בלאט 1 פון 3
איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 1:35 am
דורך שמן למאור
אפגעטיילט פון דא
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php? ... &start=138
צוויי האט געשריבן: ↑
שמן למאור האט געשריבן: ↑
לאכעדיג האט געשריבן: ↑
איזה נשמה האט געשריבן: ↑
ווער זאגט ס'נישט כפשוטו. מ'זאגט אז דא פעהלט קאנטעקסט.
שטעל דיר פאר, איך פארצייל א לאנגע דרשה אויף די לעבענס געשיכטע פון מיין רבי, איך זאג אויף איהם גרויסע זאכן דוראויס די גאנצע דרשה, אין מיטן ווארף איך אריין א געפערליכע מעשה אויף איהם א זאך וואס קיין איין איש הגון וואלט אפילו נישט געטראכט צו טוהן, און איך לייג נאך צו, אז ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער דארף תשובה טוהן ביז ניין חדשים שפעטער, און ווייטער און מיין דרשה זאג נאך שיינע תוארים אויף איהם. וואלסטו ממש אויףגעשפריגען און געפרעגט ילמדנו רבינו, וואס איז פשט? זיי דיך מסביר, עפעס מאכט נישט קיין סענס און דיינע ווערטער.
דעס איז וואס רש"י זאגט אמאהל "המקרא אומר דרשני" פון די ווערטער אין פשט אליין זאגטסוך ארויס אז דא פעלט אפאר דיטעילס.
רש"י האט געשריבן זיין פירוש מיט רוח הקודש און די קענסט נישט מפרש זיין די תורה און חז"ל ווען די שרייבסט מיט א אגענדע צו נידריגע זאכן ווי מיר האבן שוין געזען ביי דיין שמשון הגיבור באשרייבונג.
איך האב אויך רוח הקודש ביי די וועי. און אויב האט איינער אן אגענדע איז עס טאקע יא רש"י און די מפורשים וואס דארפן פראטעקטן דוד. די נישט בייעסט מפרשים זאגן טאקע יא ווי מיר. איך בין מפרש, בעסער געזאגט, איך טייטש איבער די פסוקים ממש וויאזוי עס שטייט, און אגב רש"י לערנט נישט אנדערש ווי מיר דא.
ווי לייגסטו די תפילין של יד, אויף די האנט פלאך? און ווי לייגסטו תפילין של ראש, אויף די קאפ צווישן די אויגן?
א רגע די לייגסט בכלל תפילין, אויב יא ווי לאנג מער ווי איין מינוט.
מוזט נישט ענטפערן.
וואס איז נוגע וואס איך טוה?
ווער זאגט טאקע אז מען דארף בכלל לייגן תפילין? דער רשב"ם לערנט דאך אנדערש פשט אין פסוק.
און אז מען נעמט שוין יא אן ווי די וואס זאגן אז מען דארף לייגן פאקטישע תפילין, וואס איז שלעכט מיט איין מינוט אין טאג? די מאירי זאגט דאך שוין אז מען דארף נישט לייגן תפילין יעדן טאג.
עניוועי. וואו איז מען דא פארקראכן, קענסט עפענען א פרישע תפילין אשכול.
Re: "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 3:49 pm
דורך Antibacterial
שמן למאור האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 1:35 am
ווער זאגט טאקע אז מען דארף בכלל לייגן תפילין? דער רשב"ם לערנט דאך אנדערש פשט אין פסוק.
און אז מען נעמט שוין יא אן ווי די וואס זאגן אז מען דארף לייגן פאקטישע תפילין, וואס איז שלעכט מיט איין מינוט אין טאג? די מאירי זאגט דאך שוין אז מען דארף נישט לייגן תפילין יעדן טאג.
עניוועי. וואו איז מען דא פארקראכן, קענסט עפענען א פרישע תפילין אשכול.
אזוי גייט עס? מען טרעפט א שיטות הראשונים און מען הויבט אן קוועשטשענען די גאנצע מצוה פון הנחת תפילין?
