואס קומען צו מענטשען אינדערהיים פאר א פאר דאלער.

איך ווייס נישט אסאך פון דעם אויסער אז זיי קענען מוראדיג גוט קראכען אלע ביינער פון א מענטש און זאגן פארשידענע זאכן פונעם מענטש ווי למשל זיינע נאטירן וכד׳ און אויך סע דא מענטשען וואס דערציילען אותות ומופתים וועגן זיי אז זיי האבן ממש געזען אז זייער קינד האט נישט אויפגעהערט צו באקומען א אויער אינפעקשען און אלע דאקטוירים מיט די אנטיביאטיק האט נישט געהאלפען און נאכן גיין צום קייראפרעקטער האט זיך עס אויפגעהערט ( נישט אלעמאל דערציילען די ווייבעלעך אז זיי האבן ווייטער געגעבען די אנטיביאטיק אפי׳ בשעת נעמען די קייראפראקטיק טריטמענטס...).

לעצטענס האבעך געזען א בריוו ווי איינער האקט אויף א קייראפראקטער פון וויליעמסבורג אין א בריוו צום המספיק גאזעט (א אויסגאבע וואס מע דארף עקסטער באשרייבען) איך וועל שפעטער אויפזיכען די בריוו און עס ברענגען דא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 4:05 pm
דורך נס קאווע
איך האב שוין גיהערט פון אסאך נאנטע וואס זענען געגאנגען צו א קייראפראקטער אבער נאר פאר רוקן פראבלעמען יעדע פאך איז א סעלושען פאר זיינע פראבלעמען אבער קיין זאך קען נישט אלעס היילן
(חוץ נעטשערלס און גיסן בליי, און גוטשי ווער געדענקט נאך)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:14 pm
דורך עולם_גולם
דא איז די 3 בריוון וואס איז געלאפן אין המספיק גאזעט