בלאט 1 פון 2

נייע אומפארטייאישע צייטונג [מילער שטריימל פּרענק]

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:42 pm
דורך [NAMELESS]
נאר געזעהן די פאוסטער. ווער עס ווייסט פרטים זאל ביטע אריינקומען.

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:17 pm
דורך שמעקעדיג
דעקט בכבוד'יג יעדע חסידות?
אויכעט שוואנצאנות?

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:34 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
עכט אומפארטייאיש איז אויב מ'וועט דעקן סיי די פרא-בחירות גייער, און סיי די אנטי-בחירות גייער, סיי פרא-חסידים סיי מתנגדים.

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:12 am
דורך מר. קלונימוס
אומגלויבליך, דאס מוז זיין א אדר א' וויץ. עפענען א 'צייטונג' ווען צייטונגען גיין אונטער...

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 7:12 am
דורך [NAMELESS]
די רומער איז אז סאמהאו איז דאס א עד פאר מילער שטריימלעך

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 12:47 pm
דורך yesiknow
ליין די דעקעל פון דער איד "אומאפהנגיקע"
וואס מיינט דאס וויסט איינער?

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:19 pm
דורך [NAMELESS]
yesiknow האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 12:47 pm ליין די דעקעל פון דער איד "אומאפהנגיקע"
וואס מיינט דאס וויסט איינער?
ווי קומט עס דא אריין?

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:38 pm
דורך yesiknow
מענין לענין באותו ענין.

והשנית אומפארטייאיש אין אומאפהנגיק איז נישט מער ווי שיינע קלינגעדיקע פראזען ותמכתי יתדותי פון די שער בלאט פון די גרעסטע יודישע צייטונג /בלאט וואס הייסט דער (יוד) איד
שבת שלום ומבורך

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 3:21 pm
דורך berlbalaguleh
yesiknow האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 12:47 pm ליין די דעקעל פון דער איד "אומאפהנגיקע"
וואס מיינט דאס וויסט איינער?
איך ווייס וואס דאס האט געדארפט צו מיינען. אז זיי האבן נישט קיין אגענדא און באלאנגען נישט צו קיין שום פארטיי אדער פראקציע.

נאר די מציאות איז אז זיי זענען פונקט די פארקערטע פון "אומ-אפהענגיק". זייער גאנצע מטרה ...(Raison d'etre)...צו האקן אויף ציונים. און בארעדן און פארשרייען א יעדן וואס ס'דאכט זיך זיי אז זיי זענען ציונים. אריינגערעכנט אלע חסיד'ישע רבי'ס. אויסער א פאר געציילטע וועלכע האבן זיך מכניע געווען פאר זיי. זיי מאכן ללעג ולקלס אלע גדולי הדור וצדיקי אמת וועלכע גייען (אפשר) נישט אין שפאן. און זיי דערקלערן נישט (לכה"פ) 3 מאל אין טאג. אונז זעמיר מיט ענק. די אלע איבריגע ..זענען גויים , שקצים, ציונים, עוכרי ישראל, מסיתים ומדיחים. זייער גאנצע תורה איז גארנישט ווערד. ס'איז אלעס סיטרא אחרא...!

דער בלאט. וואס בראשית דרכו איז ער יא געווען א נארמאלע אידישע צייטונג וואס איז געווען א געשמאק צו ליינען. נאר מיט די צייט איז ער געווארן א צווילינג ברודער פאר דעם איד. זיי שפריצן מיט שנאת ישראל. און זיי מיינען נאך (אדער ווילן איינרעדן פאר'ן עולם) אז זיי גייען אין די שיטה. ווען אידיש בלוט גיסט זיך רחמנא ליצלן אין ארץ ישראל און איבער די וועלט האבן זיי נישט קיין בעסערע און מער וויכטיגע זאך ווי ארויסצוהייבן דעם שבח פון די אראבישע טעראריסטן, ימח שמם וזכרם. און גיסן פעך און שוועבל אויף די אידישע קינדער וועלכע קעמפן פאר זייער לעבן אין ארץ ישראל.