יא תפילין איז א מצוה צו אנטוהן יעדן טאג, און די מצוה איז צו גיין מיט דעם א גאנצע טאג. נאר מיר לעבן אין שוואכע דורות וואס מיר קענען נישט ריספעקטירן די תפילין א גאנצע טאג דערפאר זענען מיר מיקל אין דעם.
יעצט האקט נישט אין קאפ אז ווער זאגט, ווייל איר ווייסט זייער גוט! לערען דורך אלע ראשונים אויף די מצוה, ביז די הלכה פסוקה אין שלחן ערוך וועט איר זעהן אז מיינע ווערטער זענען ריכטיג! ודאי וועסטו טרעפן אנדערע שיטות, אבער הלכה בלייבט הלכה אפי' ווען דאס איז פון בייעסט ראשונים (רח''ל)
Re: דוד און בת שבע
נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 4:10 pm
דורך טראלל
Re: "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 7:29 pm
דורך שמן למאור
Antibacterial האט געשריבן: ↑
אזוי גייט עס? מען טרעפט א שיטות הראשונים און מען הויבט אן קוועשטשענען די גאנצע מצוה פון הנחת תפילין?
יא תפילין איז א מצוה צו אנטוהן יעדן טאג, און די מצוה איז צו גיין מיט דעם א גאנצע טאג. נאר מיר לעבן אין שוואכע דורות וואס מיר קענען נישט ריספעקטירן די תפילין א גאנצע טאג דערפאר זענען מיר מיקל אין דעם.
יעצט האקט נישט אין קאפ אז ווער זאגט, ווייל איר ווייסט זייער גוט! לערען דורך אלע ראשונים אויף די מצוה, ביז די הלכה פסוקה אין שלחן ערוך וועט איר זעהן אז מיינע ווערטער זענען ריכטיג! ודאי וועסטו טרעפן אנדערע שיטות, אבער הלכה בלייבט הלכה אפי' ווען דאס איז פון בייעסט ראשונים (רח''ל)
אזוי גייט עס? מען מאכט אליין אפ וואס 'די גאנצע' מצוה פון הנחת תפילין איז, און דערנאך האט מען טענות אויף די וואס ברענגען מקורות?
עס שטייט נישט אין פסוק אז מען דארף עס אנטון יעדן טאג, עס שטייט אויך נישט אין רמב"ם, טור, ב"י אדער שו"ע. די ערשטע וואס ברענגט עס איז דאכצעך די פרי מגדים בשם איינער. פיין, האסטע די פרי מגדים קעגן די מאירי.
קוק נאך די שטיקל מאירי אין מסכת ברכות דף י"ד: ער שרייבט אז געוויסע חכמים פלעגן נאר לייגן תפילין אין געוויסע ספעציעלע זמנים אין יאר, ווי למשל די עשרת ימי תשובה, און ער פירט אויס "והדבר נכון בעיני"!
קענסט אויך נאכקוקן אין ירושלמי, ברכות פרק ב, הלכה ג, ווי עס שטייט אז געוויסע תנאים ואמורים האבן נישט געלייגט תפילין יעדן טאג!
Re: "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 7:30 pm
דורך מילך טראק
Antibacterial האט געשריבן: ↑
אזוי גייט עס? מען טרעפט א שיטות הראשונים און מען הויבט אן קוועשטשענען די גאנצע מצוה פון הנחת תפילין?
יא תפילין איז א מצוה צו אנטוהן יעדן טאג, און די מצוה איז צו גיין מיט דעם א גאנצע טאג. נאר מיר לעבן אין שוואכע דורות וואס מיר קענען נישט רעספעקטירן די תפילין א גאנצע טאג דערפאר זענען מיר מיקל אין דעם.
יעצט האקט נישט אין קאפ אז ווער זאגט, ווייל איר ווייסט זייער גוט! לערען דורך אלע ראשונים אויף די מצוה, ביז די הלכה פסוקה אין שלחן ערוך וועט איר זעהן אז מיינע ווערטער זענען ריכטיג! ודאי וועסטו טרעפן אנדערע שיטות, אבער הלכה בלייבט הלכה אפי' ווען דאס איז פון בייעסט ראשונים (רח''ל)
איך מיין אז יעדער איז מודה אז ס'איז א מצוה, די שאלה איז צו ס'איז א חיוב, און וואס מיינט קרקפתא.
