בלאט 1 פון 3

רעדן מיט די ווייב??? - און איבער די מצב אידישקייט בעפאר די מלחמה

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 11:46 pm
דורך שמן למאור
די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

איך ברענג דא אראפ א קאפי דערפון, ליינסט עס דורך און לאמיר הערן א מיינונג.

Screenshot_20240303_234713.jpg

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:22 am
דורך חדשים
What a good solution...

וואס זאגט די ווייב דערצו?...

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:22 am
דורך שמעון וואלף
איך אגרי, סיג לחכמה שתיקה. פון אסאך רעדן ווערט פראבלעמען.
ווי איך פארשטיי האט ער נישט געמיינט צו זאגן אז מ'דארף זיכן דייקא איינער וואס רעדט נישט, נאר ווי ס'קוקט אויס איז די שידוך געפאלן פאר'ן שואל, נאר ער האט געהאט איין פראבלעם אז זי איז נישט אזא בא'טעמ'טע שמיעסער, אויף דעם ארויף האט ר' אביגדור אנגעצייגט אז דאס קען גאר זיין א מעלה.

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:27 am
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 11:46 pm די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

איך ברענג דא אראפ א קאפי דערפון, ליינסט עס דורך און לאמיר הערן א מיינונג.


Screenshot_20240303_234713.jpg
א וואוילער איד וואס האט געמיינט גוטס, אבער גערעדט אסאך שטותים.

ווי למשל אז די האלאקאוסט איז געוועהן א גוטע זאך, כדי אפצושטעלן אסימילאציע.
(זאגט אן אמעריקאנער בוי וואס האט מכל הבא ליד בשעת אונזערע זיידעס ווערן פארברענט)

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:29 am
דורך שמעקעדיג
איך האלט בכלליות זייער פון ר' אביגדור, אסאך שיינע זאכן געזאגט, אבער לענ"ד צו רילעישאנשיפ איש ואשתו האט ער נישט צופיל פארשטאנען. אדער קען זיין ער האט גערעדט לפי מדריגת אנשי דורו, אבער היינטיגע דור וועט נישט ארבעטן זיינע השקפות אויף מערידזש.

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:03 am
דורך berlbalaguleh
ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז נישט געווען בארעכטיגט צו זאגן א מיינונג איבער דעם האלאקאוסט ווייל ער האט נישט פארלוירן נאנטע מענטשן פן זיין משפחה וועלכע זענען אומגעקומען דורך די נאציס. אזוי ווי די מערסטע פוילישע און אונגארישע אידן.

יא. איינער וועט קומען און זאגן אז ער האט געהאט עפעס אן עלטער מומע'ס א שטיף טאכטער וואס איז אומגעקומען אין האלאקאוסט. את"ל. ס'איז נישט גלייך צו די מענטשן וואס אונז האמיר געקענט. וועלכע האבן פארלוירן טאטעס, מאמעס. געשוויסטער און קינדער און אייניקלעך.

די זעלבע איז היינט מיט ר' יוסף מזרחי. (וואס רעדט שוין לעצטנס א סאך שטותים. און ער רופט עס שיעורי תורה.) ער האט נישט די סענסיטיוויטי וואס די קינדער און אייניקלעך פון האלאקאוסט סוירווייווערס האבן. ממילא דארף ער נישט אריינרעדן אין די עניינים.

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:45 am
דורך אלע צוזאמען
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:03 am ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז נישט געווען בארעכטיגט צו זאגן א מיינונג איבער דעם האלאקאוסט ווייל ער האט נישט פארלוירן נאנטע מענטשן פן זיין משפחה וועלכע זענען אומגעקומען דורך די נאציס. אזוי ווי די מערסטע פוילישע און אונגארישע אידן.

יא. איינער וועט קומען און זאגן אז ער האט געהאט עפעס אן עלטער מומע'ס א שטיף טאכטער וואס איז אומגעקומען אין האלאקאוסט. את"ל. ס'איז נישט גלייך צו די מענטשן וואס אונז האמיר געקענט. וועלכע האבן פארלוירן טאטעס, מאמעס. געשוויסטער און קינדער און אייניקלעך.

