בס"ד
א גוטן טייערע חברים וידידים..!
מיר שטייען שוין ביים שוועל פון די גרויסע און הייליגע ימי הפורים הבאים עלינו לטובה, די טעג פון נסים ונפלאות ווען השי"ת האט געראטעוועט כלל ישראל און זיי באשיצט פון זייערע פיינט. און ווי עס שטייט אין די מגילה "וְהַיָּמִים הָאֵלֶּה נִזְכָּרִים וְנַעֲשִׂים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", וואס די כוונה דערפון ווערט ערקלערט אין ספרים הקדושים אז אלע ישועות און אורות פון די ימי הפורים חַזר'ן זיך איבער און קומען נאָכאַמאָל צו גיין אין יעדן דור פון דאסניי. איז דאָך אודאי כדאי זיך צו פארטיפן און אפלערנען אביסל די גרויסקייט פונעם נס און וואס מיר קענען ארויסנעמען דערפון א חיזוק לדורות.
ווער איז חרבונה און וואס איז זיין חשיבות
ווען מ'ענדיגט ליינען די מגילה זאגן מיר צווישן אנדערע דעם באקאנטן פיוט פון שׁוֹשַׁנַּת יַעֲקֹב, און דארט רעכנט מען אויס די אלע ארור'ס און ברוך'ס. פארשאלטן איז המן מיט זיין ווייב זרש, ווי אויך אֲרוּרִים כָּל הָרְשָׁעִים - פארשאלטן זענען אלע רשעים, און געבענטשט זענען מרדכי מיט אסתר, און בְּרוּכִים כָּל הַצַּדִּיקִים, און צום סוף פירט מען אויס מיט "וְגַם חַרְבוֹנָה זָכוּר לַטּוֹב" אז חרבונה ווערט אויך דערמאנט צום גוטן.
מיר ווייסן אז די גאנצע חשיבות פון חרבונה איז נאר צוליב דעם, ווייל ווען עס איז פארגעקומען די צווייטע סעודה וואס אסתר המלכה האט געמאכט פאר אחשורוש און דארט האט זי אנפלעקט פאר אחשורוש וועגן די שלעכטע פלאן פון המן, און אחשורוש איז געווארן גאר שטארק אין כעס, דארט איז חרבונה געקומען צו גיין און דערציילט "גַּם הִנֵּה הָעֵץ אֲשֶׁר עָשָׂה הָמָן לְמָרְדֳּכַי אֲשֶׁר דִּבֶּר טוֹב עַל הַמֶּלֶךְ עֹמֵד בְּבֵית הָמָן גָּבֹהַּ חֲמִשִּׁים אַמָּה" אז עס איז שוין גרייט א תליה וואס המן האט געלאזט מאכן פאר מרדכי, און דאס האט גורם געווען די מפלה פון המן, וַיֹּאמֶר הַמֶּלֶךְ תְּלֻהוּ עָלָיו, אחשורוש האט באלד געהייסן אויפהענגן המן אויפן בוים.
דארף מען אבער פארשטיין וואס איז טאקע אזוי חשוב וועגן חרבונה אז ער איז זכור לטוב?, די גמרא זאגט דאָך (מגילה ט"ז.) אמר רבי אלעזר אף חרבונה רשע באותה עצה היה, כיון שראה שלא נתקיימה עצתו מיד ברח, באמת איז חרבונה געווען א גוטער פריינט פון המן און ער האט אויך אנטייל גענומען אין די שלעכטע עצה פון המן קעגן די אידן [ווי מיר געפונען אנהייב פון די מגילה וואו עס ווערן אויסגערעכנט די זיבן שרים וואס האבן געדינט אחשורוש ווערט דארט דערמאנט מְהוּמָן בִּזְּתָא חַרְבוֹנָא וגו' און ער איז געווען פון די יועצים פארן קעניג], נאר דא צום סוף ווען ער האט געזען אז ס'גייט שוין שלעכט פאר המן האט ער איהם איבערגעלאזט און איז אנטלאפן, און ווי די גמרא ברענגט אז דאס איז די סדר פון רשעים אז אין די מינוט וואס זיי זעהן אז פאר זייער חבר גייט שוין נישט גוט דעמאלטס לאזן זיי איהם איבער און האבן נישט קיין רחמנות אויף איהם.