Re: "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 7:35 pm
דורך שמן למאור
און אויף דעם איז מען דא דן.
אפשר איז טאקע כדי אפצוטיילן אין א צווייטע אשכול.
אפדעיט: אפגעטיילט.
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 7:55 pm
דורך שפילער
און ציצית איז יא א חיוב צו גיין ? אז דו האסט א ד' כנפות דארפסטו האבן ציצות ....
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 8:07 pm
דורך מי אני
דא האב איך אביסל געשריבן איבער די מאירי במס׳ ברכות און די היסטאריע פון מצות תפילין.
דער פרמ"ג איבער תפילין בכל יום איז באשל אברהם באו"ח סימן לז ס"ק א בשם הנחלת צבי ע"ש.
די אָנגענומענע חיוב להניח תפילין בכל יום איז לכאורה מדברי הגמרא (ברכות יד:) אז כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאילו מעיד עדות שקר בעצמו ע"ש. און ווי די מחבר ברענגט עס צו באו"ח סימן כה סעיף ד צריך שיהיו תפילין עליו בשעת קריאת שמע ותפילה ע"ש. וכן כתב בסימן לז סעיף א-ב:
גדול שכר מצות תפילין וכל מי שאינו מניחם הוא בכלל פושעי ישראל בגופן. [ודוקא שאינו מניחן בשביל בזוי מצוה, אבל הירא להניחם משום דבעי גוף נקי ושמא לא יזהר בקדושתן לא הוי פושע - מ"א ס"ק א]
מצותן להיות עליו כל היום, אבל מפני שצריכים גוף נקי שלא יפיח בהם ושלא יסיח דעתו מהם ואין כל אדם יכול ליזהר בהם נהגו שלא להניחם כל היום ומכל מקום צריך כל אדם ליזהר בהם להיותם עליו בשעת קריאת שמע ותפילה.
וע"ש במשנ"ב ס"ק ב:
שאינו מניחם — פי' אפילו מניעתו הוא רק לפרקים וכ"ש אם מבטל תמיד ממצוה זו והפמ"ג הביא בשם נחלת צבי דאפילו מי שביטל מתפילין יום אחד הוא ג"כ בכלל פושעי ישראל.
והא לך לשון הרמב"ם בהל' תפילין ומזוזה פ"ד הכ"ו:
אע"פ שמצותן ללבשן כל היום, בשעת תפילה יותר מן הכל - אמרו חכמים כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאלו מעיד עדות שקר בעצמו. וכל שאינו מניח תפילין עובר בשמונה עשה שהרי בארבע פרשיות צוה על תפילין של ראש ועל תפילין של יד. וכל הרגיל בתפילין מאריך ימים שנאמר (ישעיה לח טז) ה' עליהם יחיו.
מ'קען סתם אזוי טענה'ן אז עס איז שווער צו זאגן אז "מצוותן ללבשן כל היום" אבער נישט "מצוותן ללבשן כל יום". חוץ טאמער זאגט מען אז מיט "מצוה" מיינט מען מער א רשות ווי איידער א חיוב. אבער די לשון "עובר בעשה" איז נישט משמע רשות. די רשות חלק שלא להניחן כל היום און מער בעת ק״ש ותפילה, איז מכח גוף נקי וכנ״ל.
כמובן גייט דאס אלעס אריין
בכללי הפסק און ווי אזוי "הלכה" ו"געזעץ" ווערט נקבע, אז כהיום האט מען אזוי "אָנגענומען" ונתפשט להלכה. אבער איה"נ אז עס זענען טאקע דא שיטות ראשונים וואו עס איז משמע אז די מצוה איז נישט אזוי אלס א "חיוב" בכל יום וכו', וכמו שציינתי בריש התגובה.
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:03 pm
דורך קנדה
אגב אין מעדני אשר די ספר פון רבי אשר וייס שליט"א רעדט פון די נושא.
