בלאט 1 פון 1

בליצצן

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 1:04 pm
דורך berlbalaguleh
איך באקום אויף די פאסט א מעגעזין וואס גייט ארויס (בערך) אין די לעצטע 2 יאר מיט'ן נאמען "בליצן".
אין די לעצטע אויסגאבע וואס איך האב ערהאלטן (חודש אדר א'-ב' תשפ"ד) ווערן דארט געברענגט פארשידענע פאנטאסטישע מעשיות פון "בחורים". אויך אידענעס נשים צדקניות. זיי אלע פארציילן באותות ובמופתים וויאזוי זיי האבן זיך געשטארקט און אקעגן געשטעלט די אלע דעווייסעס פון טעכנאלאגיע. אפילו די כשר'ע.

אויך ברענגען זיי אויפ'ן דעקל א וואונדערליכע מעשה פון א איד א מרביץ תורה וועלכער איז היינט א סוקסעספולער ביזנעס מאן. ער פארפיגט איבער גרויסע בילדינס און שאפינג צענטערס אין די ווערד פון מולטי מיליאנען דאללער. און ער האט זיך אויך גובר געווען אויף די היינטיגע טעכנאלאגישע מיטלען פון קאמיוניקעישן אזוי ווי וואטסעפפ. כאטש דאס שטרענגט איהם אן אין זיין ביזנעס וואו ער דארף זיין אין פארבינדונג מיט זיינע מענטשן כמעט 24 שעה א טאג.

דער מעסעדזש פון די אלע מעשיות און געשיכטעס דארף צו זיין אז מ'קען אפילו זיין א מוצלח'דיגער ביזנעסמאן אדער א בחור אדער א פשוט'ע עקרת הבית און מ'שטרענגט זיך אן און מ'האט נישט קיין שום שייכות מיט די טעכנאלאגישע דעווייסעס און עפפס. אפילו די "כשר'ע".

דער מעגעזין איז בדרך כלל נישט אהערגעשטעלט אויף אן עקסטרעמען אופן. נאר א ביסל נאאיוו און קינדעריש.

אין מיטן דעם צייט שריפט איז אויך דא עפעס א וואנזיניגער עד איבער א ווירטואלע "בהמה" וואס א איד האט אהערגעשטעלט (נישט, ח"ו מיט טעכנאלאגיע). און ער איז גרייט צו גיין אין די פארשידענע ישיבות און מוסדות התורה אויסצולערנען די קינדער אלע חלקים פון א בהמה וואס ס'קען זיי אמאל זיין אינטרעסאנט צו זייערע לימודים.

נאר וואס ס'האט געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט איז אז אויפ'ן לעצטן פעידזש (47) האבן זיי אן עד פון א איד וואס לאזט וויסן דעם עולם אז ער איז גרייט אויסצולערנען א יעדן איינעם (בעזהשי"ת) צו ווערן אן ארטיסט. א מאלער פון בילדער און סצענעס פון די נאטור.

נאר כדי דאס צו דערגרייכן דארף מען זיך פארבינדן מיט איהם. און ער וועט פארקויפן א "פייל". עפפ. בלשון נקיה. אראפגעצויגן פון דעם טמא'נעם אינטערנעט, רח"ל.

מרא דעלמא כולה: וואס טראכטן די אידן וועלכע געבן ארויס דעם צייטשריפט. זיי זענען דאך מעיד עדות שקר על עצמם. אדער. זיי שיקן ארויס א קאנפיוזינג קאנפליקטעד מעסעדזש. פון איין זייט שרייען זיי (און דאס איז דאך בעצם זייער גאנצע עקזיסטענץ) אז מ'זאל זיך מתנזר זיין פון אלע טעכנאלאגישע כלים. אפילו די כשר'ע. און צום סוף ברענגען זיי גאר אן אדווערטייזינג וואס קומט פון די טמא'נע מקורות ווי אינטערנעט.

אפילו את"ל אז דער מר.--- האט עס אראפגעלאדנט פון די אינטערנעט און ער פארקויפט דיר נאר דעם סי. די. אדער די.ווי.די. אדער SD קארטל. אבער דו מוזסט זיך דאך באניצן מיט טעכנאלאגישע כלים כדי דאס צו דערגרייכן...הא כיצד???

