בלאט 1 פון 2

וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:41 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
הימל און ערד און גיוס חרדים!

די קאאליציע און אפאזיציע האקן זיך איבער די סוגיה.

היינט איז געווען א בג"ץ דעריבער. די הויכגעשפריצטע שופטים האבן מרמז געווען אז זיי קלערן זיך אריינצומישן אין די נושא.

אלע שרייבערס, צייטונגען, טעלוויזיעס רעדן ארום. די רעכטע נעמען זיך אן (דערווייל) פאר די חרדים, די לינקע שימפן און שעלטן. די חרדים - זענען שטיל.

וואס גייט זיין דער סוף?

וואס איז ריכטיג? ווייסט יעדער בר דעת.
די שאלה איז נאר, היות די לינקע נוצן דאס אלס א מיטל אונטערצוהאקן די פרומע, וויאזוי קריכט מען ארויס פון פון די בלאטע?

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:24 pm
דורך גאר נייגעריג
די ציונות הדתית גייען יא אין מיליטער און זיי לעקן אויך נישט קיין האניג.
די חרדים ברויכן האבן שכל און זיך ניט לאזן פון די לינקע קללות
ערגסטענס פאל זאלן זיי זאגן אז זיי גייען נישט אין מיליטער אלס א מחאה אקט אקעגן די דיקטאטארישע רעגירונג.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 3:07 pm
דורך סבא דבהתא
וויאזוי איך קוק אן די מצב... גיוס חרדים איז נישט קיין שאלה פון אויב נאר ווען... די פרייע האבן 2 קונדער פאר יעדע 3 ערוואקסענע און אסאך פוצן אפ פון די מדינה ווייל ס’איז צו פרום פאר זיי. משא”כ די פרומע פרו וישרצו וירבו במאוד מאוד ותמלא הארץ אותם. ס’איז נישט אזוי ווייט די טאג וואס די אידן אין די מדינה גייט באשטיין פון רוב חרדים און מזעט שוין ליידער די סימפאטיע פון אסאך ’היימישע’ צו שטיצן די חיילים.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 3:48 pm
דורך ים רויבער
סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 3:07 pm וויאזוי איך קוק אן די מצב... גיוס חרדים איז נישט קיין שאלה פון אויב נאר ווען... די פרייע האבן 2 קונדער פאר יעדע 3 ערוואקסענע און אסאך פוצן אפ פון די מדינה ווייל ס’איז צו פרום פאר זיי. משא”כ די פרומע פרו וישרצו וירבו במאוד מאוד ותמלא הארץ אותם. ס’איז נישט אזוי ווייט די טאג וואס די אידן אין די מדינה גייט באשטיין פון רוב חרדים און מזעט שוין ליידער די סימפאטיע פון אסאך ’היימישע’ צו שטיצן די חיילים.
די קומסט דא מיט אן הנחה אז עס זענען דא צוויי מינע מענטשן אין א"י. חרדים, און פרייע.

א"י האט א ציבור חרדים, וואס רוב פון זיי האלטן נישט ביים גיין אין צבא.

אזוי אויך האט עס אן ענליכע נאמבער פרומע מענטשן וואס פאררופן זיך "דתי לאומי", וואס זיי גייען אפילו מער פון די פרייע אין צבא, אין פאקט זענען ארום 45% פון די קדושים וואס זענען אומגעקומען אין די מלחמה ביים פייטן אין עזה פון די מענטשן.
די דתי לאומים האבן אויך אסאך קינדער, אבער אויף אן עווערעזדש נישט אזוי סאך ווי חרדים.

נאכדעם איז דא מסורתיים, וואס איז א גרויסע ספעקטרום, אבער צו מסביר זיין בקיצור, זענען זיי פרייע וואס האלטן א שטיקל אידישקייט, ווי צום ביישפיל תפילין, שבת, טהרת המשפחה וכו'.

דערנאך איז דא וואס היינט האלט עס שוין ביי א מיעוט וואס אונז רופן "פרייע" וואס רוב פון זיי האלטן ליידער כמעט גארנישט.

