בלאט 1 פון 1

זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 6:37 pm
דורך יעקב מעקסוועל
אין ליכט פונעם קאורט קעיס וואס גייט יעצט פאר איבער עטליכע מעמבערס פון לב טהור, האב איך הנאה פונעם אשכול לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס! כאטש איך האלט אוודאי נישט מען דארף רחמנות אויף די אנגעקלאגטע, און איך גלייב אויך נישט אז דער פותח האשכול עם כל ניקיותיו איז טאקע פון בבל, האב איך נאכאלס הנאה פון די אינפארמאטיווע אינהאלט.

נאך אן אשכול בענין וואס האט זיך יעצט געעפנט די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט, איז אויך א וויכטיגע אשכול, צו קענען ארויסברענגען די געפילן וואס באלאנגען נישט אינעם פריערדיגען אשכול.

די דאזיגע אשכול וויל איך שטעלן ערגעץ אינדערמיט, מען מעג רעדן מעלות און חסרונות. און איך וואונדער מיר באמת ווי ווייט אונזערע קהילות זענען פון לב טהור.


לב טהור לאזט נישט אוועקגיין! אונז לאזן אוועקגיין? (גור מיט ר' שאול'ס מענטשן, אחים וויזניץ, OTD).
לב טהור שידוכים! אונזער שידוכים? (יא, אבער ביי אונז איז א גרויסע פראצענט צופרידן פון די שידוכים צום סוף... ביי זיי נישט?)
לב טהור עונשים. דאס איז אן ענין וואס איך מיין עס איז טאקע בעסער ביי אונז.
לב טהור קאנטראל! אונזער קאנטראל?
לב טהור מען טיילט איין וועגן חתונה געהאטע לעבן! און ביי אונז? (הלכות, השקפה, חתן/כלה טישערס, פרשת בילגריי לדוגמא)
לב טהור מאלעסטעישן! וואס גייט פאר ביי אונז? (איך האב נאר געהערט איבער איין באשולדיגטער ביי זיי, און ביי אונז איז עס ב"ה אויך נאר א מיעוט).
אזוי קען מען רעדן און רעדן, און דעבאטירן יעדע נקודה.

איך זאג נישט אז אונז זענען פונקט די זעלבע ווי זיי, איך קוק עס פשוט אן ווי א ספעקטרום. און כאטש עס איז ריכטיג לדעתי אז זיי זענען א שטערקערע קאליר און פלעיוואר, קענען מיר נישט שטיין ווי אויפן מאראלישן הויך בימה און זיי דן זיין ווי אן אנדערע בעל חי לגמרי.

Re: זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 6:44 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
ר' ינקל,
דאס גאנצע לעבן איז א שאלה פון טרעפן דעם גאלדענעם מיטל וועג.
אוודאי איז אין יעדע גאוורמענט פאראן א משהו פון א רוסלאנד און א דיקטאטורשאפט.
אין יעדע דיסציפלין פון עלטערן פאראן א משהו פון אביוז.
אין יעדע רעליגיע א משהו פון א קולט.
די שאלה איז ווען מ'רעדט פון א משהו פראבלעם און רובא דרובא גוט, אדער פארקערט. אינצווישן איז טאקע שנוי במחלוקת.

למשל לאזן אוועקגיין, אוודאי קען מען אוועקגיין גאנץ לייכט, צו מ'וועט דיר שיקן פון דיין חסידות טשאקלאדע פאר שבת? ניין. אבער קענסט גיין, און אויב דו גייסט נישט אוועק מיט א האק אויפן טיהר, דאן קענסטו אפילו נאך צוריקומען און אריינטשעקן פון צייט צו צייט. אה, צום שונא קענסטו נישט גיין, דאס איז פארראט.
שידוכים - האבן מיר צוויי מעגליכקייטן, איך בין נישט זיכער וועלכע דרך איז בעסער. מסכים דער מער ראמאנטישער אפענער פרייער וועג איז זיך אליין אויסקלויבן א באשערטע, דארך אויספרובירן מיט כסף שטר וביאה אסאך מיידלעך ביז מ'קומט אן צום ריכטיגן. איך בין נישט זיכער וועלכע וועג איז מער סכנה-לאז.
אנטיילן? אויף וויפיל דו ביסט מקבל הלכה איז דאך דאס רעליגיע. נו, ווילסט טוישן דיין רעליגיע?