זיי רעדן זיך איין (און ווילן איינרעדן פאר'ן עולם) אז די גויים אין אמעריקע אדער איבער די וועלט האבן ליעב אידן. און אלעס איז שלום ושלווה. די ביטערע מלחמה אין ארץ ישראל מיינט נישט זיי.

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:42 pm
דורך לעפטאפ
ענדליך איז די סיקריט געבראכן געווארן

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:59 pm
דורך קליינע צדיק
דאס מיינט אנגעדרייט א דראמא
שוין געווען גרייט אוסרים מתירים וכדו'
יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי
כאטש האבן מענטשן געהאט וואס צו טון פאר א שטיק צייט
אביר וואס איז זיכער איז אז עס איז געווען א געלונגענע שטיקל

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג [מילער שטריימל פּרענק]

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:55 pm
דורך שפילער
זייער סטופיד ווייל מען גייט זיי זעכער נאכמאכן און איך ציטער וואס די קאפי וועט זיין...

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג [מילער שטריימל פּרענק]

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:29 pm
דורך לאכעדיג
ווער האט געשריגן אין ביהמ"ד שבת אז מענדל הערש פאנעט שטייט אונטער דעם און קומט ארויס מיט א צייטונג??
לאך א גוטס...

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג [מילער שטריימל פּרענק]

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:31 pm
דורך סקעפטיקער
קיינער האט נישט געשריבן, עס איז בלויז דיין אבסעסיע וואס לאזט דיר נישט פארגעסן פון אים. איז ער אפשר דיין פערזענליכע בעל פלוגתא?

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג [מילער שטריימל פּרענק]

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:55 pm
דורך לאכעדיג
ניין. איך פארצייל נאר וואס איך האב געהערט אין ביהמ"ד און איינער האט עס יא געשריבן אויף אייוועלט.

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג [מילער שטריימל פּרענק]

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:34 pm
דורך קהל'ס נער
לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:29 pm ווער האט געשריגן אין ביהמ"ד שבת אז מענדל הערש פאנעט שטייט אונטער דעם און קומט ארויס מיט א צייטונג??
לאך א גוטס...
גראדע טענה׳ט מענדל הערש׳נען אז ער גייט ארויסקומען מיט א שבת׳דיגע גליון צי ליינען ביי לכה דודי.

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג [מילער שטריימל פּרענק]

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:40 am
דורך ארגענטינע
אביסל נאריש פון זיי

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג [מילער שטריימל פּרענק]

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:47 am
דורך לאכעדיג
ארגענטינע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:40 am אביסל נאריש פון זיי
פארוואס?

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:50 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:17 pm דעקט בכבוד'יג יעדע חסידות?
אויכעט שוואנצאנות?
אזוי ווי דער בלאט איז געווען בראשית דרכו. ווען ר' שמעון ראלניצקי האט דארט געשריבן. נאר זאכן האבן זיך (ליידער) געטוישט. די סיקריקים האבן זיך גובר געווען. אזי ווייט אז ער איז געווארן דער פאן טרעגער פון קנאות (שוואנצנות?) און דער איד איז ציוניסטיש געשטימט אקעגן איהם.

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג [מילער שטריימל פּרענק]

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:50 am
דורך שמעקעדיג
לאכעדיג האט געשריבן:
ארגענטינע האט געשריבן: אביסל נאריש פון זיי

פארוואס?

מיינסט צו פרעגן פארוואס עס איז נאר "אביסל" נאריש?
פרעגסט גוט...

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג [מילער שטריימל פּרענק]

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:53 am
דורך לאכעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן: מיינסט צו פרעגן פארוואס עס איז נאר "אביסל" נאריש?
פרעגסט גוט...

אנטשולדיג מיר אבער דאס איז קיין ענטפער...

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:29 am
דורך אתרוגים
לעפטאפ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:42 pm ענדליך איז די סיקריט געבראכן געווארן
נאך א מזל.
נישט געקענט שלאפן רוהיג ביז יעצט.

למעשה איזעס גאנץ א פיינע איידיע

Re: נייע אומפארטייאישע צייטונג [מילער שטריימל פּרענק]

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 3:58 pm
דורך לעפטאפ
די קאווער פונעם צייטונג