אין מדרש (אסת"ר י' ט') שטייט טאקע אז נישט חרבונה אליינס איז געווען דער וואס האט דערציילט פאר אחשורוש וועגן דעם בוים וואס המן האט געמאכט, נאר עס איז געווען אליהו הנביא. דער לשון המדרש איז: "מה עשה אליהו זכור לטוב, נדמה לחרבונה, ואמר לו אדוני המלך גם הנה העץ אשר עשה המן למרדכי וגו', דא"ר פנחס צריך לומר חרבונה זכור לטוב", און ווי טייל מפרשים לערנען פשט, אז פונקט ווי אליהו הנביא ווערט דערמאנט בלשון חז"ל מיט די ווערטער "זכור לטוב" די זעלבע דארף מען אויך זאגן דא וגם חרבונה זכור לטוב, וויבאלד עס מיינט אליהו הנביא.
אבער מען דארף נאך אלס פארשטיין אויב אזוי פארוואס זאגן מיר "וְגַם חַרְבוֹנָה זָכוּר לַטּוֹב" אויב די כוונה איז בעצם נישט אויף חרבונה נאר אויף אליהו הנביא. און בכלל פארוואס האט ער זיך פארדינט מיט זיין אייגענעם ברכה, עס שטייט נישט בלויז 'בָּרוּךְ חַרְבוֹנָה' אזויווי ביי אלע אנדערע, נאר עס שטייט א ספעציעלע פאַל מיט א שטיקל אייגענע הקדמה, "וְגַם חַרְבוֹנָה זָכוּר לַטּוֹב - און אויך חרבונה ווערט דערמאנט צום גוטן", וואס איז די ספעציעלע הדגשה און חשיבות פון חרבונה אז ער האט זיך פארדינט דעם "וגם"?.
המן מן התורה מנין - המן העץ
עס איז באקאנט וואס חז"ל זאגן אין מסכת חולין (דף קל"ט:) הָמָן מִן הַתּוֹרָה מִנַיִן? וואו טרעפן מיר א מקור צו המן אין די תורה, און אויף דעם ברענגט די גמרא דעם פסוק אין פרשת בראשית (ג' י"א) וואס השי"ת האט געזאגט צו אדם הראשון נאכן עסן פונעם עץ הדעת, "הֲמִן" הָעֵץ אֲשֶׁר צִוִּיתִיךָ לְבִלְתִּי אֲכָל מִמֶּנּוּ אָכָלְתָּ, צו דען האסטו געגעסן פונעם בוים וואס איך האב דיר באפוילן אז דו זאלסט נישט עסן דערפון. דא איז מרומז המן אין די תורה וויבאלד די אותיות 'הֲמִן' איז די זעלבע ווי 'הָמָן'.
לכאורה איז דער מאמר זייער שווער צו פארשטיין, וואס איז די אויפטוה פון אזא רמז, און עס איז דאָך נישט די איינציגסטע פלאץ אין די תורה וואו עס שטייט די דריי אותיות, אויב אזוי וואס האבן חז"ל דא געטראפן א רמז און א שייכות צו המן.
ווען מען איז נישט צופרידן צוליב איין קלייניגקייט
איז קודם לאמיר טאקע אנהייבן מיט די צווייטע נקודה, וואספארא שייכות האט המן הרשע מיט'ן חטא עץ הדעת פון אדם הראשון.
דער ענין ווערט מבואר פון בעלי מוסר ווי פאלגענד. ווען דער אייבישטער האט באשאפן אדם וחוה האט ער זיי אריינגעשטעלט אין גן עדן, און ווי מיר געפונען דארט אין די תורה מיט אפאר פסוקים פריער שטייט וַיְצַו ה' אֱלֹקִים עַל הָאָדָם לֵאמֹר מִכֹּל עֵץ הַגָּן אָכֹל תֹּאכֵל, דער אייבישטער האט איהם געזאגט, דו קענסט עסן פון אלע ביימער וואס געפונען זיך דא אינעם גארטן, אלעס איז דיינס, וּמֵעֵץ הַדַּעַת טוֹב וָרָע לֹא תֹאכַל מִמֶּנּוּ, נאר איין בוים, דער עץ הדעת וואס גיבט פארשטאנד פארן מענטש צו וויסן און פארשטיין און קענען אפטיילן צווישן גוטס און שלעכטס, פון די איינע בוים זאלסטו נישט עסן.