די מדינה ווערט יעדע יאר פרומער און פרומער, מען קען עס אנזען מער ווייניגער לויט די פארטיי ווי איינער וואוט, די לינקע "מרץ" למשל האט נישט געהאט גענוג קולות לעצטע בחירות אדורצוגיין די "אחוז החסימה" און אריינגיין אין כנסת.
נאך די שמחת תורה אטאקע זענען דא זייער אסאך פרישע בעלי תשובות, די פארלאנג פאר ציצית, תפילין וכו' איז אומדערהויער.

על פי דרך הטבע גייט די מדינה נישט זיין א רוב פון חרדים אין די קומענדיגע 50 יאר.
וואס יא, עס גייט מעגליך זיין א רוב פרומע מענטשן, וואס האלב צו מער פון זיי גייען זען פאר א זכיה צו קעמפן פאר מדינת ישראל.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 4:03 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 3:07 pm וויאזוי איך קוק אן די מצב... גיוס חרדים איז נישט קיין שאלה פון אויב נאר ווען... די פרייע האבן 2 קונדער פאר יעדע 3 ערוואקסענע און אסאך פוצן אפ פון די מדינה ווייל ס’איז צו פרום פאר זיי. משא”כ די פרומע פרו וישרצו וירבו במאוד מאוד ותמלא הארץ אותם. ס’איז נישט אזוי ווייט די טאג וואס די אידן אין די מדינה גייט באשטיין פון רוב חרדים און מזעט שוין ליידער די סימפאטיע פון אסאך ’היימישע’ צו שטיצן די חיילים.
וועלן זיי עמיגרירן קיין אמעריקא אדער אירופה. זיי וועלן נישט גיין אין מיליטער.

איך קען נישט זען ווי א טאטע פון א בחור'ל זאל איהם זאגן, או קעי חיימ'ל פארמאך די גמרא - מ'גייט אין מיליטער אריין.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 4:15 pm
דורך אסטיון
סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 3:07 pm וויאזוי איך קוק אן די מצב... גיוס חרדים איז נישט קיין שאלה פון אויב נאר ווען... די פרייע האבן 2 קונדער פאר יעדע 3 ערוואקסענע און אסאך פוצן אפ פון די מדינה ווייל ס’איז צו פרום פאר זיי. משא”כ די פרומע פרו וישרצו וירבו במאוד מאוד ותמלא הארץ אותם. ס’איז נישט אזוי ווייט די טאג וואס די אידן אין די מדינה גייט באשטיין פון רוב חרדים און מזעט שוין ליידער די סימפאטיע פון אסאך ’היימישע’ צו שטיצן די חיילים.
אויב רוב ארץ ישראל גייען זיין ערליכע אידן וועט נישט זיין קיין גרויסע פראבלעם פאר ערליכע אידן צי גיין אין מיליטער אדרבה די מיליטער וועט זיך פירן ע"פ תורה

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:02 pm
דורך קהל'ס נער
ווען די מדינה וועט קומען צום שכל אז די איינציגסטע וועג אריינציברענגען חרדים אין מיליטער איז דורך גוטע מארקעטינג, דעמאלטס וועט זיין גיוס חרדים.

ווילאנג ס׳איז אונז קעגן זיי קענען זיי נישט געווינען, אונז חרדים האט מען זייער גוט מחנך געוועהן אז מען דארף האבן מסירת נפש אויף אידישקייט (?).

איינמאל זיי וועלן פארשטיין ווי אונזערע שוואכקייטן זענען וועלן זיי זייער שנעל מצליח זיין.
די מדינה סאקט ווען ס׳קומט צי PR, סיי לגבי די וועלט וואס יעדער בר דעת פארשטייט אז די מדינה איז גערעכט אבער אן קיין PR קאמפיין קען די צד שכנגד פארקויפן וואס זיי ווילן, די זעלבע איז ביי גיוס חרדים די מדינה קען זיין גערעכט ביז מארגן אבער אן קיין PR גייט קיין גיוס חרדים נישט געשעהן.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:11 pm
דורך צועקים וזועקים
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:02 pm ווען די מדינה וועט קומען צום שכל אז די איינציגסטע וועג אריינציברענגען חרדים אין מיליטער איז דורך גוטע מארקעטינג, דעמאלטס וועט זיין גיוס חרדים.

ווילאנג ס׳איז אונז קעגן זיי קענען זיי נישט געווינען, אונז חרדים האט מען זייער גוט מחנך געוועהן אז מען דארף האבן מסירת נפש אויף אידישקייט (?).

