בלאט 1 פון 23
לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:11 pm
דורך חכמת שלמה
שלום עליכם און ברוכים הבאים - שוין לאנג נישט געשמועסט.
אזוי ווי מארגן אי"ה הויבט זיך אן דער טרייעל אויף משפחת וויינגארטן, וואו דער געריכט גייט דן זיין איבער זייער ראלע אין די פרשה הידועה פון יענע שבת חנוכה, בשעת די הצלה פון משפחת טעללער, הנקרא בפי הגאווערמענט "קידנעפינג". משפחת וויינגארטן איז באקאנט אלס וויכטיגע מיטגלידער אין די הנהלת קהל חשק שלמה לב טהור, הוצל דבנימין בעיר בבל. דעריבער איז דער קעיס ערווארטעט צו זיין העכסט אויפמערקזאם און אינטערעסאנט. דער שופט זעלבסט האט געזאגט פאריגע וואך, אז דאס וועט זיין א ל-א-נ-ג-ע קעיס, ובלשונו, "דיס וויל בי עי על-על-על, או-או-או, ען-ען-ען, דזשי-דזשי-דזשי-דזשי-דזשי-דזשי קעיס". עס איז דעריבער ערווארטעט צו זיין אסאך נייעס דערין.
איך עפן אצינד אן אשכול, וואו איך וועל פראבירן טעגליך מיטצוטיילן נייעס און באריכטן וואס עס טוט זיך אפ אין קארט און וואו דער קעיס האלט.
איין טובה וויל איך בעטן. איך טוה דא א סערוויס פארן ציבור און איך בין א מענטש מיט געפילן. אויב ווילט איר אז איך זאל כסדר באריכטן, ביטע נישט אטאקירן די קהילה און מיר נישט אראפרייסן. איך טוה בסך-הכל א טובה, קיינער באצאלט מיר נישט דערפאר. אויב וועל איך זיך נישט שפירן באקוועם מיט די תגובות ארום, וועל איך געצווינגען זיין אויפצוהערן באריכטן און מער נישט רעאגירן דא.
נאך איין טובה וויל איך בעטן. ביטע לאזט אייך הערן מיט מיינונגען, קאמענטארן, געדאנקען וכו', אזוי אז איך זאל נישט שפירן ווי איך רעד צו דער וואנט.
ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם.
אייער פריינט
חכמת שלמה
הוצל דבנימין עיר בבל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:27 pm
דורך Visionary
מיר ווארטן מיט שפאנונג.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:32 pm
דורך לאכעדיג
וואס איז געווען די מעשה שבת חנוכה?
וואס איז די מעשה מיט די טעללער פאמיליע?
און וואס האט וויינגארטן געטאן?
איך פרעג אינעסינט ווייל איך ווייס באמת נישט די דעטאלן.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:45 pm
דורך בן ישי
"קהל חשק שלמה לב טהור, הוצל דבנימין בעיר בבל"
דאס איז די נאמען נאך די נייע טיילונג?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:48 pm
דורך אלבערט איינשטיין
חכמת שלמה. די זוהן וואס איז יעצט די רבי ליגט מיר און קאפ איז ארעסטירט. האט עס א שייכות מיט די פרשה? איז ער נאך אין קייטן?
גייט ער זיין אריין געמישט און דעם טרייעל?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:11 pm
דורך חכמת שלמה
קודם כל, יישר כח פארן זיך באציען מענטשליך און געבן אנערקענונג. עס מאכט חשק צו שרייבן.
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:32 pm
וואס איז געווען די מעשה שבת חנוכה?
וואס איז די מעשה מיט די טעללער פאמיליע?
און וואס האט וויינגארטן געטאן?
איך פרעג אינעסינט ווייל איך ווייס באמת נישט די דעטאלן.
אז מען פרעגט ווי א מענטש, וועל איך ענטפערן.
דאס איז שוין אן אלטע פרשה און עס איז שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן דא אויף קאווע שטיבל, אויף עטליכע פלעצער. כדאי אויפצופרישן דעם זכרון אז מען זאל קענען מיטהאלטן וואס עס קומט אצינד פאר, וועל איך ענטפערן אין קורצן די טריקענע פאקטן.