אבער די המשך המעשה ווייסן מיר אלע זייער גוט, אדם מיט חוה האבן זיך נישט באגנוגט מיט די כל עץ הגן. אנשטאט נעמען פון די אלע אנדערע פילע ביימער וואס זענען דארט געווען, האט זיי דער נחש צוגערעדט צו עסן דוקא פונעם עץ הדעת. ווייל אזוי איז דער טבע פון א מענטש און דער יצר הרע שטופט איהם צו דערצו, אז פון דאס וואס מ'טאר נישט, וויל ער די מערסטע. ער קען האבן א גאנצע וועלט פון ביימער פאר זיך, אלעס איז מותר לכתחילה און האט נישט קיין שום פראבלעם, בלויז אויף איין קליינע בוים האט איהם השי"ת אנגעווארנט לֹא תֹאכַל מִמֶּנּוּ, פון דעם זאלסטו נישט עסן! נו פון וואו האט ער געגעסן? פון יענעם איינעם בוים.
להבדיל ביי המן הרשע געפונען מיר דעם זעלבן ענין. אחשורוש האט איהם גאר שטארק דערהויבן און גרויס געמאכט, ווי עס שטייט אין די מגילה (ג' א') גִּדַּל הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ אֶת הָמָן בֶּן הַמְּדָתָא הָאֲגָגִי וַיְנַשְּׂאֵהוּ וַיָּשֶׂם אֶת כִּסְאוֹ מֵעַל כָּל הַשָּׂרִים אֲשֶׁר אִתּוֹ, זיין שטוהל איז געווארן דערהויבן, ער איז געווארן העכער פון אלע שרים אין די גאנצע מלוכה פון אחשורוש, וְכָל עַבְדֵי הַמֶּלֶךְ אֲשֶׁר בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ כֹּרְעִים וּמִשְׁתַּחֲוִים לְהָמָן כִּי כֵן צִוָּה לוֹ הַמֶּלֶךְ, אלע באדינער פונעם קעניג בוקן זיך צו המן, ער האט מענטשן פון הונדערט זיבן און צוואנציג מדינות וואס פאלן צו זיינע פיס און בוקן זיך צו איהם מיט גרויס כבוד און שעצונג. וּמָרְדֳּכַי לֹא יִכְרַע וְלֹא יִשְׁתַּחֲוֶה, עס איז נאר פארהאן איין מרדכי הצדיק וואס וויל איהם נישט אפגעבן די כבוד און בוקט זיך נישט פאר איהם.
אביסל ווייטער ווען המן דערציילט פאר זיין פרוי זרש מיט זיינע פריינט די גרויס כבוד און רייכטום וואס ער פארמאגט, וַיְסַפֵּר לָהֶם הָמָן אֶת כְּבוֹד עָשְׁרוֹ וגו' וְאֵת כָּל אֲשֶׁר גִּדְּלוֹ הַמֶּלֶךְ וְאֵת אֲשֶׁר נִשְּׂאוֹ עַל הַשָּׂרִים וְעַבְדֵי הַמֶּלֶךְ, אלעס גייט איהם אזוי גוט, ער שטייט ברומו של עולם מיט די גרעסטע מאס כבוד וואס איז נאר מעגליך, און ער גרויסט זיך אז אפילו ביי די פריוואטע סעודה וואס אסתר המלכה האט געמאכט פארן קעניג האט זי קיינעם נישט איינגעלאדענט, כִּי אִם אוֹתִי, איך בין דער איינציגסטער וואס האט געהאט דעם כבוד, וְגַם לְמָחָר אֲנִי קָרוּא לָהּ עִם הַמֶּלֶךְ, אויך מארגן וועל איך האבן דעם גרויסן כבוד און פארגעניגן.
