בלאט 1 פון 7

וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:20 am
דורך סוף טוב הכל טוב
וועלכער רבי היינט צו טאגס איז א חכם, פשוט א קלוגער פארשטענדלעכער מענטש?
איך מיין נישט סתם אז ער איז נישט א שוטה משוטה פון שוטה'לאנד. נאר טאקע א פיקח, אזא איינער וואס סיי חסידים און סיי שונאים גייען מוזן מודה זיין קלוג איז ער.
איך פרעג נישט ווער איז גרעסער אין צדקות, אדער א גרעסערע בעל טובה.
אויך נישט ווער קען לערנען אדער ווער קען מער לערנען.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:26 am
דורך געזונטערהייט
בעלזא, תולדות אהרן, סקווירא, צאנז, סלונים, קאסוב.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:31 am
דורך מר. קלונימוס
מהר''א ט''ב

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:39 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אויב זוכסטו א חכם, פארוואס מוז ער אויך זיין א רבי?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:10 am
דורך ברוך שפינוזה
דער סטאלינער, הגם ער איז זיך אויך ווערד זיין געלט.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:36 am
דורך [NAMELESS]
נדבורנא ב"ב, פרמישלאן, זוטשקא, ספינקא דונולו

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:41 am
דורך היום
דער בית ישראל האט אמאל געזאגט פאר א חסיד וואס איז נישט געווען צופרידן פון זיין ענפער אויף דער חסיד׳ס שאלה, און האט איבערגעפרעגט מיט אלע צדדים.

״דל מיניה וואס איך בין דיין רבי, בין איך אויך טויזנט מאל קליגער״…
ודפח״ח

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:56 am
דורך חב''ד הויזן
וועלכע שונא גייט מודה זיין אז זיין בר פלוגתא איז א פיקח? כ'מיין ס'נישטא אזא זאך.

קראלי רבי הייסט א קלוגע אידן וואס מ'גייט זיך דורכרעדן.

גראדע איז דא וואס זאגן אז ויזניץ מרכז איז א פיקח.'חכם הוא להרע'.

למעשה די אלע פיקחות איז נישט א 'יא אדער ניין' ווייל אונז קוק מיר אן קלוג איינער וואס איז אפן און דאון טו עירטה, באמת קען זיין אז פילע רבי'ס זענען באמת קלוגע מענטשן. למשל ר' מאטל זילבער פון סטיטשין איז לכאורה א חכם מחוכם, אבער ער פארשטייט נאר צו זיינע נושאים.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:02 pm
דורך לאכעדיג
אין די מיטעלאלטער יארן האט מען געשאצט א חכם לויט וויפיל Ique די מענטש האט פארמאגט.

היינט צוטאגס אין די מאדערנע וועלט שאצט מען א חכם לויט וויפיל Emotional Health די מענטש פארמאגט.

דעריבער פאר איר שרייבט אייער רביס נאמען דא אינעם אשכול טראכט א מינוט צו ער קומט טאקע נאך די היינטיגע פרינציפן פון הייסן א חכם.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:20 pm
דורך להודיע
אמשינאוו (ביידע)

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:22 pm
דורך לאכעדיג
להודיע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:20 pm אמשינאוו (ביידע)
זענען וואס פונקטליך???

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:23 pm
דורך לאכעדיג
וחי בהם האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:36 am נדבורנא ב"ב, פרמישלאן, זוטשקא, ספינקא דונולו
און וואס איז מיט די ליסטע??

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:24 pm
דורך לאכעדיג
מר. קלונימוס האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:31 am מהר''א ט''ב
א חכם פון די מה נשתנה.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:25 pm
דורך היום
דער בעלזער האט, ווי מען פארציילט, אמאל געזאגט פאר איינעם,

״וואס האט מען דען נישט געשריבן און חוזק געמאכט פון מיר, אבער טיפש האט נאך קיינער נישט געשריבן״.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:28 pm
דורך לאכעדיג
היום האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:25 pm דער בעלזער האט, ווי מען פארציילט, אמאל געזאגט פאר איינעם,

״וואס האט מען דען נישט געשריבן און חוזק געמאכט פון מיר, אבער טיפש האט נאך קיינער נישט געשריבן״.
ווען פילן און טעראפי איז נאך געווען אפגעפרעגט ביי די חסידים האט עס שוין רבי בערל געהאט איינגעפירט אין גרויסן ביי זיי אין בעלזא.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:25 pm
דורך די קעפעלע
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:20 am וועלכער רבי היינט צו טאגס איז א חכם, פשוט א קלוגער פארשטענדלעכער מענטש?
איך מיין נישט סתם אז ער איז נישט א שוטה משוטה פון שוטה'לאנד. נאר טאקע א פיקח, אזא איינער וואס סיי חסידים און סיי שונאים גייען מוזן מודה זיין קלוג איז ער.
איך פרעג נישט ווער איז גרעסער אין צדקות, אדער א גרעסערע בעל טובה.
אויך נישט ווער קען לערנען אדער ווער קען מער לערנען.
איך מיין אז מען קען טוישען די נאמען פינעם אשכול.

ווער איז אייער רבי אדער פון וועלעכע חסידות זענט איר אנטלאפן

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:49 pm
דורך סבא דבהתא
כ”ק אדמו”ר מלאשאנץ שליט”א

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:51 pm
דורך לאכעדיג
סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:49 pm כ”ק אדמו”ר מלאשאנץ שליט”א
ער איז אבער זייער א ווילדער מענטש און פארדעם גלייכן נישט מענטשן וויאזוי ער פירט א קעיס.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:01 pm
דורך מילך טראק
איך קען אים נישט פערזענליך, אבער פאפא רבי קוקט אויס זייער סעקסעפול, האט א הערליכע בעל ביתישע קהילה, פארמעגליכע אינגעלייט זייער צו די זאך, אזוי שיין מסדר געווען זיין ברודער, זייער א גוטע רילעשין מיט זיינע חסידים, ועל כולם אין ווילאמסבורג, און ער טוט וואס ער וויל, הייסט זייער רעספעקטריט ביי רבנים,

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:48 pm
דורך אייז קריעם
מונקאטשער הייסט א חכם.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:50 pm
דורך לאכעדיג
אייז קריעם האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:48 pm מונקאטש
ער איז גוט געווען מיט טשארלס היינס און נאכמער איז ער גוט מיט זיין דאללער.

אפשר צוטירסטו ווי זיין חכמה שטעקט.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:38 pm
דורך קורץ
לב טהור רבי, לויט א שכינות'דיגע אשכול, ער ווערט זאגאר אנגערופן מיט אט דעם טיטעל ציווישן זיינע חסידים

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:39 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
איך מיין דער קאסאניער פון לינדן