בלאט 1 פון 2

connectify וויי פיי און מאדעם/ראוטערס הילף

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:02 am
דורך [NAMELESS]
איך האב געהעריגע אינטערנעט צו מיין קאמפיטטער , און איך ניץ קאנעקטיפיי אז מיין קאמפיוטער זאל ווערן א האט ספאט און אלע מיינע אנדערע כלים זאלן באקומען אינטערנעט. אבער קאנעקטיפיי ארבייט נישט זייער גוט, און לעשט זיך אסאך מאל אויס און איך קען עס נישט צוריק אנצינדן.
למשל די לעצטע צוויי חדשים בערך האט עס פיין געארבייט אין איין צי, אבער נעכטן האט זיך עס פלוצלינג אויסגעלאשן, און אפילו איך גיי צו די פראגרעם און איך לעש עס אויס און צינד עס אהן כאפן נאך מיינע כלים ווייטער נישט אויף די קאנעקטיפיי האט ספאט.
איינער ווייסט וואס איך קען טוהן??

א ריזיגע יישר כח פון פראנויס!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:16 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר דאך??

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:38 pm
דורך יידל
דאונלאוד די סאפטוועיר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:57 pm
דורך משה רוקח
פארוואס קויפסטו נישט ענדערש א ווייערלעס ראוטער?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:27 am
דורך געפילטע פיש
וואס איז געשען אין די לעצטע פאר טעג? האסט געמאכט ווינדאוס אפדעיטס? אינדטאלירט א נייע פראגראם, אנטי-וויירוס, אדער פייער-וואל?
און משה רוקח פרעגט אויך גוט, אויב באקומסטו קעיבעל אדער DSL צום קאמפיוטער, קויף דיר א ווייערלעס ראוטער און פטור אן עסק.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:58 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב געטוהן ווי יידל האט געזאגט. נאכאמאל איבערגע'דאונלאדעט די פראגרעם און ס'ארבייט יעצט פיין.
איך וואלט געקויפט א ווייערלעס ראוטער. זאגטסט מיר נאר טייערע אידען וועלכע און וואס און ווי אזוי מ'אינסטאלט אזא זאך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 8:24 pm
דורך נאך א פשט
פאר איינער וואס פארשטייט נישט צופיל וואלט איך רעקאמענדירט די BELKIN ראוטער. עס האט די גרינגסטע סעטאפ.
אויב פארשטייט איר יא אביסל וואלט איך אייך ג'עצה'ט צו קויפן די ראוטער. דאס איז די בעסטע ראוטער פאר הואמ יוסערס.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:26 pm
דורך געפילטע פיש
נאך א פשט האט געשריבן:אויב פארשטייט איר יא אביסל וואלט איך אייך ג'עצה'ט צו קויפן די ראוטער. דאס איז די בעסטע ראוטער פאר הואמ יוסערס.

פארוואס נישט די wrt120n?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:43 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע - איז עס בעסער פון די צוויי וואס נאך א פשט זאגט?? (איך זעה אויך אז ס'ביליגער)
וועל איך אמאצעץ עס קענען אויפסעטען??

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 3:06 pm
דורך געפילטע פיש
ס'איז א נייערע מאדעל פון די WRT ליין, ס'קלענער, שענער, און ס'האט אויך N, נישט נאר G. אבער אז נאך א פשט זאגט אז דאס איז די בעסטע ראוטער, אפשר ווייסט ער עפעס וואס איך ווייס נישט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 2:56 pm
דורך נאך א פשט
די WRT54GL איז tried and true, מענטשען האבן דאס פאר יארען לאנג אהן קיין שום אישוס. אויב וויל מען אמאהל אויפסעטן א VPN, SSH וכדומה קען מען אויף דעם אינסטאלען DD-WRTDD-WRT אדער TOMATO.
אמת עס איז נאר G און נישט N, אבער פאר א פשוטע מענטש מיט א קליין דירה'לע כאפט עס איז נישט קיין גרויסע נפק"מ.