בקיצור, המן הערט נישט אויף צו רעדן פון אלעס וואס ער האט, אבער וואס לייגט ער צו נאכדעם? "וְכָל זֶה אֵינֶנּוּ שׁוֶֹה לִי!" דאס אלעס איז מיר גארנישט ווערד... גארנישט, פשוטו כמשמעו, די גאנצע כבוד און רייכטום וואס ער פארמאגט האט נישט קיין שום טעם ביי איהם, בְּכָל עֵת אֲשֶׁר אֲנִי רֹאֶה אֶת מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי יוֹשֵׁב בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ, ווען איך גיי נאר אדורך דעם מרדכי וואס בוקט זיך נישט צו מיר, דאס עסט מיר אויף די געזונט און עס נעמט אוועק מיין גאנצע געשמאק און הנאה וואס איך האב פון די כבוד און גדולה.
וואס דאס איז די זעלבע שורש פון קנאה תאוה און כבוד וואס פלאגט דעם מענטש נאך זייט די תחלת הבריאה ביים חטא עץ הדעת. המן האט אלעס אין די וועלט, עס פעלט איהם גארנישט, אויב ער וואלט נאר געוואלט וואלט ער זיך געקענט פרייען און שפירן גליקליך און צופרידן דורכ'ן זיך מתבונן זיין קוקן אויף אלע גוטע זאכן וואס ער האט יא, צענדליגע טויזנטע און אפשר אפילו מיליאנען מענטשן שטייען גרייט זיך צו בוקן צו איהם, וואס קען זיין בעסער פון דעם? און אז איין מענטש אין די גאנצע ריזיגע מלוכה איז נישט מכניע, נו, זאל זיין אזוי, מאכט מען זיך נישט וויסענדיג, מ'איז מסיח דעת פון איהם און מ'גייט זיך ווייטער...
אבער נישט המן! המן איז דער מקור הגאוה והקנאה, ער לעבט א לעבן פון אני ואפסי, אלעס מוז זיך דרייעם ארום איהם און גיין זיין וועג, און אויב אפילו איין איינציגע מענטש גיבט איהם נישט אפ די נויטיגע כבוד, האט דאס שוין אפגעהארגעט און קאליע געמאכט אלעס וואס ער האט. אזוי ווייט איז ער געווען פארזינקען אין זיין גאות און זיין תאוה צו גרויסקייט און כבוד.
אט דאס איז דער רמז און דער שייכות צווישן המן מיט'ן פסוק פון "הֲמִן" הָעֵץ אֲשֶׁר צִוִּיתִיךָ לְבִלְתִּי אֲכָל מִמֶּנּוּ אָכָלְתָּ, ווייל ביי ביידע געפונען מיר דעם זעלבן שורש פון נישט זיך באגנוגן מיט וואס מען האט, און גלוסטן דוקא דאס וואס מען האט נישט. און ווי נידריג א מענטש קען זיך דערקייקלען מיט קנאה תאוה און כבוד אז ער וועט נישט אויסהאלטן בלויז ווייל עס פעלט איהם איין קלייניגקייט.
[וואס אגב, דאס איז א שמועס פאר זיך, און א געוואלדיגע מוסר השכל וואס מיר קענען טאקע ארויסנעמען פון די ימי הפורים, צו שטיין ווייט פון אזא הנהגה וואס מאכט זיך טייל מאל אויך ביי אונז, ווען א מענטש ווערט אינגאצן צוטראגן און צובראכן פון בלויז דאס ביסל וואס ער קען נישט האבן, אנשטאט זיך אומצוקוקן און הנאה האבן פון אלעס וואס ער האט יא].
די השתלשלות הסיפור ווען אסתר המלכה גייט צו אחשורוש
אצינד אז מיר האבן שוין דערהערט אביסל די מהות און די מציאות פון המן הרשע, לאמיר כאפן א שפאציר אביסל ווייטער אין די מגילה און זיך מתבונן זיין אין די מעשה וואס האט פאסירט ביי די צווייטע סעודה פון אסתר המלכה, און עס אפלערנען פשוט פשט.
