בלאט 1 פון 3

נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:46 pm
דורך ישי שטיינמעץ
איך עפען דא אן אשכול איבער חיילי צה"ל. פאר אלגעמיינע נייעס און אנעקדאטען.


אויך צו פאראייביגען די געדענקעניש פון די אידישע סאלדאטען וואס זענען געפאלען און די מלחמה צו באשיצען ארץ ישראל.

הרנינו גוים עמו. כי דם עבדיו יקום. ונקם ישוב לצריו . וכפר אדמתו עמו .

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:52 pm
דורך ישי שטיינמעץ
סמ"ר דויד ששון, בן 21, מגנות הדר, לוחם ביחידת עוקץ, חטיבת המרום, נפל בקרב בדרום רצועת עזה

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען, הי"ד?

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:59 pm
דורך לאכעדיג
קען מען זאגן אויף זיי הי"ד?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן,
ביטע נישט ענטפערן מיט אגרעסיווע תירוצים.

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 12:04 am
דורך ישי שטיינמעץ
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:59 pm קען מען זאגן אויף זיי הי"ד?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן,
ביטע נישט ענטפערן מיט אגרעסיווע תירוצים.
פארוואס נישט ?

זיי האבען זיך מוסר נפש געווען פאר כלל ישראל. אוודאי וועט דער באשעפער נקמה נעמען פאר זייער פארגאסען בלוט .

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 12:47 am
דורך מילך טראק
פארוואס נישט ?

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען, הי"ד?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 1:05 am
דורך זאקן
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:59 pm קען מען זאגן אויף זיי הי"ד?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן,
ביטע נישט ענטפערן מיט אגרעסיווע תירוצים.
אויב ס׳איז א איד מיט א בארד און באלאנגט צו איינער פון אונזער קרייזן דעמאלס קען מען יא זאגן הי״ד, אפילו ער איז געווען א רשע אדער א מניוול אבער וויבאלד ער לעבט שוין נישט טאר מען מער נישט זאגן א שלעכט ווארט, די אייבערשטער גייט שוין קער נעמען פון אים.

אויב ער זעהט אויס אנדערש ווי אונז איז עס א ערנסטע שאלה, אין ווי מער פרומער מ׳איז אלס מער דארף מען מחמיר זיין נישט אריין צו פאלן מיט א שאלה, על כן זענען די פרומע מחמיר נישט צו זאגן הי״ד ווען א איד וואס זעהט אויס אנדערש פון זיי ווערט גע׳הארגט רח״ל.

ערענסט גערעדט, זיי מסביר דיין קשיא

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 1:09 am
דורך צוויי
הי"ד (השם ינקום דמו) קען מען זיכער זאגן
ס'קען אפילו זיין ס'האט א דאפעלטע משמעות, צום ערשט איז פשוט, אז וויבאלד א גוי האט אים געהרגט זאל דער אייבערשטער זיך נוקם זיין אין זיין בלוט דאס מיינט דער גוי וואס האט אים געהרגט, דערנאך איז א שאלה אויב דער וואס האט גורם געווען זיין מיתה, דער וואס האט אים געשיקט אויפן פראנט, אויב דער וואס האט אים געשיקט איז א מין וכופר, דאן גייט אויך ארויף הי"ד אויף אים.

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען, הי"ד?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 2:20 am
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:59 pm קען מען זאגן אויף זיי הי"ד?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן,
ביטע נישט ענטפערן מיט אגרעסיווע תירוצים.
איך ווארט אז דער פ*רד זאל ענטפערן.

איך קען דיר שוין זאגן וואס זיין ענטפער וועט זיין.

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:46 am
דורך נעקסט לעוועל
ישי שטיינמעץ האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:46 pm איך עפען דא אן אשכול צו פאראייביגען די געדענקעניש פון די אידישע סאלדאטען וואס זענען געפאלען און די מלחמה צו באשיצען ארץ ישראל.