אבער איין זאך איז אינטערעסאנט איבערצוזאגן,
אז מיט דעם אויבענדערמאנטע שמועס ווערט פארענטפערט די וועלטס קושיא וויאזוי האט געקענט ווערן א מחלוקת רש"י מיטן רבינו תם, מען לייגט דאך די רש"י תפילין און די רבינו תם תפילין?
לכאורה מען לייגט דאך שוין תפילין 3333 יאר פון הר סיני?
די קושיא קען מען פרעגן אןיף אסאך מצות.
אבער לויט דעם אויבן דערמאנטן שמועס אז די מקור איז פון א תוספות אז מען האט נישט געלייגט תפילין אין תוספות צייטן,
שטימט שוין גאר גוט וויאזוי איז עס געווארן די מחלוקת.
און גראדע גאר אסאך מצוות ווען מען גייט אריין טיפער זעהט מען אז דאס איז דער ענטפער.
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:06 pm
דורך אסטראלאג
וואס איז ענקער ענדציהל? מכשיל זיין אנדערע אידן מיט מינות וכפירה און ספיקות האמונה רח''ל?!!
יא, דאס זענען די רעזולטאטן פון זיין אנגעשטעקט אין קליפת טמאת הציונות!!
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:15 pm
דורך ברוך שפינוזה
אסטראלאג האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:06 pm
וואס איז ענקער ענדציהל? מכשיל זיין אנדערע אידן מיט מינות וכפירה און ספיקות האמונה רח''ל?!!
יא, יעצט צוריק קיין אייוועלט
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:16 pm
דורך מי אני
אסטראלאג האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:06 pm
וואס איז ענקער ענדציהל? מכשיל זיין אנדערע אידן מיט מינות וכפירה און ספיקות האמונה רח''ל?!!
יא, דאס זענען די רעזולטאטן פון זיין אנגעשטעקט אין קליפת טמאת הציונות!!
זאגסט, רש״י ברענגט צו אויפ׳ן פסוק פון מצות תפילין (דברים יא חי) ושמתם את דברי וגו׳:
אף לאחר שתגלו הוו מצויינין במצוות, הניחו תפילין, עשו מזוזות, כדי שלא יהו עליכם חדשים כשתחזרו. וכן הוא אומר (ירמיה לא כ) הציבי לך ציונים.
איך ווייס אז די ניקוד איז א קבוץ/שורק און נישט קיין חולם.
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:21 pm
דורך ברוך שפינוזה
מי אני האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 02, 2024 8:07 pm
די אָנגענומענע חיוב להניח תפילין בכל יום איז לכאורה מדברי הגמרא (ברכות יד:) אז כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאילו מעיד עדות שקר בעצמו ע"ש. און ווי די מחבר ברענגט עס צו באו"ח סימן כה סעיף ד צריך שיהיו תפילין עליו בשעת קריאת שמע ותפילה ע"ש.
לויט דעם אויב איז מען אויפגעשטאנען אפאר מינוט פאר'ן סוף זמן קריאת שמע און שנעל געגעבן א זאג פאר'ן סוף זמן איז שוין נישט דא קיין שום ענין צו לייגן תפילין יענעם טאג, וכן נוהגין.
ויש נוהגין לויט ר' יוחנן וואס זאגט אז הקורא קרי"ש בלא תפילין כאילו הקריב עולה בלא מנחה וזבח בלא נסכים, און ווי מיר ווייסן דאך דארף מען נישט ברענגען די נסכים ממש מיט'ן קרבן נאר מ'קען עס ברענגען אפאר טאג שפעטער אויך (דיעס הלכה האט א ספעציעלע פלאץ אין מיין זכרון ווייל די לשון דארט אין גמרא איז "דקא מקרב להו למחר וליומא
חרא"
), די זעלבע ביי תפילין, וזה גם מנהג נכון, ונהרא נהרא ופשטיה, ואלו ואלו דא"ח.