די wrt120n איז אויך פיין, נאר ווי געזאגט די WRT54GL האלט זיך פאר יארן לאנג אהן קיין אישוס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 3:02 pm
דורך [NAMELESS]
אוי וויי טאטע
וואס איז N און וואס איז G, און וואס איז די אנדערע סעט'ס מיט מאדנע אלפעבעטס??

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:03 am
דורך שמעקעדיג
ווי שפעטער אריין אינעם ABC, אלס נייער איז עס, און ווייטער כאפט עס.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:24 am
דורך [NAMELESS]
אקעי
הלכה למעשה. געפילטע פיש'ס ראוטער געפעלט מיר. הע, ס'די ביליגסטע....
איך האב קעיבעל. איך גיי קענען אליין אינסטאלען די נייע ראוטער?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:50 am
דורך שמעקעדיג
לכאורה יא, אויב ביסטו נישט ממש אן אנאלפאבעט.
נעם די אינסטרוקציעס און פאלג נאך די עטליכע גרינגע אנווייזונגען.
(וואס איינצופלאגן וואו, אינסטולירן סאפטווער, וכדומה)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:06 am
דורך [NAMELESS]
ווי דארף זיין סאפטוועיר? וואס האט די ראוטער מיט מיין קאמפיאטער?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:33 pm
דורך נאך א פשט
ראשעקאל האט געשריבן:ווי דארף זיין סאפטוועיר? וואס האט די ראוטער מיט מיין קאמפיאטער?


קוקט מיר אויס אז פאר דיר איז די Belkin-Wireless-Play-Router די בעסטע אפשען. עס קומט שוין מער ווייניגער אויפגעסעט מיט א סטיקער וואס אויף דעם שטייט די נאמן (פון די ווייערלעס נעטווארק) און די פעסווארד.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:40 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:
נאך א פשט האט געשריבן:אויב פארשטייט איר יא אביסל וואלט איך אייך ג'עצה'ט צו קויפן די ראוטער. דאס איז די בעסטע ראוטער פאר הואמ יוסערס.

פארוואס נישט די wrt120n?

איז דא נאך אחילוק חוץ אס׳ריפערבישד?
http://www.amazon.com/gp/product/B002WW ... BWN1Q1U6E6

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:23 am
דורך נאך א פשט
ראשעקאל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
נאך א פשט האט געשריבן:אויב פארשטייט איר יא אביסל וואלט איך אייך ג'עצה'ט צו קויפן די ראוטער. דאס איז די בעסטע ראוטער פאר הואמ יוסערס.

פארוואס נישט די wrt120n?

איז דא נאך אחילוק חוץ אס׳ריפערבישד?
http://www.amazon.com/gp/product/B002WW ... BWN1Q1U6E6


ניין, עס איז די זעלבע זאך.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:54 am
דורך געפילטע פיש
ס'האט נאר א דריי חדשים'דיגע ווארענטי.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:34 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:
נאך א פשט האט געשריבן:אויב פארשטייט איר יא אביסל וואלט איך אייך ג'עצה'ט צו קויפן די ראוטער. דאס איז די בעסטע ראוטער פאר הואמ יוסערס.

פארוואס נישט די wrt120n?

אקעי חברה!!!
איך האב געקויפט די מאדעם וואס געפילטע האט רעקאמענדעד (נאר א ריפערביש'ד מאדעל פאר 20 דאלער) און ס'איז אנגעקומען יו"ט. יעצט האב איך עס אינסטאלד, און ס'ארבייט א מחיה!!
טענק יו עוועריוואן!!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 11:06 am
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:אקעי חברה!!!
איך האב געקויפט די מאדעם וואס געפילטע האט רעקאמענדעד (נאר א ריפערביש'ד מאדעל פאר 20 דאלער) און ס'איז אנגעקומען יו"ט. יעצט האב איך עס אינסטאלד, און ס'ארבייט א מחיה!!
טענק יו עוועריוואן!!

ס'האט גע'ארבייט א מחיה..... ביז היינט...
מיין אייפעד וויל זיך מער נישט קאנעקטן צו עס. עס קימט ארויף די פאלגענדע מעסזש.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 11:11 am
דורך געפילטע פיש
פראביר ריסטארטען די ראוטער.