מרדכי הצדיק האט געבעטן פון אסתר אז זי זאל גיין צו אחשורוש און זיך איינבעטן אויף איר פאלק. אסתר זאגט איהם אז עס איז ממש אוממעגליך וויבאלד מען טאר נישט אריינגיין צום קעניג אָן רשות, און זי איז שוין נישט גערופן געווארן צו אחשורוש די לעצטע דרייסיג טעג. אבער דאָך גייט אסתר המלכה אריין מיט מסירות נפש, זי שטעלט איין איר לעבן, זי בעט א הייסע תפלה פון קֵלִי קֵלִי לָמָה עֲזַבְתָּנִי און אזוי גייט זי אריין אין לייבן גרוב מיט א געפיל פון כַּאֲשֶׁר אָבַדְתִּי אָבָדְתִּי.
פון הימל האט מען זיך מרחם געווען אויף איר, זי איז נושא חן ביי אחשורוש און ער שטרעקט אויס דעם גאלדענעם שטעקן, און פרעגט איר וואס זי וויל. אסתר לאדענט איהם איין צו א סעודה, און ביים סעודה זאגט איר אחשורוש אז ער גיבט איר א געלעגנהייט וואו זי קען בעטן וואס זי וויל, מַה שְּׁאֵלָתֵךְ וְיִנָּתֵן לָךְ וּמַה בַּקָּשָׁתֵךְ עַד חֲצִי הַמַּלְכוּת וְתֵעָשׂ, ער איז גרייט איר נאכצוגעבן ביז האלב פון זיין קעניגרייך, וואס זי וויל נאר האבן.
אסתר המלכה לאדענט איהם איין צו נאך א סעודה דעם קומענדיגן טאג, און דעמאלטס וועט זי בעטן וואס זי וויל. ענדליך קומט שוין אָן די גורל'דיגע מינוט, אסתר האט גענומען די קוראזש און זי דערציילט פאר אחשורוש, "תִּנָּתֶן לִי נַפְשִׁי בִּשְׁאֵלָתִי וְעַמִּי בְּבַקָּשָׁתִי" זי בעט אויף איר אייגענע לעבן און אויפן לעבן פון איר פאלק, כִּי נִמְכַּרְנוּ אֲנִי וְעַמִּי לְהַשְׁמִיד לַהֲרוֹג וּלְאַבֵּד, מען האט אונז פארשריבן צו ווערן אויסגעהארגעט און פארלענדעט.
אחשורוש פרעגט מִי הוּא זֶה וְאֵי זֶה הוּא, און אסתר המלכה ענטפערט אִישׁ צַר וְאוֹיֵב הָמָן הָרָע הַזֶּה. אחשורוש ווערט שטארק אויפגערעגט און הייבט זיך אויף און גייט ארויס פונעם סעודה צו כאפן א שפאציר אינעם גארטן.
ווען ס'איז שוין נישט דא וואס צו טוהן ווייטער
אצינד לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט און מתבונן זיין וואס דא קומט יעצט פאָר. יענע מינוטן זענען געווען די גורל'דיגע מינוטן פון וואס אסתר המלכה האט געציטערט די גאנצע צייט. ביז אהער האט זי בכלל נישט דערציילט ווער זי איז און פון וועלכע פאלק זי שטאמט, אֵין אֶסְתֵּר מַגֶּדֶת מוֹלַדְתָּהּ וְאֶת עַמָּהּ, און יעצט דערציילט זי איהם אז זי איז פון די פארפיינטעטע פאלק.
ווי מיר האבן שוין גערעדט אינעם פריערדיגן שיעור, זענען אחשורוש מיט המן געווען גלייכע שותפים אינעם געשעפט, חכמינו ז"ל גלייכן זיי צו אינעם משל צו א 'בעל התל און א בעל החריץ' (איינער וואס האט איבריגע זאמד און איינער וואס האט א גרוב וואס ער דארף אנפילן) און זיי זוכן צו העלפן איינעם דעם אנדערן. אחשורוש האט פונקט אזוי פיינט געהאט די אידן און ער האט זיך געפרייט צום רשעות'דיגע פלאן פון המן. ווייל בעצם איז אחשורוש גארנישט בעסער, ער איז דער זעלבער אני ואפסי'ניק ווי המן וואס איז דא נאר פאר זיין קנאה תאוה און כבוד, און מער פון דעם אינטערסירט איהם גארנישט. ער ליידט פונעם זעלבן "וְכָל זֶה אֵינֶנּוּ שׁוֶֹה לִי" פון וואס המן האט געליטן, און ער איז אומשטאנד זיך נוקם צו זיין אין יעדער איינער וואס שטייט איהם נאר אביסל אין וועג.