די זעלבע איז היינט מיט ר' יוסף מזרחי. (וואס רעדט שוין לעצטנס א סאך שטותים. און ער רופט עס שיעורי תורה.) ער האט נישט די סענסיטיוויטי וואס די קינדער און אייניקלעך פון האלאקאוסט סוירווייווערס האבן. ממילא דארף ער נישט אריינרעדן אין די עניינים.
דאס איז די זעלבע זאך ווי זאגן אז נאר א פרוי מעג און קען דעפינירן וואס א פרוי איז...

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:00 am
דורך מילך טראק
שטייט שוין אין חזל אל תרבה שיחה עם האישה

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:14 am
דורך היימלינד
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 11:46 pm די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

איך ברענג דא אראפ א קאפי דערפון, ליינסט עס דורך און לאמיר הערן א מיינונג.
עס ווענדט זיך אסאך אין די תכונת הנפש פון די מאן, אויב איז ער פון די שטילערע סארט און ביי איהם איז quality time זיצען רוהיג צוזאמען, דעמאלטס פיין, אבער א צווייטער קען גוט משוגע ווערען פון דעם.
ממילא איז נישט מעגליך צו עכט זאכען א כלל אין דעם, לענ"ד.

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:21 am
דורך היימלינד
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:03 am ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז נישט געווען בארעכטיגט צו זאגן א מיינונג איבער דעם האלאקאוסט ווייל ער האט נישט פארלוירן נאנטע מענטשן פן זיין משפחה וועלכע זענען אומגעקומען דורך די נאציס. אזוי ווי די מערסטע פוילישע און אונגארישע אידן.

יא. איינער וועט קומען און זאגן אז ער האט געהאט עפעס אן עלטער מומע'ס א שטיף טאכטער וואס איז אומגעקומען אין האלאקאוסט. את"ל. ס'איז נישט גלייך צו די מענטשן וואס אונז האמיר געקענט. וועלכע האבן פארלוירן טאטעס, מאמעס. געשוויסטער און קינדער און אייניקלעך.

די זעלבע איז היינט מיט ר' יוסף מזרחי. (וואס רעדט שוין לעצטנס א סאך שטותים. און ער רופט עס שיעורי תורה.) ער האט נישט די סענסיטיוויטי וואס די קינדער און אייניקלעך פון האלאקאוסט סוירווייווערס האבן. ממילא דארף ער נישט אריינרעדן אין די עניינים.
איך אגרי מיט אייך אין פרינציפ, אבער עס איז דא אזא מושג ווי איינער פון אינדרויסען וואס איז נישט emotionally attached קען זעהן די זאך קלארער....
איך מיין נישט דווקא ר"א מילר אדער די שואה נאר בכלליות איז עס נישט אפגעפרעגט אז איינער פון אינדרויסען רופט זיך אהן עפעס כל זמן ער ווייסט אז זייער מעגליך פעלט איהם פרטים און הרגשים צו די זאך

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:35 pm
דורך צועקים וזועקים
ער זאגט גאר גוט. אפשר געשריבענערהייט קען זיך עס הערן עקסטרעים, זיין נקודה איז אמת ויציב.

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:37 pm
דורך לאכעדיג
אל תרבה שיחה עם האישה.

פון נישט רעדן האט נאך קיינער נישט חרטה געהאט.

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:54 pm
דורך די קעפעלע
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:27 am
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 11:46 pm די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

איך ברענג דא אראפ א קאפי דערפון, ליינסט עס דורך און לאמיר הערן א מיינונג.


Screenshot_20240303_234713.jpg
א וואוילער איד וואס האט געמיינט גוטס, אבער גערעדט אסאך שטותים.