Re: זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:01 pm
דורך עמרם
דעס אז מיר זענען נישט אונגאנצן גוט, מיינט נישט אז מיר זענען אזוי ווי זיי

סו''ס, זענען אלע אויבן דערמאנטע זאכן נישט בדומה וואס ס'קומט דארט פאר,
די וועלט איז טאקע נישט קיין עולם התיקון, אבער דארט איז סאך ערגער

און ווי ס'זאל נישט זיין, ווי אזוי ס'איז ביי אונז, בארעכטיגט גארנישט,
מ'קען אפשר טרעפן דא דארט פראבלעמען, אבער למעשה איז גארנישט דומה

טאקע די משל פון אוועקגיין, גור מיט וויזשניץ אחים לאזן נישט
אבער פון אלע אנדערע קען מען יא
און אפי' גור מעגסטו גיין וואוינען װי די ווילסט, און אויף א קלוגע וועג קען מען זיך שיינערהייט ארויסזעהן (בעיקר באדערט זיי אז מ'גייט צו ר' שאול, סתם אוועק גיין שטערט זיי נישט אזוי)
און בעצם גערעכט, די צוויי פלעצער זענען טאקע געפערליך אין מיינע אויגן,

איך וועל דיך זאגן מער, איך כשלעצמי, בין אויך אויפגעוואקסן אין די חסידישע וועלט, למעשה בין איך נישט משובד פאר קיינעם און קיינער קאנטראלירט מיך נישט אויף גארנישט,
סא יא, איך זעה מיך אנדערש ווי ל''ט

Re: זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:31 pm
דורך היום
עמרם האט געשריבן: איך וועל דיך זאגן מער, איך כשלעצמי, בין אויך אויפגעוואקסן אין די חסידישע וועלט, למעשה בין איך נישט משובד פאר קיינעם און קיינער קאנטראלירט מיך נישט אויף גארנישט,
סא יא, איך זעה מיך אנדערש ווי ל''ט

נישט משועבד פאר קיינעם?
קיינער קאנטראלירט דיר נישט?

דו הייבסט נישט אהן צו כאפן וויפל פון דיין מעשה דיבור און מחשבה איז משועבד און קאנטראלירט…

Re: זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:39 pm
דורך עמרם
די סאסייעיטי?
אפשר געבסטו מיר א דוגמא?

(די תורה קאנטראלירט מיך, און איך פראביר צו טוהן אלעס וואס שטייט דארט)

Re: זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:50 pm
דורך יעקב מעקסוועל
באקומען אין אישי אן אשכול פון איבער 10 יאר צוריק, פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש? און פארשטייט זיך @הוגה לייגט אראפ א קעיס ווי הוגה קען.

Re: זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 8:06 pm
דורך מילך טראק
איך האב גארנישט מיט ל"ט און איך זיך נישט צו האבן מיט זיי, איך בין זייער ווייט פון דעם, איך קען זיי אויך נישט פערזענליך, אבער וויפיל איך האב זיי געזעהן נאך אין מאנטריאל, און גערעדט טייל מאל מיט זיינע חסידים, האבן זיי אויסגעזעהן פרייליך און צופרידן,

בנוגע די עלטערן וואס האבן קינדער פארכאפט דארט איז עס א גרויסע ווייטאג, אבער איך זעה נישט פארוואס ס'זאל זיין אנדערש ווי ווען א קינד ווערט אט"ד, א סקווערער ווערט א יואלי ראטה, א סאטמארער א חבד'סקער, צי א חילוני א פרומער, ביי אלע איז דא די זעלבע צער פאר די עלטערן און ס'איז דא דיעות לכאן ולכאן,

צו די וואס זענען אהין געגאנגען, האבן זיי דאך עס ליב, וואס איז שייך צו צווינגען מענטשן וואס צו גלייבן און וויאזוי זייער לעבן זאל געפירט ווערן
און ביי זיי איז דאך שלמה העלבראנץ (געווען) די רעבע זיכרונע ליברכה אליינס, און יעדע חסידות/רעליגיע איז דא מענטשן וואס זיי וועלן זיך פייניגען נאר כדי צו קענען טוהן א נחת רוח פאר זייער רבי/גאט


צו די קינדער וואס זיי זענען דארט געבוירן, ביי זיי איז דאס די נארמע, פונקט ווי אין מדבר איז די נארמע געווען אז מ'האט געגעסן מן, ביי זיי איז דאס די נאָרמע, זיי ווייסן אז עס איז דא רעפערמער אידן וואס באזיי גייען די פרויען נישט אנגעטאן צניעותדיג, מ'גייט נישט מיט קיין שווארצע ליילעכער און דאס ברענגט צו גרויסע מכשולות,

זייער מאמע איז פיצן יאר און זייער באבע איז פינף און צוואנציג דאס איז ביי זיי די נארמע.