געווען איז דאס נאך וואס דער רבי שליט"א תמ"ל האט איבערגענומען דעם שבט ההנהגה, נאך די פטירה פון זיין גרויסער פאטער תמ"ל. די שוועסטער פונעם רבי'ן שליט"א, הרבנית מרת טעלער, א"ח פונעם רב שליט"א, האט געהאט פארשידענע מיינונגס פארשידנהייטן מיט איר ברודער דער נייער רבי. עס איז נישט כדאי אויפצופרישן אלטע ווייטאגן (אויף ביידע וועגן), עס וועט דעריבער זיין גענוג בלויז צו דערמאנען עס האט אויסגעקלאפט זייער מיאוס און ווייטאגליך, ביז זי איז אנטלאפן פון דארט איבערלאזנדיג איר מאן (וואס האט גענומען א שטעלונג אויפן זייט פונעם רבי'ן). עס איז געווען א גאנצע געשיכטע ווי אזוי זי האט מיטגעשלעפט די קינדער מיט זיך און זיי געברענגט קיין אמעריקע.
ארויסגעשטעלט האט זיך, אז די עלסטע טאכטער אירע, איז שוין געווען עלטער, זי איז שוין געווען חתונה געהאט און זי איז נישט מיטגעשטאנען מיט איר מאמע, זי האט געוואלט צוריקגיין צו די קהילה, צו איר טאטע מיט איר מאן, אויך איר יונגערע ברודער האט געוואקלט און איז נישט געווען געהעריג מיט די מאמע.
עס איז געווען א לאנגע פארצויגענע פרשה, ביז אין די ענדע ווען די רבי (א ברודער פון הרבנית טעלער און פעטער פון אירע קינדער), זענען אריבערגעפארן קיין אמעריקע אינאיינעם מיט עטליכע מענטשן, וואו מען האט אונטער א געהיימע אקציע ארויסגעכאפט די צוויי עלסטע קינדער פון די מאמעס הענט. דאס איז געווען אין די טונקלקייט פון די נאכט פון א שבת חנוכה, בשעת די משפחה האט זיך געפינען אין די קאנטרי ראיאנען.
פארשטייט זיך אז עס איז געווארן א בהלה, מען האט גלייך זיך געוואנדן צו די פאליציי אז עס איז פארגעקומען א קידנעפינג. נאך א שטיקל אונטערזיכונג האט מען געכאפט די משפחה אין מעקסיקא, וואו מען האט אריבערגעשווערצט די קינדער בעצם יום השבת. די קינדער האט מען צוריקגעברענגט צו די מאמע און מען האט ארעסטירט דעם רבי'ן אינאיינעם מיט נאך עטליכע אידן וועלכע זענען געווען פארמישט אין די פרשה.
כמעט אלע אריינגעמישטע האט מען שוין פאר'משפט, צווישן זיי דער רבי שליט"א וועלכער זיצט היינט צו טאגס ביי אייך אין אמעריקע. איבערגעבליבן זענען בלויז די דריי וויינגארטן ברידער, וועלכע זענען געווען און זענען נאך אלס פון די הנהלה, און זיי זענען געווען דער מח פון די פלאנירונגען פון יענע טעג, אזוי אויך האבן זיי געהאלפן און געשטיצט מאראליש און פיזיש די צוויי קינדער, דורך זיי שיקן טעלעפאנען און אנדערע הילפס געצייג.
בן ישי האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:45 pm
"קהל חשק שלמה לב טהור, הוצל דבנימין בעיר בבל"
דאס איז די נאמען נאך די נייע טיילונג?
קודם-כל, איך וואלט דאס נישט גערופן מיטן נאמען "טיילונג", וואס פאסט מער ווען א שיינער ציבור אידן גייען ארויס פון א קהילה. מען רעדט דא פון ממש געציילטע משפחות, טייל פון זיי צובראכענע זאכן. צוויי פון די משפחות זענען הערשט לעצטנס אנגעקומען פון ארץ-ישראל, פון קהילת תהילת ישראל (רומפלער), זיי קענען אפילו נישט קיין אידיש און האבן זיך נישט איינגעגלידערט דא, זענען זיי אהינגעגאנגען. אבער די נושא איז נישט יעצט איבער די נייע קהילה, וואס איבער דעם קענען מיר רעדן אין א צווייטע געלעגנהייט.