איינמאל זיי וועלן פארשטיין ווי אונזערע שוואכקייטן זענען וועלן זיי זייער שנעל מצליח זיין.
די מדינה סאקט ווען ס׳קומט צי PR, סיי לגבי די וועלט וואס יעדער בר דעת פארשטייט אז די מדינה איז גערעכט אבער אן קיין PR קאמפיין קען די צד שכנגד פארקויפן וואס זיי ווילן, די זעלבע איז ביי גיוס חרדים די מדינה קען זיין גערעכט ביז מארגן אבער אן קיין PR גייט קיין גיוס חרדים נישט געשעהן.
און מיט PR אויך נישט. דו שאצט אונז כנראה גאר שטארק אונטער.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:16 pm
דורך ר' גרשון
עס איז דא דריי הויפט סיבות פארווס די חרדים ווילען/זאלען נישט גיין אין צבא:

1. אונז זעמיר בעצם די "ריכטיגע צבא" מיטן לערנען און ישיבה אין כולל פונקט די זעלבע יאהרן וואס מ'ברויך זיך צושטעלען אין צבא, זענען אונז די ריכטיגע שומרים נאמנים אויף'ן לאנד, (משום מה האט קיין איין ראש כולל/ר"י נישט געדארפט נעמען אחריות נאך'ן קריג און דורכפאל פונעם צבא אום שמח"ת, אבער דאס א שמועס פאר א צווייטמאהל). ס'קען בעצם זיין אן אמת'ע און גוטן אויסרייד, אבער די לינקע גייען דאס קיינמאהל פארשטיין, (קוים וואס אונז יא ל"ע).

2. מ'האלט פשוט נישט דערביי, אונז זעמיר פויל און האלטן נישט ביים אוועקגעבן אפאר יאהר פונעם שפיץ יאהרן לטובת די מדינה.
קיינער האלט דעס נישט אלס א טענה און אן אמת'ן סיבה אויף זיך צו פטר'ן, אבער אסאך האלטן אז דאס איז די מציאות.

3. עס איז נישט דא קיין טיפע תורות, די פראבלעם איז אז צה"ל איז א ממסד חילוני און א חרדי קען נישט און וועט נישט און וויל אריינפאסן, און אפ' אויב מ'וועט מאכן (און ס'איז שוין כאילו דא) א חרדישע אפטיילונג איז עס בלויז מלפנים, צה"ל האט זיך זייער וועג פון חינוך און דאס פאסט נישט צו אונזערע, און אזוי ווי יעדע חילוני פארשטייט אז ער גייט נישט שיקן זיין זוהן לערנען אין א חרדישע מוסד, פשוט ווייל ס'איז נענטער צו זיין שטוב וכו'. און לעניות דעתי מיין איך אז עס איז עטוואס אן אויפריכטיגן טענה, און א שאד אז מ'איז ביזי זיך צו פארענטפערען אז אונז זעמיר די ריכטיגע חיילים וכו', דער סברא קען די חילוני בעצם אויך פארשטיין, כאטש יושר איז דאס נישט אבער פארשטענדליך איז דאס יא.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:38 am
דורך גאר נייגעריג
ינון מגל האט דאס געפאוסט אויף X:
[מסתמא האט ער באקומען פון א חרדי]

"תשמע ינון, אני צופה אדוק בפטריוטים, המקור היחידי שממנו אני ניזון בכל הקשור לחדשות מהקורה בארץ.אתם מקבצים בשעתיים את כל מה שאני צריך לשמוע.אני אברך חרדי, אני אוהב את שני הפאנליסטים החרדיים הבעל של טוב מאיר וגם את יקי אדמקר טוראי במי'.בדרך כלל הם מייצגים את הציבור החרדי נאמנה - דא עקא כשהרוחות ברחוב סוערות בכל הנוגע לגיוס החרדים - משום מה הם נאלמו דום, הם מנסים לקשקש קצת ולהסיט את חיצי הביקורת אך הם לא עונים את האמת הפשוטה 
החרדים כן מעוניינים לשאת בנטל, אך החילונים [בעיקר השמאל] לא באמת מעוניינים לשאת בנטל, הם רוצים לחלן את החרדים, הצבא שמכונה בצדק כור ההיתוך הישראלי - מטרתו לאו דווקא לשמור על בטחון אזרחי ישראל אלא משמש גם למילוי משימות משניות חלקן פוליטיות בעליל... למשל הסרבנות שעשו שימוש ציני בחיילי המילואים ע"מ לאיים על ראש הממשלה ושר הבטחון ולסכל את הרפרומה המשפטית, כך גם עושים שימוש ציני ב"מצוות הגיוס" בכדי להעביר את החרדים על דתם.

