חלק א'
דער שטוינענדע וואונדער פון א ליקוי חמה
עס איז אויף מיט דער נייעס אז א פולע ליקוי חמה איז אויפן וועג און אלע עקליפס-ליבהאבער לויפן כאפן דער זעלטענע געלעגענהייט צו פאראייביגן דעם מאמענט.
א פולע ליקוי חמה געדויערט א מאקסימום פון אביסל ווייניגער פון אכט מינוט וואו אין די פאהר מינוטן פארדעקט די טונקעלע זייט פון דער לבנה, דער שיין פון דעם זון און עס ווערט פינסטער אינמיטן העלן טאג.
כדי צו פארשטיין וואס דאס איז א ליקוי חמה און אזוי ארום אנערקענען דעם ווערד פון אזא געשעניש, איז וויכטיג פאר א רגע צו באגרייפן דאס באדייט דערפון, אז דער לבנה וואס איז בערך א פערטל דער גרויסקייט פונעם ערד קוגל און געפינט זיך אומגעפער צוויי הונדערט און פופציג טויזענט קילאמעטער ווייט, זאל באדעקן מיט א שטוינענדע פונקטליכקייט, דעם זון וואס איז הונדערטע טויזענטע מאל גרעסער פונעם וועלט און געפינט זיך ארום הונדערט און פופציג מיליאן קילאמעטער ווייט פון אונז.
איינמאל מיר פארשטייען דעם האר-פונקטליכקייט וואס עס פאדערט זיך פאר אזא צוזאמטרעף, קען מען גיין ווייטער.
וואס זענען די תנאים עס זאל זיך שאפן א ליקוי חמה
כדי עס זאל זיך שאפן א ליקוי, מוז דער לבנה זיך געפינען פונקט צווישן דעם זון און דער וועלט רעלאטיוו צו דעם אבזערווירער אויפן ערד, טאמער געפינט זיך דער לבנה א טראפ צו צפון אדער צו דרום, אזוי אויך צו מזרח אדער מערב, אינעם הימל, וועט דער ליקוי נישט פארקומען און דער זון וועט נישט פארדעקט ווערן.
דער לבנה׳ס רייזע ארום דעם ערד-קוגל
ווי מיר ווייסן, רייזט דער לבנה ארום דעם וועלט פון מערב צו מזרח און פארענדיגט א רונד יעדער חודש.
דער לבנה רייזט ארום דעם וועלט אין א רינג. דער רינג אין וועלכע דער לבנה רייזט, איז געבויגן אין פארגלייך צו דער רינג וואס דער ערד-קוגל מאכט ארום דעם זון מיט אומגעפער 5 גראַד. דאס הייסט אז דער לבנה רייזט ארום אינעם הימל עטוואס העכער אדער נידעריגער פונעם זון, פארנדיג פון מזרח צו מערב יעדן טאג. אינעם רינג זענען דא צוויי מאלן וואס דער קרייז פון דער לבנה טרעפט זיך מיטן קרייז פונעם זון, איינמאל אויפן וועג ארויף און איינמאל אויפן וועג אראפ. דעריבער וועלן זיין צוויי טעג יעדער חודש וואס דער לבנה קרוסירט אויפן זעלבן קרייז אינעם הימל ווי דער זון אבער בלויז צוויי מאל א יאר וועלן די טעג געפאלן אין א צייט וואס דער זון געפינט זיך דעמאלס דארטן, דאס מיינט אז אין דורכשניט געפאלן צוויי ליקויי חמה יעדעס יאר. (זע בילד)
די פראבלעם איז נאר אז דער פונקט וואו די צוויי רינגען טרעפן זיך, פארט אויך ארום און בלייבט נישט שטיין אויפן זעלבן ארט, וואס דאס מאכט אז די ליקויי חמה זאלן זיך רוקן יעדעס יאר מיט בערך א חודש.
סארטן ליקויי חמה
עס זענען פארהאן פיר סארטן ליקויי חמה, געוואנדן אין דער געאמעטריע פון דעם ערד-לבנה-זון:
א פולע ליקוי, דאס איז ווען דער לבנה באדעקט פאר עטליכע מאמענטן דעם גאנצן זון.