אויף אייער פראגע: די נאמען פון אונזער קהילה הייסט שוין לאנג אזוי. מיר האבן גארנישט געטוישט ווען די אידן זענען ארויסגעגאנגען פון אונז.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:44 pm
דורך בת קול
וויכטיג ארויסצוברענגען אז די ״עלטערע״ חתונה געהאטע טאכטער איז געווען א קארגע 13 יאר אלט, און די ברודער נאך יונגער.
די יעצטיגע מצב קוקט אויס ווי די FLDS Cult מיט Warren Jeffs.
וויאזוי זינגט זיך חרבו דרבו?
Every dog has its day.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:12 pm
דורך כף הקלע
וואס איז פשט פון הוצל דבנימין עיר בבל?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:20 pm
דורך אתרוגים
און וואס מיינט תמ"ל?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:24 pm
דורך מן הסתם
וואס מיינט תמ"ל?
אין הוצל דבנימין עיר בבל מדינת גוטאמאלא לאזט מען שרייבן אויף קאווע שטיבל?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:25 pm
דורך איך אויך
ת'חוסו מ'גן ל'ו.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:28 pm
דורך מן הסתם
ווער פירט יעצט די קהלה?
פארוואס האט די קהלה לעצטנס געטוישט די לבוש ביי די מענער צו א שמאטע אויפן קאפ, מיט א ברייטע ברוינע קלייד אזוי ווי אין די ביכלעך פון "א הילף פאר דעם קינד" ווי נח מיט משה רבינו?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:59 pm
דורך עמרם
איך מוז מוחה זיין בשער בת רבים, אויפדעם וואס מ'רעדט דא ארום פון א עוכר ישראל, אהן זאגן אויף אים ימח שמו וזכרו, ושם רשעים ירקב,
איך ווייס אז די פותח האשכול האט געבעטן נישט אראפ רייסן, אבער במחילת כבודו, איז עס פונקט ווי איינער זאל שרייבן א אשכול איבער אלע פרטים פון א טרייעל אויף נאציס, אנדעם וואס מ'זאל מעגן אראפ רייסן היטלער ימ''ש, אדער די נאצי פארטיי
ליידער איז שוין היינט זייער קלאר ווער דער עוכר ישראל שלמה העלבראנץ ימ''ש איז געווען,
נישט נאר ער האט געטון די גרעסטע עבירות כלפי דעם אייבערשטן, און כלפי די מענטשהייט, האט ער עס נאך געטוהן אין די נאמען פון די אידישע רעליגיע, אין די נאמען פון גאט כביכול,
ווען איך הייב נאר אהן ליינען אדער הערן ווי איינער וואס איז ארויס פון דארט דערציילט וואס דארט איז פארגעגאנגען בשעת דער רשע און אכזר האט נאך געלעבט, און וואס גייט נאך יעצט פאר דארט, קומט מיך די בלוט ארויף,
נישט צו פארשטיין וויאזוי כלל ישראל האט עס פארשוויגן, איינער וואס פאריפט זיך אלץ סאמע פרומסטע וואס איז דא, און טוהט די ערגסטע זאכן וואס ס'קען נאר געטוהן ווערן אויף דעם עולם
איך ווייס אז די אשכול האט מען נישט געמאכט מוחה צו זיין אויף דעם גרוילהאפטיגע פארשוין, נאר פאר נייעס וכו'
אבער איך קען נישט שטיל בלייבן ווען אזא קהילה מיט זייער פארדארבענע פירער ווערן דא באשריבן ווי כאילו ס'גוט מיט זיי
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:41 pm
דורך שמעקעדיג
עמרם איך הער דיין אויפברויז, איז לאמיר מאכן אזא סינעריא:
שטעל דיר פאר אז עס גייט יעצט פארקומען די נירנבורג פראצעס פאר די פארשאלטענע נאציס ימ"ש, און א שרייבער פון די מידיא איז אונז מסכים מיטצוטיילן די פרטים פונעם פראצעס, א זאך וואס מיר אלע זענען נייגעריג. דער רעפארטער פארלאנגט אבער אז מען זאל נישט שרייען און שעלטן, אנדערש קען ער נישט שרייבן, און אויב שרייבט ער נישט וועלן מיר נישט געוואויר ווערן די איינצלהייטן פונעם געריכט. וואלסטו זיך דאן געקענט איינהאלטן?