החרדים מאוד מקפידים על ההישארות בגזרה החרדית ובשים דגש על הדור הצעיר החברה הלא נשואים... מנהיגי הציבור החרדי לא מעוניינים להכניס רעיונות ישראלים במוחות הדור הצעיר, כל הנושא המיני לא קיין בלקסיקון החרדי, אפשר לאהוב את זה ואפשר גם לא לאהוב את זה... אך ישנם גבולות בלתי אפשריים לחציה ועל זה מנהיגי הציבור החרדי לא רוצים להתפשר.

איני יודע אם הנך בקי בפרטים, אך במגזר החסידי היו ימים שבהם ניסו המנהיגים לגייס את הבחורים לשירותי בטחון כאלו ואחרים, האדמו"ר רבי חיים מאיר מויז'ניץ המכונה בעל ה"אמרי חיים" [סבם של האדמורי"ם מויז'ניץ שליט"א] ניסה להקים כפר מיוחד בדרום שבה ישרתו החסידים שלו במסגרת מיוחדת שהותאמה במיוחד עבור המגזר החרדי חסידי כדוג' כשרות והפרדה מגדרית - אך הנסיון כשל מכיוון שהאדמו"ר קיבל דרישות שלום שהבחורים פתחו ראש וקיבלו מושגים לא רצויים רקמו קשרים עם בחורות וכו' ומכאן קצרה הדרך לסתימת הגולל על פרויקט שירות לאומי לבחורי ישיבת ויז'ניץ.
[בדרך אגב, יכול להיות חומר מצויין לאראל סג"ל בתכניתו הדו"ח שינבור קצת בהיסטוריה של שירות צבאי בקרב המגזר החסידי... חומר מענין ורב ערך]

אני שמעתי ממקורב לאחד המנהיגים הגדולים בציבור החסידי המתעסק רבות בקירוב נוער נושר ומתקלקל - שהוא היה שולח את הבחורים שלא מעוניינים ללמוד והיה מגייסם לצבא, אך הוא לא מאפשר זאת מכיוון שהצבא הוא מקום לא אידיאלי בלשון המעטה לבחורים חסידיים שלא חשופים לתכנים רגישים שבהם המגזר החילוני רגיש פחות.

לסיכום:
מנהיגי הציבור החרדי מעוניינים לגייס את המגזר החרדי בכפוף לתנאים כדלהלן:
1. הכרה חילונית בערך לימוד התורה ומענק פטור גורף לכל מי ש"תורתו אומנתו"
2.  לציבור המתגייסים החרדיים תוקם מסגרת מיוחדת ומתאימה ל"כל" הדרישות המחמירות של מנהיגי המגזר החרדי.
ובזה נכלל:
• מסלולים מיוחדים למגזרים הליטאים/חסידים/ספרדים/חב"דניקים - כל אחד כפי מנהגיו ואמונותיו.
• הקפדה על כשרות המזון והמטבח. [בד"ץ העדה החרדית או כשרות הרב לנדא]
• הקפדה על הפרדה מגדרית ושמירה על טוהר מחנה לבל יחשפו החיילים לתכנים בלתי רצויים.
• הקפדה על חינוך ואמונה אדוקה בבורא עולם כל מגזר לפי מנהגיו היחודיים. [הרצי הלוי יקבל תדרוך מיוחד מאת רבני העדה]
• כל החלטות והתנהלות הצבא - בקרב היחידות החרדיות תתקבלנה אך ורק באישור הרבנות הצבאית אשר מורכבת מסנהדרין מיוחדת המונה הרכב מורחב של רבנים מכל העדות והמגזרים אשר ייצגו את החיילים מעדתם.

אשמח ינון אם תעביר את המסר לפאנליסטים החרדיים.תודה רבה."

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:00 pm
דורך פונדאַמענטאַל
1. שיינע תורות און תירוצים. איך קען שרייבען א גאנצע ספר אויב איר ווילט. אבער למען האמת ווילן נישט די חרדים זיך צושטעלן 'אויף קיין שום אופן'.