Re: בליצצן

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 2:40 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ווי ווייט איך ווייס אז עטליכע פון די וואס מען האט אינטערוויוט אויף דעם "בליצן" צייט-שריפט אז זיי האבן נישט קיין טעכנעלאגיע האבן באצאלט דערפאר כדי עס זאל דינען אלס א אדווערטייזמענט פאר זייערע ביזנעס,
און איינער פון זיי וואס האט זיך פראקלאמירט אלס איינער וואס פירט א ריזיגע ביזנעס אהן זיך באנוצען מיט סאושעל מידיא, ווייס איך ביודעי קא אמינא אז ער האט טאקע בלויז אימעיל אבער זיינע 10 משרתים וואס טוהען די עקשעל ארבעט "פאר איהם" זענען אגאנצען טאג ביזי אויף סאושעל מידיא... ודי בזה.

Re: בליצצן

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:51 pm
דורך berlbalaguleh
שמחה'לע קאפשטיק: ייש"כ. משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס וועט אדוואקירן (צו רעדן און איבערצייגן דעם עולם) אז מ'זאל זיך נישט באנוצן מיט עלעקטריציטעט צו באלייכטן און הייצן אונזערע הייזער. נאר מ'זאל גיין אין וואלד האקן האלץ און מיט דעים זאל מען אנווארעמען די שטוב. און באלייכטן מיט לעכט אדער מיט קנויטן פון פעטראלעום אייוועלעך.

דאס איז איינס פון די פאבלעימען מיט די (פאלשע) אידישקייט איבער וואס כלל ישראל ראנגלט זיך היינט.

שטאטס מ'זאל זיך קאנצענטרירן אויף די וויכטיגע, יסודות'דיגע זאכן ווי אויסלערנען די תינוקות של בית רבן פירוש המילות פון דאווענען און ברכות. און פארציילן פאר זיי מעשיות פון אמונה און טעמי המצוות וואס פארשטארקן די אמונה בה' ותורתו איז מען פארנומען יומם ולילה מיט אזעלכע שטותים און מינדערוויכטיגע זאכן ווי אינטערנעט, טעכנאלאגישע כלים און אנדערע אזעלכע מינדערוויכטיגע זאכן וואס א יעדער נארמאלער מענטש און ערליכער איד ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען אויף א נארמאלן, פראפארציאנעלן אופן. מ'רעדט דאך נישט פון די וועלכע ווילן במזיד זינדיגן און גיין אויף שלעכטע און פארקרומטע וועגן. ווי די גמ' זאגט..."אטו בשופטני עסקינן?!

יא: איך האב א סמארטפאון. איך בין גרייט עס צו געבן פאר סיי וועמען אז מ'זאל איבערקוקן מיין "סוירטש" היסטארי. אויב מ'וועט טרעפן (אפילו) איין וועבסייט אדער עפפ. וואס איז נישט אויסגעהאלטן. איך נוץ נאר מיין פאון צו רעדן און באקומען קאללס. אויך צו זוכן אינפארמאציע סיי תורה'דיגע און סיי וועלטליכע. פאר גארנישט עפעס אנדערש. נישט געימס אדער אנדערע שטותים און פארבאטענע זאכן וואס "מ'קען" אויפזוכן.

Re: בליצצן

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 5:02 pm
דורך היום
אויף וויפיל איך פארשטיי איז דער מאגאזין אפיציעל נישט דא כדי זיך צו שלאגן מיט טעכנעלאגיע, כדוגמת "השומרים" וכדו'.

זייער מטרה, דארף צו הייסן, אז ס'איז פאר נישט ניצן די טעכנעלאגיע אויף א וועג וואס זאל איבערנעמען (אוועקנעמען) דאס לעבן.

Re: בליצצן

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 5:41 pm
דורך berlbalaguleh
יא: נאר דער גאנצער מעגעזין איז פול מיט מעשיות וואו ערליכע אידן האבן זיך געשטארקט אויף אלע נסיונות און שוועריקייטן און אויפגעגעבן די באנוץ פון אלע טעכנאלאגישע כלים. אפילו די געפילטערטע. און דאס קוקט אויס צו זיין די מטרה פון זייער עקזיסטענץ. און דער אדווערטייזינג אויפ'ן לעצטן בלעטל איז א דירעקטע סתירה צו דעם מעסעדזש וואס זיי פרובירן איבערצוגעבן.

Re: בליצצן

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 11:03 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
איינעם מיט דיע קאווער???