לגבי וויאזוי "מ'האט אנגענומען", רוב כלל ישראל פירט זיך נאר צו לייגן תפילין ווען מ'גייט אדורך א דוכן חב"ד, אדער מ'גייט דורך א שווערע תקופה און מ'זוכט זיך זכותים (ומקורו טהור בהמאירי כנ"ל), ואם הלכה רופפת בידך פוק חזי מאי עמא דבר.
Re:
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:28 pm
דורך שמן למאור
מי אני האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 02, 2024 8:07 pm
והא לך לשון הרמב"ם בהל' תפילין ומזוזה פ"ד הכ"ו:
אע"פ שמצותן ללבשן כל היום, בשעת תפילה יותר מן הכל - אמרו חכמים כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאלו מעיד עדות שקר בעצמו. וכל שאינו מניח תפילין עובר בשמונה עשה שהרי בארבע פרשיות צוה על תפילין של ראש ועל תפילין של יד. וכל הרגיל בתפילין מאריך ימים שנאמר (ישעיה לח טז) ה' עליהם יחיו.
מ'קען סתם אזוי טענה'ן אז עס איז שווער צו זאגן אז "מצוותן ללבשן כל היום" אבער נישט "מצוותן ללבשן כל יום". חוץ טאמער זאגט מען אז מיט "מצוה" מיינט מען מער א רשות ווי איידער א חיוב. אבער די לשון "עובר בעשה" איז נישט משמע רשות. די רשות חלק שלא להניחן כל היום און מער בעת ק״ש ותפילה, איז מכח גוף נקי וכנ״ל.
כמובן גייט דאס אלעס אריין
בכללי הפסק און ווי אזוי "הלכה" ו"געזעץ" ווערט נקבע, אז כהיום האט מען אזוי "אָנגענומען" ונתפשט להלכה. אבער איה"נ אז עס זענען טאקע דא שיטות ראשונים וואו עס איז משמע אז די מצוה איז נישט אזוי אלס א "חיוב" בכל יום וכו', וכמו שציינתי בריש התגובה.
בפשטות האט מצות תפילין נישט קיין קצבה. עס שטייט אין פסוק אז מען זאל עס טראגן, עד כאן. יעצט בפשטות איז מצותן בכל יום, וויפיל מער מען קען. אז איינער טראגט עס נאר פאר איין שעה בשעת שחרית, און א צווייטער גייט עס אויך פאר נאך א שעה בשעת ער לערנט דף היומי, האט דער צווייטער זיכער מער מצוות, אבער דער ערשטער איז גארנישט עובר.
דאס האבן דאך די ראשונים שוין אוועקגעשטעלט אז אויב גייט מען נישט אגאנצע טאג מיט תפילין איז נישט קיין שום פראבלעם. אויב וואלט יא אזוי געווען וואלטן זיי דאך נישט איינגעפירט צו לייגן נאר ביי שחרית. זיי וואלטן עס געלאזט ביים עיקר הדין פון גיין "אלעמאל" חוץ אויב מען האט נישט קיין גוף נקי. דאס אז זיי האבן וועגן גוף נקי איינגעפירט אז מען גייט "דווקה" נישט אגאנצן טאג, ווייזט אז די מצותן ללבשן כל היום איז נישט קיין חיוב.
דאס אז די רמב"ם שרייבט "וכל שאינו מניח תפילין 'עובר' בשמונה עשה" רעדט ער בפשטות פון דער וואס לייגט "קיינמאל" נישט קיין תפילין, אויך נישט אין די עשי"ת ווי די מאירי. אזא איינער איז א קרקפתא דלא מנח תפילין און איז עובר בעשה. אבער ווי נאר ער האט א זמן וואס ער לייגט יא תפילין אפילו ס'איז נישט יעדן טאג, שטייט שוין נישט אז אזא איינער איז עובר בעשה. אכ"פ די מאירי און געוויסע תנאים ואמוראים זעט מען האבן קלאר אז זיי האבן אזוי געהאלטן, און פון רמב"ם זעט מען נישט קלאר אנדערש.
די חלק פון "כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאלו מעיד עדות שקר בעצמו" האט מען דאך נישט אנגענומען כהיום. ווי דו פירסט טאקע אויס אז עס גייט לויט די כללי הפסק.
