בלאט 1 פון 1

ווער האט דאס געזאגט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:30 pm
דורך berlbalaguleh
א געוויסער מידיא מענטש האט געזאגט מיט עטליכע טעג צוריק, רעדנדיג איבער א שטארק פאפולער'ן זינגער די פאלגענדע ווערטער:

"די מענטשן, און ספעציעל די יונגערע דור, הערן דעם זינגער און ווערן אינגאנצן איבערגענומען פון די געזאנגען.

זאלט עטץ וויסן אז דער זינגער קומט פונ'ם שטן אליין. און די מענטשן וועלכע הערן די געזאנגען זענען מטמא זייערע אויגן און אויערן.

אויב מ'הערט גוט אויס, קענמען הערן ווי דער זינגער זאגט איבער עטליכע ווערטער וועלכע קומען פון דעם שטן'ס זייט (סטרא אחרא)".

דער לעצטער פאראגראף איז אויך א טייל פון דעם בעל מימרא'ס ווערטער.



נ.ב.: איך גיי זיין "אפף ליין" פאר די נעקסטע עטליכע שעות. ווען איך וועל צוריק קומען אי"ה גיי איך איבערליינען די תגובות וואס קומען (עווענטועל) אריין. און איך וועל בלי"נ מגיב זיין.

Re: ?ווער האט דאס געזאגט

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:37 pm
דורך היום
איך האב לכבודך גענימען די צייט און טירחה צו זיך דערמאנען עפעס וואס איך האב געזעהן/געהערט, אדער צו עס צוזאמשטעלן מעניין לעניין באותו ושלא באותו עניין.
אודה על האמת.
אודה ולא אבוש.
וחיפשתי ומצאתי, ואני מאמין, אז עס איז מיר (לכאורה) נישט נוגע כי הוא (היא?) זה,
באמת, איך זעה נישט ווי אזוי,
אדרבה, איז עס יא?
ומודה ועוזב ירוחם…

Re: ?ווער האט דאס געזאגט

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:41 pm
דורך היום
היום האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:37 pm איך האב לכבודך גענימען די צייט און טירחה צו זיך דערמאנען עפעס וואס איך האב געזעהן/געהערט, אדער צו עס צוזאמשטעלן מעניין לעניין באותו ושלא באותו עניין.
אודה על האמת.
אודה ולא אבוש.
וחיפשתי ומצאתי, ואני מאמין, אז עס איז מיר (לכאורה) נישט נוגע כי הוא (היא?) זה,
באמת, איך זעה נישט ווי אזוי,
אדרבה, איז עס יא?
ומודה ועוזב ירוחם…
איך בין באמת גרייט צו ווערן סורפרייזד.
אבער זאל עס זיין א גוטס, עפעס אינטרעסאנט, פליז!

Re: ווער האט דאס געזאגט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:36 am
דורך berlbalaguleh
די ווערטער זענען געזאגט געווארן דורך א בלאגגער/פאדקעסטער. וועלכער איז פון אפריקאנער אמעריקאנער אפשטאם. ער האט עס געזאגט אין באצוג צו דעים אז די אמעריקאנער (גוי'אישע) גאס. ספעציעל די יוגנטליכע זענען איבערגענימען פון די (פרא-פאלעסטינער) זינגערין טעילאר סוויפט.

ער האט געזאגט די אויבנדערמאנטע ווערטער נישט אלס רעליגיעזער מנהיג. ער איז א פאליטישער הוגה דיעות.

וויאזוי בין איך בכלל אנגעקומען צו זיין בלאג? איך האב גע "בלעטערט" אויף יו טיוב איבער די פעני ווילליס סומאטאכע. איז דער מעסעדזש ארויפגעקומען.

דער בלאגגער ברענגט דארט שטארקע ראיות אז די זינגערין איז א מכשפה. א כישוף מאכערין. במלוא מובן המילה. אונז זעמיר נישט מחוייב צו גלייבן אלעס וואס ער זאגט דארט. עכ"פ ס'איז אינטרעסאנט אז אפילו גויים זעהען איין די שעדליכקייט פון די "פאפולערע" זינגערס...!

זיין פאדקעסט הייסט ..."בלעק ענד ווהייט פאדקעסט"...!