Re: בליצצן

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 9:39 am
דורך בונה של טוב
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 1:04 pm איך באקום אויף די פאסט א מעגעזין וואס גייט ארויס (בערך) אין די לעצטע 2 יאר מיט'ן נאמען "בליצן".
אין די לעצטע אויסגאבע וואס איך האב ערהאלטן (חודש אדר א'-ב' תשפ"ד) ווערן דארט געברענגט פארשידענע פאנטאסטישע מעשיות פון "בחורים". אויך אידענעס נשים צדקניות. זיי אלע פארציילן באותות ובמופתים וויאזוי זיי האבן זיך געשטארקט און אקעגן געשטעלט די אלע דעווייסעס פון טעכנאלאגיע. אפילו די כשר'ע.

אויך ברענגען זיי אויפ'ן דעקל א וואונדערליכע מעשה פון א איד א מרביץ תורה וועלכער איז היינט א סוקסעספולער ביזנעס מאן. ער פארפיגט איבער גרויסע בילדינס און שאפינג צענטערס אין די ווערד פון מולטי מיליאנען דאללער. און ער האט זיך אויך גובר געווען אויף די היינטיגע טעכנאלאגישע מיטלען פון קאמיוניקעישן אזוי ווי וואטסעפפ. כאטש דאס שטרענגט איהם אן אין זיין ביזנעס וואו ער דארף זיין אין פארבינדונג מיט זיינע מענטשן כמעט 24 שעה א טאג.

דער מעסעדזש פון די אלע מעשיות און געשיכטעס דארף צו זיין אז מ'קען אפילו זיין א מוצלח'דיגער ביזנעסמאן אדער א בחור אדער א פשוט'ע עקרת הבית און מ'שטרענגט זיך אן און מ'האט נישט קיין שום שייכות מיט די טעכנאלאגישע דעווייסעס און עפפס. אפילו די "כשר'ע".

דער מעגעזין איז בדרך כלל נישט אהערגעשטעלט אויף אן עקסטרעמען אופן. נאר א ביסל נאאיוו און קינדעריש.

אין מיטן דעם צייט שריפט איז אויך דא עפעס א וואנזיניגער עד איבער א ווירטואלע "בהמה" וואס א איד האט אהערגעשטעלט (נישט, ח"ו מיט טעכנאלאגיע). און ער איז גרייט צו גיין אין די פארשידענע ישיבות און מוסדות התורה אויסצולערנען די קינדער אלע חלקים פון א בהמה וואס ס'קען זיי אמאל זיין אינטרעסאנט צו זייערע לימודים.

נאר וואס ס'האט געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט איז אז אויפ'ן לעצטן פעידזש (47) האבן זיי אן עד פון א איד וואס לאזט וויסן דעם עולם אז ער איז גרייט אויסצולערנען א יעדן איינעם (בעזהשי"ת) צו ווערן אן ארטיסט. א מאלער פון בילדער און סצענעס פון די נאטור.

נאר כדי דאס צו דערגרייכן דארף מען זיך פארבינדן מיט איהם. און ער וועט פארקויפן א "פייל". עפפ. בלשון נקיה. אראפגעצויגן פון דעם טמא'נעם אינטערנעט, רח"ל.

מרא דעלמא כולה: וואס טראכטן די אידן וועלכע געבן ארויס דעם צייטשריפט. זיי זענען דאך מעיד עדות שקר על עצמם. אדער. זיי שיקן ארויס א קאנפיוזינג קאנפליקטעד מעסעדזש. פון איין זייט שרייען זיי (און דאס איז דאך בעצם זייער גאנצע עקזיסטענץ) אז מ'זאל זיך מתנזר זיין פון אלע טעכנאלאגישע כלים. אפילו די כשר'ע. און צום סוף ברענגען זיי גאר אן אדווערטייזינג וואס קומט פון די טמא'נע מקורות ווי אינטערנעט.

אפילו את"ל אז דער מר.--- האט עס אראפגעלאדנט פון די אינטערנעט און ער פארקויפט דיר נאר דעם סי. די. אדער די.ווי.די. אדער SD קארטל. אבער דו מוזסט זיך דאך באניצן מיט טעכנאלאגישע כלים כדי דאס צו דערגרייכן...הא כיצד???
דאס דערמאנט פון די געוואלדיגע ווערק פון כתב יושר פון 1780’ער
וועלכע האט ״בליציג״ געשריבן (און דא מיין איך עס מיט׳ן פולן קאמפלימענט) וויאזוי טשיילד עביוס איז א גרויסע טובה פאר אידישקייט (סאטירע אוודאי)