להלכה: קיין חיוב איז בפשטות נישטא צו לייגן תפילין יעדן טאג. כדי נישט צו עובר זיין בעשה און הייסן א קרקפתא דלא מנח תפילין דארף זיין א געוויסע צייט וואס דאן גייט ער יא מיט תפילין. וואס די זמן איז, דאס איז נישט קלאר, פון מאירי זעט מען אז בלויז איין וואך אין יאר איז גענוג. די איסור אויסצולאזן א טאג פון לייגן תפילין איז בערך אזוי ווי די איסור פון א פרוי צו דרייוון.
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:34 pm
דורך שמן למאור
אסטראלאג האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:06 pm
וואס איז ענקער ענדציהל? מכשיל זיין אנדערע אידן מיט מינות וכפירה און ספיקות האמונה רח''ל?!!
יא, דאס זענען די רעזולטאטן פון זיין אנגעשטעקט אין קליפת טמאת הציונות!!
האסט עפעס נארמאל ציצוגעבן צום שמועס איז גוט, האסט מקורות, מראה מקומות, זאכליכע הארות והערות הרי טוב. אז נישט גיי דיר צוריק צו די פלעטבוש גירל אשכול און נפחא דארטן ווייטער א קאפ צו אלע רוחות וועגן ציונות. דא איז תורה און מחשבה פארום, אז דו קענסט נישט עפעס שרייבן נארמאל דאן גיי איך דיר דארפן מעקן.
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:35 pm
דורך סקעפטיקער
שמן למאור האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 1:35 am
ווער זאגט טאקע אז מען דארף בכלל לייגן תפילין? די רשב"ם לערנט דאך אנדערש פשט אין פסוק.
די מאמר איז זייער שיין מבאר אז די רשב"ם איז די ריכטיגע פשט אין פסוק
https://www.yahadut.org.il/maamarim/kriat-shma.pdf
Re: Re:
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:38 pm
דורך ברוך שפינוזה
שמן למאור האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 02, 2024 9:28 pmדי איסור אויסצולאזן א טאג פון לייגן תפילין איז בערך אזוי ווי די איסור פון א פרוי צו דרייוון.
ס'נישט ממש גלייך ווייל די איסור פאר פרויען צו דרייוון גייט אריין אינעם גדר פון הריסת הדת און סתם רשעות, אז אידן לייגן תפילין יעדן טאג שטערט עס אבער קיינעם נישט, ווער ס'וויל נישט לייגן מוז נישט. איך וואלט עס ענדערש צוגעגליכן צום חיוב פון גיין מיט א שטריימל, ווי ס'שטייט טאקע אין די פוסקים אז שב"ת איז ראשי תיבות שטריימל במקום תפילין. ס'נאר אינטערעסאנט צו באמערקן אז תפילין גייט מען נאר ביי שחרית, שטריימל ווידער גייט מען אגאנצן טאג אויסער ביי שחרית, ויש בזה סוד גדול למבינים.
איינער האט מיר געפרעגט פריוואט וואס די סוד גדול איז, די סוד איז לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל, אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין, ואם עדיין לא הבנת אני מרים ידיים.
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:19 pm
דורך מי אני
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑
מי אני האט געשריבן: ↑
די אָנגענומענע חיוב להניח תפילין בכל יום איז לכאורה מדברי הגמרא (ברכות יד:) אז כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאילו מעיד עדות שקר בעצמו ע"ש. און ווי די מחבר ברענגט עס צו באו"ח סימן כ"ה סעיף ד' צריך שיהיו תפילין עליו בשעת קריאת שמע ותפלה ע"ש.
לויט דעם אויב איז מען אויפגעשטאנען אפאר מינוט פאר'ן סוף זמן קריאת שמע און שנעל געגעבן א זאג פאר'ן סוף זמן איז שוין נישט דא קיין שום ענין צו לייגן תפילין יענעם טאג.