צו די עלטערן האבן רעכט צו ערייכן זייער קינדער אויף די וועג ?
דאס איז דאך די טענה פון יאפד און די ניו יארק education דעפארטמענט
וואס די האלטסט דארט די זעלבע איז דא .

די טיילען שידוכים
אז מ'גיט נומבערס פון 1 ביז 10, פון די מערסטע פרייע לייפסטייל ביז די מערסטע ריסטעריקטע, זענען חסידישע אידן 8-9, יעצט איינער וואס איז א 5 האלט פונקט אזוי אז ביי אונז איז אביוז א שדכן מאכט אפ בת פלויני פלויני, אהן גארנישט קענען איינער די אנדערע, ביי זיי האט מען חתונה מיט די פריינד פון סקול/קאלעדזש סיי קענען עס פונקט אזוי נישט פארשטיין.

די קינדער וואס זענען נישט צופרידן דארט, אמת פון דארט צו אנטלויפן איז שווערער ווי פון דא אבער פון דא איז אויך זייער שווער,
אויב האלטסטו אז מ'דארף העלפן א קינד אנטלויפן פון בבל דארף מען אויך העלפן אנטלויפן פון בארא פארק


פיינונגען
אויב איז אמת אז ער פייניגט זיי, וואלטן זיי אים פיינט געהאט, אדער איז עס ליגענט, אדער האבן זיי עס ליב,


לסכום הענין

יעצט צו דאס איז א קולט ? יא דאס איז א קולט ?
די ביסט אויך אין א קולט ,
איך האב שוין דורך געקוקט אסאך קולטס יעדע קולט גיט די פירער לאוו פאר די מענטשן
(דאס האט גאט אריינגעלייגט אין די בריאה פון א מלך ואכהל"ה)

אויב מען קומט מיט די מיינסעט אז איך בין די עכטע מענטש פארוואס גאט האט באשאפן די וועלט, ווייסט מען אז די מאדערנע מאכן נישט אזא נחת רוח פאר די אייבערשטער ווי אונז, אין ל"ט , זענען נישט קיין יודען ווייל אונז זענען די עכטע יודן


בעפאר אראפרייסן טראכט אריין און לייגט די געפילן און א זייט און טריי צו פארשטיין די אנדערע זייט
(וואס דיפארלאנגסט פון די גוי)

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 8:38 pm
דורך ברוך שפינוזה
פאר א צייט צוריק איז ארומגעפארן אן אינטערוויו מיט א לב טהור דעפעקטירער אויף סאושעל מידיא און ס'האט זיך געטוהן אסאך רייד איבער זיי האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך. ווען די נושא איז ארויפגעקומען מיט א נישט היימישער איד איז עס אלץ געוועהן מיט א טאן פון רחמנות און וואטעווער נעקסט קעיס, כאילו מ'רעדט פון נארד קאריע אדער אייסיס. נאר ווען איך האב גערעדט מיט חסידישע חברה איז די שמועס אלץ געלאפן אויף א גאנג פון יא קולט נישט קולט, יא "עכטע" אידישקייט נישט עכטע אידישקייט, און די שמועס איז אלץ געווארן אזוי קאמפליצירט און פול מיט accusations און זעלבסטפארטיידיגונג אז ס'האט פארלוירן די גאנצע טעם, די גאנצע רעליגיעזע און דשואיש גילט האט מען אויסגעבראכן, פעך, איכסה. ענדיוועיס וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די שאלה איז נישט צו לב טהור איז א קולט צו סאטמאר איז נישט, די שאלה איז וואס טריגערט דיך אזוי די גאנצע לב טהור ביזנעס? קענסט אויפקומען מיט טויזענט חילוקים צווישן דיין חסידות מיט לב טהור, אבער the proof is in the pudding, דיין טריגערניש gives you away, דאס וועלן טויזענט תירוצים נישט קענען באהאלטן.