קענסט אפשר עפענען א אנדערע אשכול און שעלטן, אבער דא האט איינער געעפנט א אשכול, און - אפגעזען זיינע מיינונגען און השקפות - ווילן מיר הערן זיינע אפדעיטס, אלזא לאמיר נישט אריינגיין אין יענעמ'ס אשכול און פארשמירן כנגד בקשתו, לאמיר דא לאזן רואיג, און מיטהאלטן די פרטים פונעם משפט.
די זעלבע זאך פאר אלע אנדערע שרייבערס, מיר האבן שוין דא כמה וכמה אשכולות געווידמעט פאר לב טהור, און דארט קען מען פרעגן וואס מיינט די ראשי תיבות און די לשונות און זיך טענה'ן איבער הילף-פאר'ן-קינד אדער מחניים-ביכלעך סארט לבושים, לאמיר דא לאזן אויסשליסליך פאר דעם טרייעל.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:44 pm
דורך לאכעדיג
אדרבא עמרם. קום אריין מיט די פאקטן. לאמיר הערן, וואס גייט דארטן פאר און וואס האט ישראל שלמה געטאן?
איך פרעג ווייל איך בין נייגעריג.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:55 pm
דורך נייעסריפארטער
וואו קומט פאר די טרייעל? און גייט מען עס ערגעץ קענען מיטהאלטן?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:55 pm
דורך שמעקעדיג
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:09 pm
דורך לאכעדיג
א דאנק
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:18 pm
דורך חכמת שלמה
א גרויסן יישר כח פאר יעדן איינעם. איך בין אריינגעקומען דא און געזען וואס מען שרייבט, האב איך קודם געקלערט אז אויב דאס איז דער מצב, דארף איך נישט שרייבן דא. אבער שמעקעדיג - דו האסט בארואיגט דער מצב. מיר וועלן פראבירן איבערצוגעבן אביעקטיווע נייעס און איך בעט פונעם עולם צו רעספעקטירן און שרייבן בדרך כבוד.
מן הסתם האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:28 pm
ווער פירט יעצט די קהלה?
פארוואס האט די קהלה לעצטנס געטוישט די לבוש ביי די מענער צו א שמאטע אויפן קאפ, מיט א ברייטע ברוינע קלייד אזוי ווי אין די ביכלעך פון "א הילף פאר דעם קינד" ווי נח מיט משה רבינו?
דער רבי שליט"א תמ"ל (מיר וועלן אים רופן פון היינט און ווייטער מיטן טיטל "דער חכם" כפי בקשתו), ער געפינט זיך אין טורמע אין אמעריקע. גראדע יעצט טראנספארמירט מען אים צו א צווייטע טורמע, וויבאלד ער וועט דינען אלס עדות ביים יעצטיגן פראצעס. אינאיינעם מיטן רבי'ן געפינט זיך ר' מאיר יששכר ראזנער שליט"א, תלמידו המובהק ויד ימינו פונעם רבי"ן זצוק"ל ולהבחלח"ט שליט"א.
אין בבל אליין ווערט די רוחניות'דיגע אקטיוויטעטן אנגעפירט דורך א כח בית-דין פון דריי: דער "ריש מתיבתא" שליט"א, דער רב שליט"א און דער "ריש סדרא" שליט"א. דער ריש מתיבתא איז דער וואס גיבט די שמועסן בלילי שבתות ושל"ס ושאר זמנים, ער איז אין פאקט די העכסטע אטאריטעט נאכן חכם שליט"א, דער רב שליט"א איז דער וואס פסק'נט שאלות בהלכה און דער ריש-סדרא איז א כח המשפיע, ווי אויך איז ער דער דריטער דיין אינעם מושב בית-דין.