שמן למאור האט געשריבן: ↑די חלק פון "כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאלו מעיד עדות שקר בעצמו" האט מען דאך נישט אנגענומען כהיום. ווי דו פירסט טאקע אויס אז עס גייט לויט די כללי הפסק.
טאמער איז עס נאר מקושר בק"ש, דאן לכאורה. און וואס איז אָנגענומען כהיום איז וואס מ'מיינט דערמיט אזוי ווי די משנ"ב בסימן כ"ה סעיף ד' ברענגט צו פונעם לבוש בסימן נ"ח:
ודע דלא אמרו כן אלא כשעושה כן במזיד שמתעצל להניח תפלין קודם ק"ש, אבל מי שאין לו תפלין או כשהוא בדרך ומחמת קור וצינה אינו יכול להניח תפלין וכל כה"ג, בודאי אין לו לאחר ק"ש בזמנה מחמת זה.
נאכדעם, לגבי להניח תפילין באותו יום, גייט עס שוין אריין צי "מצותן כל היום/יום" און גדר "כל שאינו מניח תפילין עובר וכו'".
און ווי דער ב"י באו"ח סימן ל"ז ברענגט צו פונעם רבינו ירוחם אז "בשעת תפלה כל אחד מישראל נקרא מפושעי ישראל אם לא יניחם" ע"כ עיי"ש. און דאס איז זיכער מוסכם כהיום.
שמן למאור האט געשריבן: ↑
בפשטות האט מצות תפילין נישט קיין קצבה. עס שטייט אין פסוק אז מען זאל עס טראגן, עד כאן. יעצט בפשטות איז מצותן בכל יום, וויפיל מער מען קען. אז איינער טראגט עס נאר פאר איין שעה בשעת שחרית, און א צווייטער גייט עס אויך פאר נאך א שעה בשעת ער לערנט דף היומי, האט דער צווייטער זיכער מער מצוות, אבער דער ערשטער איז גארנישט עובר.
דאס האבן דאך די ראשונים שוין אוועקגעשטעלט אז אויב גייט מען נישט אגאנצע טאג מיט תפילין איז נישט קיין שום פראבלעם. אויב וואלט יא אזוי געווען וואלטן זיי דאך נישט איינגעפירט צו לייגן נאר ביי שחרית. זיי וואלטן עס געלאזט ביים עיקר הדין פון גיין "אלעמאל" חוץ אויב מען האט נישט קיין גוף נקי. דאס אז זיי האבן וועגן גוף נקי איינגעפירט אז מען גייט "דוקא" נישט אגאנצן טאג, ווייזט אז די מצותן ללבשן כל היום איז נישט קיין חיוב.
דאס אז די רמב"ם שרייבט "וכל שאינו מניח תפילין 'עובר' בשמונה עשה" רעדט ער בפשטות פון דער וואס לייגט "קיינמאל" נישט קיין תפילין, אויך נישט אין די עשי"ת ווי די מאירי. אזא איינער איז א קרקפתא דלא מנח תפילין און איז עובר בעשה. אבער ווי נאר ער האט א זמן וואס ער לייגט יא תפילין אפילו ס'איז נישט יעדן טאג, שטייט שוין נישט אז אזא איינער איז עובר בעשה. עכ"פ די מאירי און געוויסע תנאים ואמוראים זעט מען האבן קלאר אז זיי האבן אזוי געהאלטן, און פון רמב"ם זעט מען נישט קלאר אנדערש.
להלכה: קיין חיוב איז בפשטות נישטא צו לייגן תפילין יעדן טאג. כדי נישט צו עובר זיין בעשה און הייסן א קרקפתא דלא מנח תפילין דארף זיין א געוויסע צייט וואס דאן גייט ער יא מיט תפילין. וואס די זמן איז, דאס איז נישט קלאר, פון מאירי זעט מען אז בלויז איין וואך אין יאר איז גענוג. די איסור אויסצולאזן א טאג פון לייגן תפילין איז בערך אזוי ווי די איסור פון א פרוי צו דרייוון.