הרנינו גוים עמו. כי דם עבדיו יקום. ונקם ישוב לצריו . וכפר אדמתו עמו .
הרב ישי, ביסט אביסל שפעט, מהאלט שוין ביי 5 חדשים אריין.
און איבער 580 לוחמים זענען געפאלן אויפן שלאכטפעלד (587, צו זיין אקוראט, אבער דעיס איז נאר וואס די מיליטערישע צענזור האט מתיר געווען)

פאר מער פרטים קענסטע קוקן אויפן אפיציעלן וועבזייטל חללי מלחמת חרבות ברזל

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:24 am
דורך מילך טראק
יש רבים מבני ישראל שנראים לפנים כלים רקים, אבל יש בידם מצוה זו של הצלת ישראל, שבזה הם מכריעים ועוברים את החכמים והגדולים שבישראל, והן אמת שאין הקדוש ברוך הוא לוקח שוחד מצוה כנגד עבירה, ומשלם להם עונש על כל העבירות שעושים ועל כל ביטול מצוה שמבטלים, אבל גם כן יש לו שכר הרבה ליתן להאנשים האלה שטורחים ועמלים בכל כחם להציל ישראל מיד גויים ולהציל עשוק מיד עושקו, מה טוב חלקם ומה נעים גורלם"

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:34 am
דורך berlbalaguleh
ייש"כ: נאר גיי פארצייל עס פאר די תלמידים פון הרב ש.ב. מרגליות און הרב ישראל מ. סופר. זיי מיינען אז ווען זיי שפייען שנאת ישראל זענען זיי מקיים די שיטה.

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:55 am
דורך פערינא
צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 1:09 am הי"ד (השם ינקום דמו) קען מען זיכער זאגן
ס'קען אפילו זיין ס'האט א דאפעלטע משמעות, צום ערשט איז פשוט, אז וויבאלד א גוי האט אים געהרגט זאל דער אייבערשטער זיך נוקם זיין אין זיין בלוט דאס מיינט דער גוי וואס האט אים געהרגט, דערנאך איז א שאלה אויב דער וואס האט גורם געווען זיין מיתה, דער וואס האט אים געשיקט אויפן פראנט, אויב דער וואס האט אים געשיקט איז א מין וכופר, דאן גייט אויך ארויף הי"ד אויף אים.
וואס איז מיט א חסידישע רבי וואס האט גע'עצה'עט זיינע חסידים נישט צו פארלאזן אייראפע ווען די מלחמה האט שוין געבושעוועט אויף די גאס און היטלער איז שוין געווען ביי די טיר. קען מען זאגן הי"ד אויף די טויזענטע חסידים זיינע וואס זיינען דורך זיין הדרכה געפאלן אויפ'ן שלאכט פעלד רחמנה ליצלן? אדער נאר וועמען ער האט פיינט געהאט -די כופרישע ציונים- נאר זיי דארף השם זיך נוקם זיין מיט. ער האט אימיוניטי.

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 7:23 am
דורך אסטיון
וואס איז מיט א חסידישע רבי וואס האט גע'עצה'עט זיינע חסידים נישט צו פארלאזן אייראפע ווען די מלחמה האט שוין געבושעוועט אויף די גאס און היטלער איז שוין געווען ביי די טיר. קען מען זאגן הי"ד אויף די טויזענטע חסידים זיינע וואס זיינען דורך זיין הדרכה געפאלן אויפ'ן שלאכט פעלד רחמנה ליצלן? אדער נאר וועמען ער האט פיינט געהאט -די כופרישע ציונים- נאר זיי דארף השם זיך נוקם זיין מיט. ער האט אימיוניטי.

?Which rabbi

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 8:44 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:34 am ייש"כ: נאר גיי פארצייל עס פאר די תלמידים פון הרב ש.ב. מרגליות און הרב ישראל מ. סופר. זיי מיינען אז ווען זיי שפייען שנאת ישראל זענען זיי מקיים די שיטה.

;) :( :o :shock: :? 8-) :x :oops: :cry: :evil: :twisted: :roll:

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען, הי"ד?

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 8:45 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 2:20 am איך ווארט אז דער פ*רד זאל ענטפערן.

איך קען דיר שוין זאגן וואס זיין ענטפער וועט זיין.

:ugeek: :geek: :mrgreen: :| :טראכט :דיסלייק :נעבעך :פראבלעם

Re: נייעס און שמועסען איבער חיילי צבא הגנה לישראל (צה"ל)

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 11:26 am
דורך שמן למאור
8-) :shock: :P ;) :lol: :like

Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען, הי"ד?

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 11:57 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 8:45 am
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 2:20 am איך ווארט אז דער פ*רד זאל ענטפערן.

איך קען דיר שוין זאגן וואס זיין ענטפער וועט זיין.