א האלבע ליקוי, דאס איז ווען דער לבנה שפרייזט אריבער דעם זון, נישט פונקט אינעם צענטער, נאר ביי דער זייט.
א רינגליכע ליקוי, דאס איז ווען דער לבנה געפינט זיך צו ווייט און איז צו קליין אין אונזער אויגן צו קענען באדעקן דעם גאנצן זון און עס פארמירט זיך א רינג ארום דער שאטן פון דער לבנה, פון דעם חלק זון וואס דער לבנה באדעקט נישט.
א געמישעכטס פון עטליכע סארטן.
א פולע ליקוי נעמט דער ווייניגסטע צייט און עס איז דער מערסטע זעלטן פון אלע אנדערע סארטן.
די ליקויי חמה קומען אין פּאָרן מיט ליקויי לבנה. דאס מיינט אז ווען עס פאסירט א ליקוי חמה אנהייב חודש אדער סוף פונעם פריעדיגן חודש, וועט זיין א ליקוי לבנה אינמיטן חודש, כאטש וואס נישט אלעמאל פאסירן זיי העכער דער זעלבע געאגראפישע געגענט.
אסטראנאמיע - ליקוי המאורות
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: אסטראנאמיע - ליקוי המאורות
פאלגענד איז איין שטיקל פונעם פיוט כתר מלכות, פארפאסט דורך דעם בארומטן משורר ר׳ שלמה אבן גבירול. דער פיוט איז נישט אזוי באקאנט ווי אנדערע שירים וואס ווערן געדרוקט אין אונזערע מחזורים אבער עס איז נישט ווייניגער ווערד פון אנדערע באוואוסטע פיוטים.
אין דעם שטיקל ברענגט ער ארויס, מיט א מייסטערהאפטיגקייט, דער גרויסקייט פונעם אויבערשטן וועלכע ווערט אנערקענט קוקענדיג אויף די קרייזן פון דעם זון און לבנה.
מִי יַזְכִּיר תְּהִלָּתֶךָ
בַּעֲשׂותְךָ הַיָּרֵחַ ראשׁ לְחֶשְׁבּון מועֲדִים וּזְמַנִּים
וּתְקוּפות וְאותות לְיָמִים וְשָׁנִים
וּבַלַּיְלָה מֶמְשַׁלְתּו
עַד עֵת בּוא עִתּו
וַתֶּחְשַׁךְ יִפְעָתו
וַיִּתְכַּסֶּה מַעֲטֶה קַדְרוּתו
כִּי מִמְּאור הַשֶּׁמֶשׁ אורָתו
וּבְלֵיל אַרְבָּעָה עָשָׂר אִם יַעַמְדוּ עַל קַו הַתְּלִי שְׁנֵיהֶם
וְיַפְרִיד בֵּינֵיהֶם
אָז הַיָּרֵחַ לא יָהֵל אורו
וְיִדְעַךְ נֵרו
לְמַעַן דַּעַת כָּל עַמֵּי הָאָרֶץ
כִּי הֵם בְּרוּאֵי מַעְלָה
וְאִם הֵם יְקָרִים
עֲלֵיהֶם שׁופֵט לְהַשְׁפִּיל וּלְהָרִים
אַךְ יִחְיֶה אַחֲרֵי נָפְלו
וְיָאִיר אַחֲרֵי אֲפֵלו
וּבְהִדַּבְּקו בְּסוף הַחדֶשׁ עִם הַחַמָּה
אִם יִהְיֶה תְּלִי בֵּינֵיהֶם
וְעַל קַו אֶחָד יַעַמְדוּ שְׁנֵיהֶם
אָז יַעֲמד הַיָּרֵחַ לִפְנֵי הַשֶּׁמֶשׁ כְּעָב שְׁחורָה
וְיַסְתִּיר מֵעֵין כָּל רואֶיהָ מְאורָהּ
לְמַעַן יֵדְעוּ כָּל רואֶיהָ