די סברא איז גאר א גוטער, אבער עס איז נישט דייקא מוכרח. מיינענדיג, אז דיין ראיה דא איז אז אויב וואלט די "מצותן כל היום" געווען א חיוב, וואלט מען נישט געקענט דאס ממעט זיין צו נאר דוקא א חלק פונעם טאג, וממילא איז עס נאר א רשות, און די חיוב און העברה דערויף איז נאר ווען מ'לייגט דאס "קיינמאל נישט". אבער דא ווערט עס אביסל נתת דבריך לשיעורין. עס דארף זיין איינמאל א יאר? איינמאל צעהן יאר? וואס איז די "געוויסע צייט" צו וואס דו ביסט מודה אז דארט איז עס שוין יא א חיוב? משא"כ בכל יום איז עס די זעלבע חיוב ווי תפלה וק"ש.
וואס עס קומט אראפ צו איז די הגדרה פון ווי ווייט קען מען פוחת זיין מחשש גוף נקי אויב איז עס א חיוב לכל היום? אין אנדערע ווערטער, אָננעמענדיג אז "כל היום" ענטעילס "כל יום", איז די שאלה אז אויב זעהט מען אז מ'קען מחמת חשש פוחת זיין מ"כל
היום" צו נאר א געוויסע צייט אין טאג, צי איז דאס זעלבע שייך אויף "כל יום" פונקט אזוי? וואס איך מיין צו זאגן איז, אז פון דעם אז מ'איז ממעט פון מצוותן כל היום צו נאר א געוויסע צייט פון טאג, אלס חשש גוף נקי, פאַלוֺיט סיי נישט אז מצותן כל
היום איז נאר א רשות, ואפילו אז יא פאַלוֺיט נישט דוקא אז מצותן כל יום איז פונקט אזוי רשות. מ'האט ממעט געווען מכל
היום, אלס חשש גוף נקי (והרמאין, עיי"ש בב"י בסימן ל"ז) וואס דאס איז ביד החכמים צו טוהן אפילו וואו דו ביסט מודה אז ס'איז א חיוב ממש (כגון בשופר בשבת וכדומה). אבער דאס באדייט נישט אז די חלק פון "כל יום" איז פונקט אזוי רפוי בלי חיוב.
אגב, אונז טרעפן מיר דעם לשון בהמחבר באו"ח סימן ל"ח סעיף ו':
בתשעה באב חייבין בתפלין.
לפי דיין סברא, שטימט נישט די לשון פון "חייבין" אויף איין ספּעציפישן טאג, טאמער איז דאס גאנצע מצוה לכל יום נאר א רשות.
Re:
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:21 pm
דורך ברוך שפינוזה
מי אני האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:19 pmאגב, אונז טרעפן מיר דעם לשון בהמחבר באו״ח סימן לח סעיף ו:
בתשעה באב חייבין בתפילין
לפי דיין סברא, שטימט נישט די לשון פון ״חייבין״ אויף איין ספּעציפישן טאג, טאמער איז דאס גאנצע מצוה לכל יום נאר א רשות.
חייבין מיינט מען בשעת קרי"ש ותפילה וכמנהג הספרדים להניח תפילין בשחרית כמו בכל יום חול.
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:24 pm
דורך מי אני
איך פארשטיי נישט. סוֺי דו ביסט מודה אז בשעת תפילה וק״ש, שחייבין בהן בכל יום לכו״ע, איז מען, לפי המחבר, ״חייבין״ בתפילין? (חוץ מלילה שבת ויו״ט דאימעט בהדיא.)
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:25 pm
דורך ברוך שפינוזה
כן, כמובן שזה לא חיוב כמו קרי"ש עצמו, אבל יחסית כן.
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:27 pm
דורך מי אני
סוֺי די לשון ״חייבין״ איז לאו דוקא? דאס איז א דוחק.
נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:29 pm
דורך ברוך שפינוזה
לאמיר זאגן אזוי, ס'איז אזא חיוב ווי שניים מקרא ואחד תרגום אויף וואס דער מחבר דרוקט זיך אויך אויס בלשון "חייב" כאטש וואס די גמרא נוצט מער א פארווע לשון.