Re: זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 9:21 pm
דורך ארכיטקט
מילך טראק האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 8:06 pm איך האב גארנישט מיט ל"ט און איך זיך נישט צו האבן מיט זיי, איך בין זייער ווייט פון דעם, איך קען זיי אויך נישט פערזענליך, אבער וויפיל איך האב זיי געזעהן נאך אין מאנטריאל, און גערעדט טייל מאל מיט זיינע חסידים, האבן זיי אויסגעזעהן פרייליך און צופרידן,

בנוגע די עלטערן וואס האבן קינדער פארכאפט דארט איז עס א גרויסע ווייטאג, אבער איך זעה נישט פארוואס ס'זאל זיין אנדערש ווי ווען א קינד ווערט אט"ד, א סקווערער ווערט א יואלי ראטה, א סאטמארער א חבד'סקער, צי א חילוני א פרומער, ביי אלע איז דא די זעלבע צער פאר די עלטערן און ס'איז דא דיעות לכאן ולכאן,

צו די וואס זענען אהין געגאנגען, האבן זיי דאך עס ליב, וואס איז שייך צו צווינגען מענטשן וואס צו גלייבן און וויאזוי זייער לעבן זאל געפירט ווערן
און ביי זיי איז דאך שלמה העלבראנץ (געווען) די רעבע זיכרונע ליברכה אליינס, און יעדע חסידות/רעליגיע איז דא מענטשן וואס זיי וועלן זיך פייניגען נאר כדי צו קענען טוהן א נחת רוח פאר זייער רבי/גאט


צו די קינדער וואס זיי זענען דארט געבוירן, ביי זיי איז דאס די נארמע, פונקט ווי אין מדבר איז די נארמע געווען אז מ'האט געגעסן מן, ביי זיי איז דאס די נאָרמע, זיי ווייסן אז עס איז דא רעפערמער אידן וואס באזיי גייען די פרויען נישט אנגעטאן צניעותדיג, מ'גייט נישט מיט קיין שווארצע ליילעכער און דאס ברענגט צו גרויסע מכשולות,

זייער מאמע איז פיצן יאר און זייער באבע איז פינף און צוואנציג דאס איז ביי זיי די נארמע.

צו די עלטערן האבן רעכט צו ערייכן זייער קינדער אויף די וועג ?
דאס איז דאך די טענה פון יאפד און די ניו יארק education דעפארטמענט
וואס די האלטסט דארט די זעלבע איז דא .

די טיילען שידוכים
אז מ'גיט נומבערס פון 1 ביז 10, פון די מערסטע פרייע לייפסטייל ביז די מערסטע ריסטעריקטע, זענען חסידישע אידן 8-9, יעצט איינער וואס איז א 5 האלט פונקט אזוי אז ביי אונז איז אביוז א שדכן מאכט אפ בת פלויני פלויני, אהן גארנישט קענען איינער די אנדערע, ביי זיי האט מען חתונה מיט די פריינד פון סקול/קאלעדזש סיי קענען עס פונקט אזוי נישט פארשטיין.

די קינדער וואס זענען נישט צופרידן דארט, אמת פון דארט צו אנטלויפן איז שווערער ווי פון דא אבער פון דא איז אויך זייער שווער,
אויב האלטסטו אז מ'דארף העלפן א קינד אנטלויפן פון בבל דארף מען אויך העלפן אנטלויפן פון בארא פארק


פיינונגען
אויב איז אמת אז ער פייניגט זיי, וואלטן זיי אים פיינט געהאט, אדער איז עס ליגענט, אדער האבן זיי עס ליב,


לסכום הענין

יעצט צו דאס איז א קולט ? יא דאס איז א קולט ?
די ביסט אויך אין א קולט ,
איך האב שוין דורך געקוקט אסאך קולטס יעדע קולט גיט די פירער לאוו פאר די מענטשן
(דאס האט גאט אריינגעלייגט אין די בריאה פון א מלך ואכהל"ה)

אויב מען קומט מיט די מיינסעט אז איך בין די עכטע מענטש פארוואס גאט האט באשאפן די וועלט, ווייסט מען אז די מאדערנע מאכן נישט אזא נחת רוח פאר די אייבערשטער ווי אונז, אין ל"ט , זענען נישט קיין יודען ווייל אונז זענען די עכטע יודן


בעפאר אראפרייסן טראכט אריין און לייגט די געפילן און א זייט און טריי צו פארשטיין די אנדערע זייט
(וואס דיפארלאנגסט פון די גוי)
אפשר גייסטו טאקע אהין? האלסט באמת אז דארט איז אזוי גוט?