כִּי אֵין הַמַּלְכוּת לִצְבָא הַשָּׁמַיִם וַחֲיָלֵיהֶם
אֲבָל יֵשׁ אָדון עֲלֵיהֶם
מַחְשִׁיךְ מְאורֵיהֶם
כִּי גָּבוהַּ מֵעַל גָּבוהַּ שׁומֵר וּגְבוהִים עֲלֵיהֶם
וְהַחושְׁבִים כִּי הַשֶּׁמֶשׁ אֱלהֵיהֶם
בָּעֵת הַזּאת יֵבושׁוּ מִמַּחְשְׁבותֵיהֶם
וְיִבְחֲנוּ דִּבְרֵיהֶם
וְיֵדְעוּ כִּי יַד ה' עָשְׂתָה זאת וְאֵין לַשֶּׁמֶשׁ יְכלֶת
וְהַמַּחְשִׁיךְ אורָהּ לו לְבַדּו הַמֶּמְשֶׁלֶת
וְהוּא הַשּׁולֵחַ אֵלֶיהָ עֶבֶד מֵעֲבָדֶיהָ
גְּמוּל חֲסָדֶיהָ
לְהַסְתִּיר אורָהּ
וְלִכְרות מִפְלַצְתָּהּ
וַיְסִרֶהָ מִגְּבִירָה.
אין דעם שטיקל ברענגט ער ארויס, מיט א מייסטערהאפטיגקייט, דער גרויסקייט פונעם אויבערשטן וועלכע ווערט אנערקענט קוקענדיג אויף די קרייזן פון דעם זון און לבנה.
מִי יַזְכִּיר תְּהִלָּתֶךָ
בַּעֲשׂותְךָ הַיָּרֵחַ ראשׁ לְחֶשְׁבּון מועֲדִים וּזְמַנִּים
וּתְקוּפות וְאותות לְיָמִים וְשָׁנִים
וּבַלַּיְלָה מֶמְשַׁלְתּו
עַד עֵת בּוא עִתּו
וַתֶּחְשַׁךְ יִפְעָתו
וַיִּתְכַּסֶּה מַעֲטֶה קַדְרוּתו
כִּי מִמְּאור הַשֶּׁמֶשׁ אורָתו
וּבְלֵיל אַרְבָּעָה עָשָׂר אִם יַעַמְדוּ עַל קַו הַתְּלִי שְׁנֵיהֶם
וְיַפְרִיד בֵּינֵיהֶם
אָז הַיָּרֵחַ לא יָהֵל אורו
וְיִדְעַךְ נֵרו
לְמַעַן דַּעַת כָּל עַמֵּי הָאָרֶץ
כִּי הֵם בְּרוּאֵי מַעְלָה
וְאִם הֵם יְקָרִים
עֲלֵיהֶם שׁופֵט לְהַשְׁפִּיל וּלְהָרִים
אַךְ יִחְיֶה אַחֲרֵי נָפְלו
וְיָאִיר אַחֲרֵי אֲפֵלו
וּבְהִדַּבְּקו בְּסוף הַחדֶשׁ עִם הַחַמָּה
אִם יִהְיֶה תְּלִי בֵּינֵיהֶם
וְעַל קַו אֶחָד יַעַמְדוּ שְׁנֵיהֶם
אָז יַעֲמד הַיָּרֵחַ לִפְנֵי הַשֶּׁמֶשׁ כְּעָב שְׁחורָה
וְיַסְתִּיר מֵעֵין כָּל רואֶיהָ מְאורָהּ
לְמַעַן יֵדְעוּ כָּל רואֶיהָ
כִּי אֵין הַמַּלְכוּת לִצְבָא הַשָּׁמַיִם וַחֲיָלֵיהֶם
אֲבָל יֵשׁ אָדון עֲלֵיהֶם
מַחְשִׁיךְ מְאורֵיהֶם
כִּי גָּבוהַּ מֵעַל גָּבוהַּ שׁומֵר וּגְבוהִים עֲלֵיהֶם
וְהַחושְׁבִים כִּי הַשֶּׁמֶשׁ אֱלהֵיהֶם
בָּעֵת הַזּאת יֵבושׁוּ מִמַּחְשְׁבותֵיהֶם
וְיִבְחֲנוּ דִּבְרֵיהֶם
וְיֵדְעוּ כִּי יַד ה' עָשְׂתָה זאת וְאֵין לַשֶּׁמֶשׁ יְכלֶת
וְהַמַּחְשִׁיךְ אורָהּ לו לְבַדּו הַמֶּמְשֶׁלֶת
וְהוּא הַשּׁולֵחַ אֵלֶיהָ עֶבֶד מֵעֲבָדֶיהָ
גְּמוּל חֲסָדֶיהָ
לְהַסְתִּיר אורָהּ
וְלִכְרות מִפְלַצְתָּהּ
וַיְסִרֶהָ מִגְּבִירָה.