אונטער זיי זענען פארהאן א גאנצע הנהלה מיט פילע איינגעשטעלטע, וואס עס איז נישט נוגע פונקטליך אלע פונקציעס אויפן ארט. וואס עס איז וויכטיג צו וויסן איז, אז די דריי אחים "הכרמונים" (משפחת וויינגארטן - אזוי רופן מיר זיי בדרך צחות, "הכרמונים"), זיי זענען שטארק אקטיוו אין די הנהלה, עס לאזט זיך זאגן אז על פיהם ישק כל דבר. אפילו יעצט ווען זיי זיצן אין טורמע, זענען זיי די וואס זענען מחליט אלע ענינים. היינט צו טאגס איז פארהאן א געשוויסטער קינד פון די וויינגארטנס, וואס ער געפינט זיך אין בבל און ער איז א שטארקער כח און ער איז שטארק אקטיוו אין אלע ענינים, א כמו ידא אריכתא פון זיינע פעטערס הכרמונים.
אויסער דעם איז פארהאן נאך וואס האבן א שטארקע ווארט אין די הנהלה, דוגמת ר' אוריאל יוסף שליט"א און נאך אנדערע.
...
אצינד, אויף די שאלה איבער די לבוש.
יא, גאנץ לעצטנס האט מען געטוישט די לבוש פון די מענער, גייענדיג לויט אונזער השקפה און שיטה פון זיין ווי מער ארגינעל אידיש אזוי ווי בזמן חז"ל. דעריבער פראבירן מיר זיך צו האלטן אויך מיטן ארגינעלן אידישן לבוש, ווי אזוי מען איז אמאל געגאנגען.
שטילערהייט זענען דא וואס שישקענען זיך, אז אונטערן שינוי הלבוש ליגט נאך עפעס באהאלטן, וויבאלד דאס האט פאסירט אין די תקופה וואס מיר האבן פראבירט אנצוקומען צו די אראבישע מדינות און זיך דארט באזעצן. א שטיקל צייט זענען טייל פון אונזערע קהילה געווען אין קאזאכסטאן און עס זענען אויך געווען אנדערע פלענער להתישבות. דאס איז אויך געווען א חשבון מיטן שינוי הלבוש, אבער די סברה איז געבויט אויף שמועסן און השערות. קיינער האט דאס נישט באשטעטיגט אפיציעל, דעריבער, כאפט מיר נישט אויפן ווארט.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:16 am
דורך כף הקלע
עמרם פליז הער אויף. אונז ווילען הערן וועגן דעם חכם שליט"א.
לגבי די שינוי לבוש, קלער איך אז יש דברים בגוף אין דאס וואס לאכעדיג האט געזאגט, דהיינו אז עס זעהט אויס ווי די מחנים ביכלעך. אט דאס זאגט דרך חכמת שלמה, אז די ציל איז אויסצוזען ווי די פארצייטישע יידען. נו, ווי אזוי ווייסט מען ווי אזוי יודען זענען אמאל געגאנגען? קוקט מען אריין אין מחנים ביכלעך ווייסט מען. והיינו הך.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:36 am
דורך שמעון וואלף
איך אויך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:25 pm
ת'חוסו מ'גן ל'ו.
האסט מיר געמאכט לאכן, אבער למעשה איז עס נישט ריכטיג. חכמת שלמה האט געעפענט די אשכול און געבעטן מ'זאל נישט אטאקירן די קהילה.
איך און אסאך אנדערע האבן הנאה צו ליינען זיינע באריכטן. ביטע מאך נישט קאליע
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:06 am
דורך זאקן
יישר כח פאר די באריכטן, איך וויל צוענדיגן מיט א ברכה,
דער אייבערשטער זאל העלפן די ״אמת״ זאל ארויס קומען אין יעדער פון די קהילה זאל האבן א גליקליך לעבן אין באפרייט ווערן פון ״גלות״ בקרוב.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:09 am
דורך לאז געמאכט
ביטע נישט אטאקירן אין דעם אשכול
עס איז אינטערעסאנט צו הערן וואס דארט קומט פאר