ווי למשל אז די האלאקאוסט איז געוועהן א גוטע זאך, כדי אפצושטעלן אסימילאציע.
(זאגט אן אמעריקאנער בוי וואס האט מכל הבא ליד בשעת אונזערע זיידעס ווערן פארברענט)
ר' אביגדור האט געהאט א שטארקע כוח פון צונעמען א יעדע זאך און קומען מיט א נייע perspective ווי אזוי עס אנצוקוקען, ער איז געווען שארף און טיילמאל זייער provocative און outspoken, בעיקר האט ער דאס געניצט ארויסצוברענגן די נקודה עד הסוף (ווי למשל די האלוקאסט....), אבער ער האט געהאט געוואלדיגע שיינע רעיונות און גאר אסאך יראת שמים.

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:29 pm
דורך היימלינד
לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:37 pm אל תרבה שיחה עם האישה.

פון נישט רעדן האט נאך קיינער נישט חרטה געהאט.
פון נישט חתונה האבען האט קיינער נישט געהאט קיין שלום בית פראבלעמען
די נקודה איז צוזאמנעמען צוויי אנדערע מענטשען און עס מאכען ארבעטען, סיי ווען מען רעדט און סיי ווען מען איז שטיל

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:43 pm
דורך לאכעדיג
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:29 pm די נקודה איז צוזאמנעמען צוויי אנדערע מענטשען און עס מאכען ארבעטען, סיי ווען מען רעדט און סיי ווען מען איז שטיל
ריכטיג. אבער שווייגן איז איז אייביג בעסער פון רעדן.

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:56 pm
דורך yesiknow
איטס עי משנה אל תרבה שיחה עם האישה . באשתו אמרו
מרוב דברים לא יחדל פשע

סטעי עוועי פראם יור הייז ווען נאט נידעט

מען דארף זיין קלוג צו מאכען זי זאל דיך וועלען אין זיכען צו שמועסען מיט דיר .
בי קריעטיוו ענד סמארט בי דע ליעדער

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 8:03 pm
דורך חיי עולם
yesiknow האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:56 pm איטס עי משנה אל תרבה שיחה עם האישה . באשתו אמרו
מרוב דברים לא יחדל פשע

סטעי עוועי פראם יור הייז ווען נאט נידעט

מען דארף זיין קלוג צו מאכען זי זאל דיך וועלען אין זיכען צו שמועסען מיט דיר .
בי קריעטיוו ענד סמארט בי דע ליעדער

ביי אונז האט מען געטייטשט אל תרבה ’דו זיי נישט מרבה’ לאז איר רעדן וויפיל זי וויל זי זאל הייזעריג ווערן

און בכלל ס’איז א סתם משנה סתם ואח’’כ מחלוקת אין הלכה כסתם...

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 8:09 pm
דורך צוויי
קען איינער איבערטייטשן אין קורצן וואס רבי אביגדור זצ"ל ברענגט ארויס?


=

איבער אל תרבה שיחה עם האשה, א פרוי האט ליב אליינס צו רעדן, די בעסטע שלום בית איז אויסצוהערן די ווייב ביזן סוף און זיך איינהאלטן אריינצורעדן, אבער אויסהערן אינגאנצן נישט נאר מיט איין אויער, רוב מאל דארף זי נישט קיין עצות נאר מיטגעפיל, ס'שטייט נישט אל תרבה לשמוע את האשה.

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
צו לייגען זאכן אין קאנטעקסט, ר' אביגדור רעדט צו אן עולם וואס דעיט און זיי האבן נישט קיין גרויסע פראבלעם זיך צו בלייבן וועלן לעולם עד, איינער וואס האט אן אפשען צו טרעפן א מיידל וואס פירט בעסערע געשפרעכן וואלט ער עס געטון און נישט געפרעגט קיין שאלות, היוצא מזה רעדט מען דא איינער וואס האט שוין נישט קיין גרויסע אפציעס איז ענדערש בלייבן סינגל?

יעצט ליינט איבער די תשובה

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:21 am
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:03 am ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז נישט געווען בארעכטיגט צו זאגן א מיינונג איבער דעם האלאקאוסט ווייל ער האט נישט פארלוירן נאנטע מענטשן פן זיין משפחה וועלכע זענען אומגעקומען דורך די נאציס. אזוי ווי די מערסטע פוילישע און אונגארישע אידן.