:ugeek: :geek: :mrgreen: :| :טראכט :דיסלייק :נעבעך :פראבלעם
דו האסט נישט עפעס בעסער אדער מער זאכליך צו ענטפערן. נאר די אימוידזשיעס...לאל. זאג עפעס א (גוט) שטעך ווערטל אויפ'ן בעל עגלה. נאכדעים טו אזוי ווי דו טוסט אייביג, ווי א סדומ'ער צדיק. זאג אז אויב ס'אהרט מיך וועסטו עס אראפנעמען. יישר כח. מאויכל טאויבוועס.

דו ודכותך האבן נישט עפעס בעסער צו ענטפערן לאזסטו דיך אראפ, כדרככם, צו פערזענליכע אטאקעס.

Re: נייעס און שמועסען איבער חיילי צבא הגנה לישראל (צה"ל)

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:22 pm
דורך צועקים וזועקים
עס קומט דא פאר שווערע בוליאינג אויף אונזער @באלעגאלע, לא ננוח ולא נשקוט.

Re: נייעס און שמועסען איבער חיילי צבא הגנה לישראל (צה"ל)

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 2:05 pm
דורך שמן למאור
לאמיר מאכן א מקוה סטרייק צו שטיצן בערל'ן.

Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 9:25 am
דורך ישי שטיינמעץ
נאך א קרבן ליידער געפאלען.

דעם פאריגען פרייטאג איז נעבעך גאפאלען אין די מלחמה אין עזה נאך א טייערע קרבן. עמישר בן דוד פון דער יישוב עלי אין אפרים. א טאטע פון 5 קינדערלאך.

היינט זינטאג איז ער געקומען לקבורה אין בית העלמין אויף הר הרצל.

זיין טאטע חיים האט מספיד געווען:
"לפני 43 שנה אמא ואני בשבת שביעי של פסח לקראת לידה. נסענו לבית החולים כרמל שם נולדת. קראנו לך עמישר כי עם ישראל שר את שירת הים. גדלת ושרת את שירת חייך, שירה של חסד ונתינה. עכשיו אתה למעלה. עלית מחיל של מטה אל חיל של מעלה. אנחנו כאן למטה נשתדל להיות עם שלומית הלביאה הגיבורה ועם ילדיך. קהל קדוש, באתם לכאן לכבודו של גיבור ישראל. שומר ישראל, שמור מדינת ישראל, שמור חיילי ישראל, שמור אחדות ישראל"

Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:21 am
דורך ישי שטיינמעץ
בניו של עמישר בן דוד קוראים קדיש בהלוויתו .


Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:59 am
דורך פון אונזערע
ישי שטיינמעץ האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 9:25 am נאך א קרבן ליידער געפאלען.

דעם פאריגען פרייטאג איז נעבעך גאפאלען אין די מלחמה אין עזה נאך א טייערע קרבן. עמישר בן דוד פון דער יישוב עלי אין אפרים. א טאטע פון 5 קינדערלאך.

היינט זינטאג איז ער געקומען לקבורה אין בית העלמין אויף הר הרצל.

זיין טאטע חיים האט מספיד געווען:
"לפני 43 שנה אמא ואני בשבת שביעי של פסח לקראת לידה. נסענו לבית החולים כרמל שם נולדת. קראנו לך עמישר כי עם ישראל שר את שירת הים. גדלת ושרת את שירת חייך, שירה של חסד ונתינה. עכשיו אתה למעלה. עלית מחיל של מטה אל חיל של מעלה. אנחנו כאן למטה נשתדל להיות עם שלומית הלביאה הגיבורה ועם ילדיך. קהל קדוש, באתם לכאן לכבודו של גיבור ישראל. שומר ישראל, שמור מדינת ישראל, שמור חיילי ישראל, שמור אחדות ישראל"
ער האט אוועק געשאנקען א ניר פאר איינעם נישט לאנג צוריק!!
אין יעצט נעבעך האט ער שוין נישט די צווייטע אויכעט נישט...
אנשי חסד נאספו...

Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2024 1:46 pm
דורך בן-עולם-הבא
כדאי צו באמערקן אז די צאל געפאלענע פון די געשטריקע יארמולקעס וועלכע ווערן אנגערופן דתיים לאומיים איז א סך העכער פון זייער צאל אינעם אלגעמיינעם געזעלשאפט. ארום 40% קרבנות. בלויז פון דער "מכינה עלי" זענען געפאלן רח"ל 18 שומרי תורה ומצוות.