אצינד קומט אסתר און אנפלעקט איהם ווער זי איז און וואס זי וויל, און דערצו פאר'מַסר'ט זי נאך זיין נאנטסטע פריינט המן. אסתר ווייסט בכלל נישט וויאזוי אחשורוש גייט אויפנעמען אירע רייד, ער איז פונקט אזוי מסוגל צו ווערן יעצט אויפגערעגט אויף איר און זיך אננעמען פאר המן און זיין שלעכטע פלאן. לאמיר נישט פארגעסן אז ער האט שוין א היסטאריע פון הארגענען זיין ווייב ווען ער ווערט אויפגערעגט. דאס זענען געווען די מינוטן פון "כַּאֲשֶׁר אָבַדְתִּי אָבָדְתִּי" פשוטו כמשמעו.
דערווייל שטעלט זיך אחשורוש אויף פון פלאץ אָן ארויסרעדן קיין ווארט פון מויל, און קיינער ווייסט נישט וואס שפילט זיך אפ אין זיין הארץ, וואס גייט זיין די נעקסטע שריט זיינע? וויאזוי גייט ער רעאגירן? פאר וועמען גייט ער זיך אננעמען?.
עס איז נישט מעגליך זיך פאָרצושטעלן די הרגשים פון אסתר המלכה אין יענע רגעים. זי האט שוין געטוהן אלעס וואס מעגליך. זי האט שוין געמאכט השתדלות, זי האט זיך מוסר נפש געווען, זי האט מקריב געווען איר לעבן, זי האט שוין ארויסעגלייגט אלע קארטלעך אויפן טיש ווי מען רופט עס אויף אונזער שפראך, און מער פון דעם קען מען שוין נישט טוהן. ס'איז כָּלוּ כָּל הַקִצִין, ס'איז עק וועלט און מ'קען שוין נישט גיין ווייטער פון דא. און יעצט איז אחשורוש ארויסגעגאנגען און איר געלאזט דארט ווארטן אליינס מיט המן, און איין באשעפער ווייסט וואס ער גייט טוהן ווען ער קומט צוריק.
דוקא חרבונה קומט צו גיין און גענוי אין די ריכטיגע מינוט
אבער ווי מיר ווייסן די המשך המעשה, חז"ל דערציילן אז אינדרויסן האט אחשורוש באגעגנט מלאכים וואס זענען געווען פארשטעלט ווי מענטשן וואס רייסן אויס זיינע ביימער אינעם גארטן, און אחשורוש פרעגט זיי וואס זיי טוען דא, האבן זיי געענטפערט אז המן האט זיי געשיקט. אחשורוש ווערט נאך מער אויפגערעגט און ער קומט צוריק אריין אינעווייניג...
און אין יענע רגע קומט צו גיין חרבונה! ער איז געווען דער שליח מן השמים אין די ריכטיגע סעקונדע ווען עס האט נאך געברענט די כעס אין אחשורוש, און ער דערציילט פארן קעניג אז די תליה איז גרייט.
מער פון דעם האט נישט אויסגעפעלט, און אחשורוש כאפט זיך צו צו זיינע ווערטער און ער הייסט הענגן המן אויפן בוים, און ס'איז ליהודים היתה אורה.
נאך מער פון דעם; דוקא דער חרבונה וואס ביז אהין איז געווען א רשע און איז געווען א חלק פון המן'ס עצה, ווען עס קומט די רגע פון די גאולה וישועה, וועט די גרעסטע 'רַע' און חושך נתהפך ווערן לטובה, און די צרה זעלבסט וועט ווערן איבערגעדרייט אויף א ישועה אויף א אופן וואס מ'קען זיך אפילו נישט פאָרשטעלן.