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: אסטראנאמיע - ליקוי המאורות
חלק ב'
דער עטוואס כאאטישע קרייז פון דער לבנה
פאר טויזענטע יארן האבן מענטשן אבזערווירט אין אנגסט, ווי די ליכטיגקייטן ווערן מיסטריעז געשלאגן און האבן זיך געוואונדערט מיט ציטער, וואס זיי טוען אנדייטן.
מיט די צייט האבן מענטשן וועלכע האבן רעגלמעסיג אבזערווירט און נאכגעקוקט די ליקויים, אנגעהויבן איינצוזען אז זיי פאלגן נאך א געוויסע קרייז, דאס הייסט אז די ליקויים קומען פאר אין א געוויסע ארדענונג, וואו מען קען, כאטש אומגעפער, פארויס שאצן ווען און וואו אזעלכע ערשיינונגען וועלן זיך אויסשפילן אינעם צוקונפט. עס זענען פארהאן עטליכע מחזורים וועלכע די ליקויים פאלגן נאך און דרייען זיך ארום זיי. איינס אזא מחזור ווערט אנגערופן דער סאַראָס מחזור.
פארוואס איז עס אזוי שווער צו פארויסשאצן די ליקויים?
כדי צו פארשטיין פארוואס עס איז אזוי שווער צו שאצן ווען, וואו און וויאזוי, א ליקוי וועט פאסירן, מוזן מיר צום ערשט פארשטיין דער קרייז פון דער לבנה און ווי לאנג א חודש איז.
דער לענג פון א חודש.
דער לענג פון א חודש איז דער צייט וואס עס נעמט פון ווען די לבנה געפינט זיך אויף א געוויסע פאזיציע ביז ווען עס וועט זיך נאכאמאל געפינען אין דער זעלבע פאזיציע נאכן פארענדיגן א גאנצע רונדע.
עס זענען פארהאן עטליכע וועגן פון מעסטן דער לענג פון א חודש:
סינאדישע מאנאט (Synodic month) דורכשניטליכע לענג: 29.530 טעג
דער ערשטע - א סינאדישע מאנאט - דאס איז וואס מיר נוצן ווען מיר באציען זיך צו א חודש, פון איין מולד ביזן אנדערן, דאס איז ווי לאנג עס נעמט פאר דער לבנה פון ווען עס געפינט זיך צווישן דעם וועלט און דעם זון ביז ווען עס וועט נאכאמאל זיך געפינען אין דעם פאזיציע. דער לענג פון אט דעם חודש איז אומגעפער 29 טעג 12 שעה 44 מינוט מיט איין חלק, לויט דעם אידישן לוח. (עס איז מיט בערך א דריטל סקונדע לענגער ווי דער אנגענומענע לענג, צוטאגס)
סידעריאל מאנאט (Sidereal Month) דורכשניטליכע לענג: 27.321 טעג
דאס איז ווי לאנג עס נעמט פאר דער לבנה צו ענדיגן א גאנצע רינג ארום דעם וועלט, דאס איז בערך 27 טעג און 7 שעה. דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, דער לענג וואס עס נעמט פאר דער לבנה צו פארטיגן א גאנצע רינג ארום דעם גלגל המזלות. דער סיבה פארוואס עס איז ווייניגער פון א סינטדישע חודש איז צוליב דעם וואס דערווייל וואס דער לבנה האט ארומגערינגלט דעם וועלט האט דאך דער גאנצע ערד-קוגל געשפרייזט ארום דעם זון, וועט עס נעמען נאך בערך צוויי טעג ביז ווען דער לבנה וועט אנקומען צום זעלבן פונקט צו דעם ערד רעלאטיוו צו דעם זון, דערפאר איז א סינאדישע חודש לענגער. דאס בייגעלייגטע בילד צייגט ווי נאך א גאנצע רינג פון דער לבנה, דארף זי נאך לויפן נאך אביסל אנצוקומען צו וואו דער זון געפינט זיך. (אין דאס בילד געפינט זיך דער וועלט אינעם צענטער צו פארגרינגערן דאס פארשטאנד). ביטע קליקן אויף דאס בילד עס צו עפענען געהעריג.