איי זיי זענען פרייליך און צופרידן? ווייל זיי ווייסן נישט פון עפעס בעסערס אין זייער לעבן!

Re: זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 9:52 pm
דורך [NAMELESS]
מען דארף איין קולט וואס זאל זיין מער extreme, דאן וועט ל"ט זיך קענען קלאפן אין בויך קוק אונז זעמיר בכלל נישט אזוי געפערליך

Re: זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:25 pm
דורך מילך טראק
ארכיטקט האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 9:21 pm

אפשר גייסטו טאקע אהין? האלסט באמת אז דארט איז אזוי גוט?

איי זיי זענען פרייליך און צופרידן? ווייל זיי ווייסן נישט פון עפעס בעסערס אין זייער לעבן!
נישט ממש זיי ווייסען נישט אבער זיי זענען צוגעוויאנט אזוי

Re: זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:32 pm
דורך שמן למאור
יעקב מעקסוועל האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 7:50 pm באקומען אין אישי אן אשכול פון איבער 10 יאר צוריק, פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש? און פארשטייט זיך @הוגה לייגט אראפ א קעיס ווי הוגה קען.
נאך אן אשכול איבער דעם ענין.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 27#p197527

Re:

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 3:02 am
דורך היום
ברוך שפינוזה האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 8:38 pm פאר א צייט צוריק איז ארומגעפארן אן אינטערוויו מיט א לב טהור דעפעקטירער אויף סאושעל מידיא און ס'האט זיך געטוהן אסאך רייד איבער זיי האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך. ווען די נושא איז ארויפגעקומען מיט א נישט היימישער איד איז עס אלץ געוועהן מיט א טאן פון רחמנות און וואטעווער נעקסט קעיס, כאילו מ'רעדט פון נארד קאריע אדער אייסיס. נאר ווען איך האב גערעדט מיט חסידישע חברה איז די שמועס אלץ געלאפן אויף א גאנג פון יא קולט נישט קולט, יא "עכטע" אידישקייט נישט עכטע אידישקייט, און די שמועס איז אלץ געווארן אזוי קאמפליצירט און פול מיט accusations און זעלבסטפארטיידיגונג אז ס'האט פארלוירן די גאנצע טעם, די גאנצע רעליגיעזע און דשואיש גילט האט מען אויסגעבראכן, פעך, איכסה. ענדיוועיס וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די שאלה איז נישט צו לב טהור איז א קולט צו סאטמאר איז נישט, די שאלה איז וואס טריגערט דיך אזוי די גאנצע לב טהור ביזנעס? קענסט אויפקומען מיט טויזענט חילוקים צווישן דיין חסידות מיט לב טהור, אבער the proof is in the pudding, דיין טריגערניש gives you away, דאס וועלן טויזענט תירוצים נישט קענען באהאלטן.

שטארק אריינגעקומען.

מען מוז זיין, אדער פילן אויף א געוויסע לעוועל, קאנעקטעט, כדי צו זיין אזוי עמאציאנאל איבער דעם, נישט צו קענען סובל זיין נייעס, באריכטן, אפדעיטס איבער זיי, אהן אריינקומען יעדעס מאל צו האקן שטיקער אויף זיי.

אין בריסק זאגט מען "ווען עס איז צוויי אנדערע זאכן, וואס דארף מען זוכן חילוקים?"...

Re: Re:

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:32 am
דורך ברוך שפינוזה
היום האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 3:02 am אין בריסק זאגט מען "ווען עס איז צוויי אנדערע זאכן, וואס דארף מען זוכן חילוקים?"...

:like :D :twisted:

Re: זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 10:10 am
דורך מילך טראק
ווען זאגט מען די איד מיינט נאר די אייבערשטער, גשמיות איז נישט תופס מקום ביי אים, ער האט ניטאמאהל קיין עירקאנדישן, אבער ער איז פריילעך ווייל ער פארשטייט שוין די רמב"ם, אין די שטוב איז נישט דא וואס צו עסען אבער די קינדער זענען אלעס מוותר זיין ווייסן אז די טאטע איז א גרויסע תלמיד חכם, ער דינד די אייבישטער
און ווען הייסט דאס אביוז?