אט דער חרבונה דארף זיין אונזער מוסר השכל לדורות פונעם נס פורים. חרבונה סימבאליזירט די ישועת השם כהרף עין, טאקע דעמאלטס ווען ס'איז שוין נישט דא קיין שום וועג ארויס, ווען עס איז די שפיץ חשכות און צרה און מ'זעהט נישט קיין עק, דעמאלטס שיקט דער רבוש"ע זיינע שלוחים און די ישועה קומט צו גיין אויף אזא אומגעראכטענעם וועג.
חרבונה איז געקומען צו גיין ביים קלימאקס, ביים שפיץ פון די מעשה, ווען אלעס האט שוין אויסגעזעהן לאחר ייאוש, ווען אסתר המלכה האט שוין אויסגענוצט אלע השתדלות, און מער קען מען שוין נישט טוהן צו בעאיינפלוסן אחשורוש. און פונקט ער, דער רשע, האט זיך אויסגעדרייט דעם רוקן אויף זיין חבר המן און געהאלפן אסתר.
דאס דארפן מיר געדענקן בכל דור ודור ובכל זמן ועת, דער אייבישטער האט זיך זיינע חרבונה'ס וואס וועלן קומען צו גיין אין די ריכטיגע מינוט ווען מען דארף.
די מלאכי השרת וואס האבן געהאקט די ביימער אינדרויסן, און אליהו הנביא וואס האט זיך פארשטעלט ווי חרבונה, זיי זענען געווען די שלוחים צו ברענגן די ישועה. און דעריבער נאך אלע ארור'ס און ברוך'ס וואס מיר דערמאנען אין שושנת יעקב, קומט מען צו צום הויכפונקט און מ'רופט אויס "וְגַם חַרְבוֹנָה זָכוּר לַטּוֹב", א ספעציעלע חשוב'ע און וויכטיגע הוספה וואס 'דערמאנט' אונז טאקע, זָכוּר לַטּוֹב, אין אלע דורות אז די ישועה קען קומען צו גיין אפילו ווען מיר ווייסן נישט און פארשטייען נישט וויאזוי.
בדרך רמז קען מען זאגן אז דאס איז טאקע מרומז אינעם ווארט "וְגַם" חַרְבוֹנָה זָכוּר לַטוֹב, א איד דארף וויסן אז דאס וואס מיר זעהן מיט אונזערע פליישיגע אויגן, דאס איז נאכנישט אלעס. מיר האלטן נישט מיט און מיר ווייסן נישט וויפיל מלאכים ווערן געשיקט פון הימל אונז צו העלפן, מיר ווייסן נישט 'וואס נאך' עס שפילט זיך אפ באהאלטנערהייט, און וואס דער אייבישטער טוט 'אויך' פאר אונז בשעת מיר האבן נישט די מינדנסטע השגה דערוועגן. ווי באקאנט איז דאָך מגילת אסתר א לשון פון הסתר, טאקע ווייל די נס איז געשען באהאלטנערהייט, בתוך הטבע, אָנדעם וואס איינער זאל מיטהאלטן די אלע הימלישע חלקים און די געוואלדיגע ישועות ונפלאות וואס השי"ת האט געטוהן פאר אונז. און דאס אלעס דערמאנט אונז חרבונה מיט זיינע געציילטע ווערטער אין די לעצטע מינוט.
ליהודים היתה אורה - אלעס איז לעכטיג!