יא. איינער וועט קומען און זאגן אז ער האט געהאט עפעס אן עלטער מומע'ס א שטיף טאכטער וואס איז אומגעקומען אין האלאקאוסט. את"ל. ס'איז נישט גלייך צו די מענטשן וואס אונז האמיר געקענט. וועלכע האבן פארלוירן טאטעס, מאמעס. געשוויסטער און קינדער און אייניקלעך.

די זעלבע איז היינט מיט ר' יוסף מזרחי. (וואס רעדט שוין לעצטנס א סאך שטותים. און ער רופט עס שיעורי תורה.) ער האט נישט די סענסיטיוויטי וואס די קינדער און אייניקלעך פון האלאקאוסט סוירווייווערס האבן. ממילא דארף ער נישט אריינרעדן אין די עניינים.
איך אגרי מיט אייך אין פרינציפ, אבער עס איז דא אזא מושג ווי איינער פון אינדרויסען וואס איז נישט emotionally attached קען זעהן די זאך קלארער....
איך מיין נישט דווקא ר"א מילר אדער די שואה נאר בכלליות איז עס נישט אפגעפרעגט אז איינער פון אינדרויסען רופט זיך אהן עפעס כל זמן ער ווייסט אז זייער מעגליך פעלט איהם פרטים און הרגשים צו די זאך
הוא מותיב לה והוא מפרק לה: דו האסט עס אליין פארענטפערט. ווען דו האסט געזאגט אז "ס'פעהלט איהם הרגשים". דאס קענמען נישט נאכמאכן מיט'ן בעסטן ווילן.

איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל און איך האב געפרעגט פון מיין מאמע...וואו איז זיידי און באבי? האט זי געענטפערט אז זיי זענען אומגעקומען אין אוישוויץ...! איך האב דאך דאמאלס נישט פארשטאנען וואס אוישוויץ האט געמיינט.

ממילא: א איד וואס מיינט ווי קלוג ער איז. און ווי פאפולאר ער איז מכח די אידעאלאגיע/פראפאגאנדע, קען נישט פארשטיין, און מיטפיהלן וואס די האלאקאוסט סוירווייווערס און זייערע קינדער האבן געשפיהרט. ביי איהם איז עס אן אבסטראקטע קפיטל אין די אידישע היסטאריע וואס ער מיינט אז ער איז ממונה (פון וועים?) דן צו זיין איבער דעים.

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 12:25 pm
דורך moishe ben yosef
א גוטע געדאנק פאר די 1970'ס

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 12:56 pm
דורך ארכיטקט
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:27 am
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 11:46 pm די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

איך ברענג דא אראפ א קאפי דערפון, ליינסט עס דורך און לאמיר הערן א מיינונג.


Screenshot_20240303_234713.jpg
א וואוילער איד וואס האט געמיינט גוטס, אבער גערעדט אסאך שטותים.

ווי למשל אז די האלאקאוסט איז געוועהן א גוטע זאך, כדי אפצושטעלן אסימילאציע.
(זאגט אן אמעריקאנער בוי וואס האט מכל הבא ליד בשעת אונזערע זיידעס ווערן פארברענט)
נישט נאר ער האט אזוי געזאגט, נאך אסאך גדולים ווי הרב ראזענבלום האבן געזאגט אז היטלער ימ"ש האט געראטעוועט די ליטא.

אזוי אויך ווער ס'ווייסט די מצב פון אידישקייט אין אייראפע פאר די מלחמה האט נישט קיין קשיות פארוואס ס'איז געקומען....

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 5:27 pm
דורך yesiknow
קוק די נאמען פון אשכול אין ווי מען איז אנגעקומען

עטס זעסט ווי מען קומט אהן מיט רעדן מיט די ווייב , מען האלט שוין ביי היטלער האלאקויסט.

יו געט די איידיע