אנאמאליסטישע מאנאט (Anomalistic month) דורכשניטליכע לענג: 27.554 טעג
עס איז פארהאן נאך א סארט חודש וואס נעמט דורכשניטליך עטוואס לענגער פון א סידעריאל חודש און דאס רופט זיך אן אנאָמאליסטישע חודש, דאס איז ווי לאנג עס נעמט פאר דער לבנה אנצוקומען צו דעם זעלבן ווייטקייט פונעם וועלט ווי עס איז געווען דעם פריעדיגן חודש.
דער לבנה דרייט זיך ארום דעם וועלט אין אן עליפטישע רינג, נישט פונקט רונדעכיג, דאס הייסט אז א טייל פונעם חודש געפינט זיך דער לבנה נענטער צו דער וועלט און א טייל ווייטער. דער גאנצע רינג האט אויך א רינג וואס ענדיגט א פולע קרייז בערך יעדער אכט יאהר. נעמליך, דער פונקט וואו דער לבנה איז דער נענטסטע צו דעם וועלט, רוקט זיך א טראפ פאראויס יעדער חודש. דערפאר איז אן אנאמאליסטישע חודש עטוואס לענגער קעגן א סידעריאל חודש.
דראקאנישע מאנאט (Draconic month) דורכשניטליכע לענג: 27.212 טעג
נאך א סארט חודש איז א חודש וואס ווערט אנגערופן א דראקאָנישע מאנאט (נאכן גריכישן מיטאלאגישן מאנסטער: דער דרַאגָאן) דאס איז ווי לאנג עס נעמט פאר דער לבנה אנצוקומען נאכאמאל צו דעם פונקט אינעם קרייז וואו עס באגעגענט זיך מיטן קרייז פונעם זון. ווי געברענגט אינעם פריעדיגן חלק, טוען די צוויי קרייזן זיך באגעגענען צוויי מאל, איינס אויפן וועג ארויף (ascending node) און איינמאל אויפן וועג אראפ (descending node) און די פונקטן רוקן זיך אביסל יעדער חודש צוריקצואוועגס, דעריבער נעמט א דראקאנישע מאנאט די ווייניגסטע צייט.
צוליב דעם וואס יעדער סארט מאנאט איז עטוואס אפגערוקט, קומט אויס אז דער געאמעטריע פונעם ערד-לבנה-זון וועט זיין אביסל אנדערש יעדער מאל וואס זיי טרעפן זיך צוזאם און דאס וועט אויסקלאפן אויף די ערשיינונג פון די ליקויים.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
Re: אסטראנאמיע - ליקוי המאורות
מיין קאפ דרייט זיך... איך האב א ליקוי הראש...
הערליך! הערליך! נאך עטליכע ארטיקלען פון דיר און איך קען שוין אסטראנאמיע...
עה.. נישט ממש..
הערליך! הערליך! נאך עטליכע ארטיקלען פון דיר און איך קען שוין אסטראנאמיע...
עה.. נישט ממש..
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: אסטראנאמיע - ליקוי המאורות
די שאלה איז צו דיין קאפ דרייט זיך אדער אפשר דרייסטו זיך און דיין קאפ בלייבט אויף איין פלאץ?…