בלאט 1 פון 1
חדשות: פאנעל לעניני יהדות
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:46 am
דורך קאווע טרינקער
פרטים יבואו, אבל הכללים באים עכשיו:
אן פאנעל ווערט געפלאנט אויף נאך סוכות.
נאר איינגעשריבענע פון פאראויס וועלן האבן איינטריט צום זאל.
ער וועלן אדורך געשמועסט ווערן עניני יהדות.
אלע שאלות דארף אריינגעגעבן ווערן פאראויס.
עס וועלן זיין פארטרעטער'ס פון די פאלגענדע אידישע סעקטעס:
חב"ד
סאטמאר
כלל חסידי
חרדי
דתי
ליטאי
אמריקאי
אורתודוקסי
מודרני
אלע משיבים זעהן די שאלות פון פאראויס, יעדער פון זיי וועט זיין גוט פארגעקוקט.
נאך וואס די שאלה ווערט גע'ענטפערט דורך יעדעם, וועלן אלע משתתפים פארצייכענען וועמעס תשובה ס'גפעהלט אים דאס בעסטער.
נעילת המעמד: דער יו"ר וועט אויסרופן ווער ס'האט דאס בעסטע – לויט די רוב – גע'ענטפערט, און וועלכע סעקסטע איז דאס מערסטע קרוב אל האמת.
איך בעהט דעם עולם זאל דא ארויפברעגען שאלות וואס זיי וואלטן געוואלט הערן תשובות אויף דעם. אדער אין אישי. ענינים פרגודי איז WELCOME.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:49 am
דורך לעמיל
וואס עפעס נאר סאטמער און חב"ד? און וואס איז די אויפטו דערפון?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:57 am
דורך קאווע טרינקער
לעמיל האט געשריבן:וואס עפעס נאר סאטמער און חב"ד? און וואס איז די אויפטו דערפון?
אחרון אחרון חביב...
די אויפטו איז נאר פאר די וואס זיכען צו הערן דעם אמת.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:05 am
דורך [NAMELESS]
דאס איז א זשאוק?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:07 am
דורך היסטאריקער
וועלעכע חבּ״ד?
און וועלעכע סאטמאר?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:10 am
דורך קאווע טרינקער
ראשעקאל האט געשריבן:דאס איז א זשאוק?
אם תרצו אין זו אגדה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:11 am
דורך קאווע טרינקער
היסטאריקער האט געשריבן:וועלעכע חבּ״ד?
און וועלעכע סאטמאר?
חב"ד מקורי (מ'גייט דאך נישט דן זיין משיחיזים)
וסאטמאר מקורי (מ'גייט נישט דן זיין וועלעכע צייטונג פארקויפט זיך בעסער)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:12 am
דורך יידל
אודאי איז דאס א וויץ, וואס איז די חילוק צווישן "חרדי" און "ליטאי"? צווישן "אמריקאי" און "מודרני"? וואס מיינט "אורטודוקסי"?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:15 am
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:אודאי איז דאס א וויץ, וואס איז די חילוק צווישן "חרדי" און "ליטאי"? צווישן "אמריקאי" און "מודרני"? וואס מיינט "אורטודוקסי"?
חרדי איז למשל דיך - סתם א "יידל".
ליטאי, א ישיבה מאן
אמריקאי, איז אן אמעריקאנער אידישיקייט
אורטודוקסי איז בערך א וואשינגטאן הייטס סטיל
אדער OU
מודרני, איז ישיבה אינווערסיטי (דארט ווי מיין נשמה איז)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:06 pm
דורך נח געציל
קאווע טרינקער האט געשריבן:יידל האט געשריבן:אודאי איז דאס א וויץ, וואס איז די חילוק צווישן "חרדי" און "ליטאי"? צווישן "אמריקאי" און "מודרני"? וואס מיינט "אורטודוקסי"?
חרדי איז למשל דיך - סתם א "יידל".
ליטאי, א ישיבה מאן
אמריקאי, איז אן אמעריקאנער אידישיקייט
אורטודוקסי איז בערך א וואשינגטאן הייטס סטיל
אדער OU
מודרני, איז ישיבה אינווערסיטי (דארט ווי מיין נשמה איז)
מען דארף גיין מער צושטייטלעך.
קודם דארף מעם מאכן א פאנעל צו "סתם א יידל" איז די ריכטיגע "חרדי". אויף דארף מען נעמען פארטרעטערס פון די פאלגענדע חרדי'שע סעקטעס:
שטאפן הוט
ביבער הוט
הויכע הוט
מיט ברילן
אן ברילן
רויטע בארד
שווארצע בארד
האנדא אדדאסי
טאיאטע סיענע
און נאך
פארשטייט זיך אז דער וואס פארטרעט "שטאפן הוט" דער זאל נאר פארטרעטן "שטאפן הוט מקורי" נישט וועלכע הוט סטאר פארקויפט דאס מערסטע...
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:22 am
דורך לעמיל
קאווע טרינקער
אונז ווארטען נאך אויף פרטים
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:28 am
דורך לעיקוואד
איך בין מוחה בשם אלע סעקטעס וואס מען האט אויסגעלאזט.
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:52 am
דורך [NAMELESS]
איך האלט אז די גאנצע פאנעל איז אומוויכטיג, שטעל אוועק בדחן מיט לעיקוואד, אלע מיטעל וועגן זענען שוין נכלל במחיר.
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 1:45 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'צרות..........
די נייע מפתח וועקט אויף אלטע אשכולות....