זיך צוהאַלטן צו קאווע שטיבל'ס טראדיציע האבן מיר איבערגעטייטשט די 'סוועי' רעוויזשען פון די באקאנטע 'קיהְן סעֶרא' פיוט אין צו אידיש. ארגינעל פארפאסט דורך מעקסיקאנע קאמפאזערס לואיס דעמיטריאו און פּאַבּלאָ בּעלטראַן רואיז אין 1953, זענען שפעטער אויף דער ניגון ארויפגעלייגט געווארן גענצליך נייע ליריקס (סוועי) דורך קאנעדישער זינגער און ניגונשרייבער נאָרמאן גימבּל.
איך האב געהערט א רענדישען דערפון געזונגען ביי סאושעל מידיא זינגערין סאפיא ראָד, ונשא חן באוזני, און באזירט אויף דעם האב איך איבערגעטייטשט דעם ניגון (אדער מער גענוי ביי Oscense, Cuish & Sofia Rød Remix). הגם כדי זיך צוהאלטן צו די אסטעטיקס פון גראם האב איך געציילטע ווערטער געטוישט אדער געדראָפּט.
העיר ווי גאו:
ווען מאַרימבּאַ ריטמען הויבן אָהן שפיהלן
טאַנץ מיט מיר, טוה מיר וויגן
ווי די פוילע ים די ברעגעס לעהר
האלט מיר נאנט, וויג מיר מער
ווי א בלום ס'בויגט זיך אין דאס ווינט
סוועֶי מיט מיר, שווענק זיך גרינג
ווען מיר טאנצן, האסט א וועג מיט מיר
פארברענג מיט מיר,
שוועֶנק מיט מיר
אנדערע טאנצער ס'מעג זיין אויפ'ן פלאהר
אבער מיין אויגן, ס'וועלן זעהן דיר נאָר
נאָר דו האסט עס דער מאַגיש טעכניק
ווען דו וויגסט איך גיי מִיק
איך קען הערן די קלאנגען פון פידל
איידער פיהל, ס'הויבט אהן שפיהלן
מאך מיר געשפּאַנט ווי גוט נאר דו קענסט
וויג געשמירט, וויג מיר יעצט
אנדערע טאנצער ס'קען זיין אויפ'ן פלאָהר
אבער מיין אויגן, ס'וועלן זעהן דיר נאָר
נאר דו האסט עס דער מאַגיש טעכניק
ווען דו וויגסט איך גיי מיק
קיהְן סעֶרא על קע מע קוועֶרעֶ אַ מִי
קיהְן סעֶראַ, קיהְן סעֶראַ
קיהְן סעֶרא על קע מע דע סוּ אַמוּר
קיהְן סעֶראַ, קיהְן סעֶראַ
איך קען הערן די קול פון פידל
איידער פיהל, ס'הויבט אהן שפּיהלן
מאך מיר געשפּאַנט ווי גוט נאָר דו קענסט
וויג געשמירט, וויג מיר יעצט
אה, ווער וועט עס זיין דער וואס ליבּט מיר
ווער וועט זיין, ווער וועט זיין
ווער וועט זיין עס דער וואס גיבט מיר ליבּע
ווער וועט זיין, ווער וועט זיין
קיהְן סעֶראַ - סוועֶי - ווער וועט מיך ליבע גיבן?
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
קיהְן סעֶראַ - סוועֶי - ווער וועט מיך ליבע גיבן?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.