2. קיינער איז גארנישט שולדיג פאר די חרדים. עס איז נישט די תפקיד פאר די צבא - וועלכע איז צוזאמגעשטעלט פון חילונים, צו צוגרייטען א חרדי פריינטליכע ענוויירמענט, כדי די חרדים זאלן 'א טובה טוען' און זיך צושטעלן. די חרדים דארפן וואלטן זיך געדארפט שלאגן צו קענען זיין א חלק פון די מיליטער. נעמען א חלק אינעם עול איז נישט קיין טובה וועלכע די חרדים קענען טוען אלס א חסד פראיעקט, עס דארף צו זיין די רצון פון יעדע מענטש צו טוען זיין חלק און נישט זיך ארויפלייגן אויף אנדערע.

3. נעמט חלק, זייט א חלק פון די זאך, און די סיסטעם וועט זיך צושטעלן צו אייך אויכעט. א סאסייעטי באשטייט פון אירע מיטגעלידער, זייט א חלק פונעם סאסייעטי וועט דאס זיין א חרד'ישע סאסייעטי... אוודאי איז די צבא נישט צוגעשטעלט פאר חרדים, די חרדים זענען דען א חלק דערפון? אויב וואלטן ווען אלע חרדים געדינט אין צבא וואלט דאס נישט געווען צוגעשטעלט צו זייערע געברויכן? אוודאי אז יא. ממילא ביטע שנייד די קרעפ.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:45 am
דורך שאלתיאל
די סיטואציע מיט גיוס חרדים איז נאר איין נקודה פון אסאך א גרעסערע פראבלעם וואס שטארצט יעצט ארויס ביתר שאת, נעמליך, די חרדים זעהן זיך נישט אלץ א טייל פון די סאסייעטי אין די מדינה, זיי לעבן אין זייערע אייגענע באבל און האלטן נישט ביים זיך צושטעלן מיט גארנישט.
די וויץ פון די 'חברת הלומדים'- די ענגע קבוצה וואס דער חזו"א האט אוועקשטעלט כדי צו ראטעווען די עולם התורה נאכן שואה- איז גענצליך ארויס פון קאנטראל. פון א קליין גרופע פון עטליכע הונדערט מענטשן וואס לערנען א גאנצן טאג און באקומען א פטור פון גיוס איז עס אריבער א איידיעלעזאציע און געווארן די לכתחילה'דיגע חרדישע אורח חיים און יעצט שטיין מיר דא מיט א סעקטאר פון נאנט צו א מיליאן נפשות, כמעט 10 פראצענט פון די מדינה, וואס לערנען נישט ליבה, ארבעטן נישט געהעריג, אויב בכלל, דינען נישט אין מיליטער און באקומען נאך תקציבים אויך.
אין די לאנג-טערם קען א לאנד נישט סורווייווען אין אזא מצב צו לאנג. נישט עקאנאמיש, נישט בטחונית, און נישט חברתית. אויב דא גייט נישט פארקומען אן ערנסטע טויש אינערהאלב די חרדישע געזעלשאפט, וואס כ'בין שטארק סקעפטיש דאס זאל געשען, איז די צוקונפט זייער טריב.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:46 am
דורך מילך טראק
איך האף נאר אז די בגץ וועט נעמען אין באטראכט פאר זיי מאכן סיי וועלכע דיסישען די אלע אידן וואס האבן פרנסה פון דעים גיוס די לעצטע פאר יאר

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:53 pm
דורך קהל'ס נער
צוביסלעך, ערשט האט מען שוין חסידישע אינגעלייט מיט געווער, עפעס ריקט זיך שוין.
לכאורה גייט די שומרים ארג׳ עווענטואלי ווערן אינקארפערעיטעד אין די מיליטער, (אזויווי זק״א איז שוין למחצה ולשליש) אבער וויבאלד ס׳הייסט נישט צבא וועלן די חרדים נישט האבן קיין פראבלעים צי דינען דערין, וליהודים היתה אורה.