אין ספה"ק ישמח ישראל שטייט אויף די ווערטער וואס חכמינו ז"ל זאגן (מגילה ז:) "סעודת פורים שעשאה בלילה לא יצא ידי חובתו, שנאמר לעשות אותם ימי משתה", וואס באדייט אז די סעודת פורים דארף געפראוועט ווערן דוקא בייטאג (פונעם לשון 'ימי' משתה) און נישט ביינאכט, און אויב מ'מאכט די סעודה ביינאכט האט מען נישט יוצא געווען. טייטשט דער ישמח ישראל, א איד וואס רעכט אפ א פורים, און ער מיינט עס איז נאך פארהאן אזא זאך ווי 'לילה' עס דאַכט זיך איהם אז עס איז דא חשכות און טונקלקייט, זאל ער וויסן אז "לא יצא ידי חובתו" איז ער נאכנישט אינגאנצן ארויסגעקראכן פון זיין שלעכטס, ער דארף נאך תשובה טוהן. ווייל די תכלית פון פורים איז צו לערנען פאר א איד אז עס איז אינגאנצן נישט דא קיין מציאות פון לילה! נאר וואס דער אייבישטער טוט איז גוט, אלעס איז מיט א פונקטליכע פלאן און א פונקטליכע חשבון פארוואס עס דארף אזוי געשען, און צום סוף קומט די ישועה און מען ווערט געוואר ווי פון די ערשטע רגע אָן איז אלעס געווען לטובה. און דאס מיינט טאקע "ליהודים היתה אורה" די אידן האבן דעמאלטס זוכה געווען צו פארשטיין און אנערקענען אז אלעס איז לעכטיג, אפילו די שווערע צייטן, די ימי חושך ואפילה ווען מ'האט געמיינט אז ס'איז ביטער, איז צום סוף נתברר געווארן אז ס'איז באמת געווען לעכטיג און מיט א קלארע פלאן פון אויבן אז די אידן זאלן נתעורר ווערן צו תשובה מאהבה.
ווי מיר האבן אנגעהויבן, און אזוי שטייט אין ספה"ק קדושת לוי באריכות, אז ווען אידן ליינען די מגילה און פורים, ערוועקט זיך אין הימל נאָכאַמאָל די נסים און נפלאות וואס זענען געשען בימים ההם בזמן הזה און זיי ווערן באנייט פון דאסניי צו העלפן די אידישע קינדער אויך היינטיגע צייטן. און דאס איז פשט וואס חז"ל זאגן "הקורא את המגילה למפרע לא יצא" מ'טאָר נישט ליינען די מגילה אויף צוריק צו וועגס, און טראכטן אז די אלע נסים זענען נאר געשען 'למפרע' אמאָליגע צייטן און נישט היינט, נאר פארקערט די נס פורים גייט נאך יעצט אהן היינטיגע צייטן אויך.
דעריבער דארפן מיר טאקע מיטנעמען דעם 'חַרְבוֹנָה זָכוּר לַטּוֹב' וואס ווערט כסדר נתעורר אין יעדן דור, די אמונה און ידיעה אז ווען א איד טוט וואס ער קען העלפט איהם דער אייבישטער, אפילו ווען מען ווייסט נישט וויאזוי און מ'זעהט נישט די ישועה פאר די אויגן, אין הימל האט מען אלעמאל א פלאן, ביי יעדע צרה, אין יעדן גלות, און אין יעדע מצב, דער 'חרבונה' שטייט גרייט צו קומען אין די ריכטיגע מינוט אויסצופירן זיין שליחות און העלפן דעם איד.
לסיכום געדענק:
• זיך דערווייטערן פון די מידה פון המן "וכל זה איננו שוה לי" ווען מ'איז נישט צופרידן בלויז צוליב א קלייניגקייט אדער איין זאך וואס מ'האט נישט.
• געדענקן די ישועת ה' כהרף עין און זיינע באהאלטענע שלוחים. ווען עס קומט די רגע פון די ישועה וועט די גרעסטע רַע און חושך נתהפך ווערן לטובה, דער רשע חרבונה אליינס וועט קומען און זיין א טייל פון די הצלה.
א לעכטיגע שבת קודש און א פרייליכן פורים!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
פורים - ווען עס קומען די שווערסטע מינוטן...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
Re: פורים - ווען עס קומען די שווערסטע מינוטן...
פורים - ווען עס קומען די שוערסטע מינוטן
https://torahanytime.com/lectures/289551
פרינט ארויס לכבוד שבת - PDF
https://www.ladaat.info/showgil.aspx?pa ... 23&gil=172
א לעכטיגע שבת און פרייליכע פורים!
https://torahanytime.com/lectures/289551
פרינט ארויס לכבוד שבת - PDF
https://www.ladaat.info/showgil.aspx?pa ... 23&gil=172
א לעכטיגע שבת און פרייליכע פורים!