די רבנים וועלן זיך פרייען אז דידן נצח אינז האבן אויסגעפירט אז למעשה גייען די חרדים נישט אין מיליטער, די חרדישע עולם וועט זיך פרייען אזוי קען מען אפדינען און גיין נאכדעים ארבייטן ווי א נערמאלע מענטש, די פרייע וועלן זיך פרייען אלץ שויון בנטל, נאר לפיד און ליבערמאן וועלן זיין טרויעריג ווייל זיי גייען שוין נישט האבן מיט וואס צי באשמוצען די חרדים.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:27 pm
דורך צועקים וזועקים
יואב גלנט האט היינט גערעדט אז חרדים דארפן דינען אינעם מיליטער ה"י

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:17 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
ווען דיא מיליטער וואלט געוואלט מאבליזירן דיא חרדים וואלט עס שוין לאנג גיווען
דיא פראבלעם שטעקט אין דעם אז (כמעט) קיינער וויל נישט עכט מאבליזירן דיא חרדים
דיא פאליטיקאנטן ניצן אויס דיא מצב אז ס'זענען נישטא קיין סאך חרדים אין דיא מיליטער און פארפירן וועגן דעם ווען דיא חרדים וואלטן זיך יא מאבליזירט וואלטן זיי גיטראפן אן אנדערע זאך צו פארפירן דערוועגן
נ. ב. איך וואלט גע'עצה'ט פאר יעדער איינער וואס דארף זיך שטעלן אין מיליטער פשוט גיין מאכן א פטור אויף געזוטע פראבלעמען וכו' און נישט זיך אריינלאזן זיך אין דיא פראבלעם פון דיא דיחויים און געענדיקט דיא מעשה

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:28 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
ס'איז ברור כשמש אז די מיליטער וויל נישט אין וועט נישט מסכים זיין אז די חרדים זאלן גיין אין מיליטער. זיי ווילן נישט איבער גיבן די שליטה פון די מיליטער און פין די מדינה פאר גור'ער רבי מיט נאך אפאר אדמורי"ם. שטעל דיך פאר אז ס,איז דא יעצט 10,000 חרידישע סאלדאטן אין עזה און די מועצת גדולי התורה איז מחליט אז מ'שיסט צופיל פשוטע בירגער דארט אין מ'דארף שוין ארויס גיין פון דארט.............. די פרייער זענען נישט קיין בהימות. זיי וועלן דאס קיינמאל נישט צולאזן.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:06 pm
דורך yatzmachp
דאס איז וואס איך האב געשריבן ערגעץ אנדערש:

די אישו מיט די מיליטער ווערט נאר ערגער און ערגער, די פרייער האלט נישט אויס ווען דער פרומער גייט נישט אין מיליטער און ווען ער גייט שוין יא האט ער נישט קיין טשענס זיך ארויפצוארבעטן צו קיין חשובע פאזיציעס. דער טאג וואס די מיליטער וועט ווערן רעליגיעז גייען די פרייע ווערן די סיקריקים אזוי ווי עס איז געווען די לעצטע דריי יאר ווען זיי האבן זיך מער נישט געוואלט באטייליגן אין די רעזערוו דוטי. קיינער האט גארנישט געקענט טאן ווייל זיי זענען די העכסטע פונעם שטייסל. נישט ווייל זיי זענען אזוי גוט נאר ווייל עס איז א קארופטירט לאנד. די רייכע פרייע האבן אוועק געטראגן זייערע אינוועסטמענטס פון ארץ ישראל צו סטראשען די רעכטע. די פרייע וועלן אינטערברענגען דאס לאנד אויב זיי זענען נישט אין פאוער. נישט לאנג צוריק האט זיך דער בגץ דערקלערט אלס דער מושל בכיפה און קיינער קען זיי נישט צוימען. אין די נעקסטע צוואנציג יאר גייט ארץ ישראל אויסזען ווי א דריטע וועלט לאנד ווי די עליטע האלט אלעס פאר זיך אלס מינאריטעט און די מאדזשאריטי קען זיך אונטער ווישן. ארץ ישראל האט נישט קיין פריינד ווייל זיי זענען אידן. ווי לאנג זיי זענען נאך פריי וועט זיי נאך די וועלט דולדן. די טאג וואס זיי ווערן מער רעליגיעז וועט זיי די וועלט אונטערברענגען מיט די הילף פון די פרייע אין ארץ ישראל און אינדרויסן פון ארץ ישראל א שטייגער ווי די רעפארמער. חאמאס האט א טובה געטאן פאר די ישראלים אז די מלחמות אין לאנד צווישן זיך האט זיך צייטווייליג אפגעשטעלטאון די וועלט האט געמוזט אנשטעלן א פנים פון רחמנות. די פרייע ישראלים דא אין אמעריקע ווילן בדווקא נישט האבן קיין שייכות מיט קיין פרומע אידן ווייל זיי ברענגען נאך זייער שנאה מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן מיט זיך. זיי האבן זיך פיינט פארן געבוירן ווערן אלס איד.


https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 0&start=46

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:51 pm
דורך צועקים וזועקים
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:17 pm ווען דיא מיליטער וואלט געוואלט מאבליזירן דיא חרדים וואלט עס שוין לאנג גיווען
דיא פראבלעם שטעקט אין דעם אז (כמעט) קיינער וויל נישט עכט מאבליזירן דיא חרדים
דיא פאליטיקאנטן ניצן אויס דיא מצב אז ס'זענען נישטא קיין סאך חרדים אין דיא מיליטער און פארפירן וועגן דעם ווען דיא חרדים וואלטן זיך יא מאבליזירט וואלטן זיי גיטראפן אן אנדערע זאך צו פארפירן דערוועגן
נ. ב. איך וואלט גע'עצה'ט פאר יעדער איינער וואס דארף זיך שטעלן אין מיליטער פשוט גיין מאכן א פטור אויף געזוטע פראבלעמען וכו' און נישט זיך אריינלאזן זיך אין דיא פראבלעם פון דיא דיחויים און געענדיקט דיא מעשה
ווי אזוי?

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:01 pm
דורך ים רויבער
דאס איז וואס א ליטוואק וואס איז געווען אין צבא שרייבט בנוגע גיוס חרדים:
► הצג ספוילר
בקיצור וואס ער ברענגט ארויס: אז די לעבענסשטייגער אין צה"ל איז נאכנישט עכט צוגעפאסט צו די חרדי'שע לעבענסשטייגער, און דאס מיט נאך אפאר אנדערע סיבות האלטן אפ אסאך חרדים פון זיך אריינשרייבן.

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 8:25 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
צועקים וזועקים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:51 pm
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:17 pm ווען דיא מיליטער וואלט געוואלט מאבליזירן דיא חרדים וואלט עס שוין לאנג גיווען
דיא פראבלעם שטעקט אין דעם אז (כמעט) קיינער וויל נישט עכט מאבליזירן דיא חרדים
דיא פאליטיקאנטן ניצן אויס דיא מצב אז ס'זענען נישטא קיין סאך חרדים אין דיא מיליטער און פארפירן וועגן דעם ווען דיא חרדים וואלטן זיך יא מאבליזירט וואלטן זיי גיטראפן אן אנדערע זאך צו פארפירן דערוועגן
נ. ב. איך וואלט גע'עצה'ט פאר יעדער איינער וואס דארף זיך שטעלן אין מיליטער פשוט גיין מאכן א פטור אויף געזוטע פראבלעמען וכו' און נישט זיך אריינלאזן זיך אין דיא פראבלעם פון דיא דיחויים און געענדיקט דיא מעשה
ווי אזוי?
ווי אזוי מאכן א פטור ?‏
ס'נישט זייער קאמפלעצירט
א מענטש וואס א סיי וועלעכע פראבלעם (פיזיש אדער גייסטיש) מאכט עס אז זיין פראפיל נידעריקער (גייסטישע פראבלעמען איז דיא בעסטע ווייל ס'מאכט דער פראפיל זייער נידעריק און אויך איז זייער שווער צו באווייזן אז ס'נישט אמת)
מ'מאכט אויף א מעשה מ'ברענגט צעטלעך פון דאקטוירים און מ'איז מסודר
ס'דא אדוואקאטן און ארגאניזאציעס וואס באשעפטיגן זעך אין דעם (אויך בא דיא פרייע ס'דא [נישט קיין קליינע פראצענט] וואס מאכן א פטור אזוי)‏‎ ‎

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:16 pm
דורך [NAMELESS]
גיוס חרדים איז א סתירה מיניה וביה
איין מאהל וואס מען איז מגוייס אין מיליטער איז מען אויס חרדי....

Re: וואס גייט זיין דער סוף מיט "גיוס חרדים"?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:37 pm
דורך גאר נייגעריג
חרדים מיט געווער איז לענ"ד א גרויסע געפאר ויש הרבה במה להאריך