בלאט 1 פון 2

באריכט: פארענצ'עס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 10:31 am
דורך אברהם שנית מן השמים
ס'דרייט זיך א באריכט אז אין עפעס א חסידי'שע חצר אין ירושלים זענען פארענ'צעס געפאלן, ס'איז דא פארוואונדעטע.
ווייסט איינער עפעס מער?

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 10:47 am
דורך [NAMELESS]
אמשינוב

זאל מען הערן גוטע בשורות

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 10:49 am
דורך [NAMELESS]
לויט די באריכט איז נישט פארהאן קיין פצועים ב''ה די טיש איז ממשיך

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 11:33 am
דורך חב''ד הויזן
פאפא אין וויליאמסבורג איז אויך געפאלן פארענטשעס פורים. בין איך נייגעריג צו ס'איז דא עפעס א פלאן דא.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 11:34 am
דורך סקעפטיקער
די פלאן איז אז תורה מגינא ומצלא און אלעס איז סייווי אנגעשריבן פון אויבן

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:24 pm
דורך היימלינד
די פלאן איז צו סטאפען די גרויסע קאמפעניס און יעדע רבי, רב, משפיע, ראש ישיבה & וואטעווער זאל האבן מקסימום 200 מענטשען וועמען ער איז מדריך ברוחניות ובגשמיות.

אנדרעש איז ער נאר א CEO פון א גרויסע קאמפעני, רבי & חסידות מיינט עפעס און די עפעס איז נישט א קאמפעני אדער א ברענד.

ס'איז נישט מעגליך פאר די "גרויסע" רבי'ס צו זיין א "רבי" פאר יעדע אינדווידיאל, מקסימום זעהט ער איהם אפאר מאל א יאר מיט א שנעלע קוויטעל - פארדעם קען ער גיין צו עני צדיק....

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:46 pm
דורך היום
היימלינד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:24 pm די פלאן איז צו סטאפען די גרויסע קאמפעניס און יעדע רבי, רב, משפיע, ראש ישיבה & וואטעווער זאל האבן מקסימום 200 מענטשען וועמען ער איז מדריך ברוחניות ובגשמיות.

אנדרעש איז ער נאר א CEO פון א גרויסע קאמפעני, רבי & חסידות מיינט עפעס און די עפעס איז נישט א קאמפעני אדער א ברענד.

ס'איז נישט מעגליך פאר די "גרויסע" רבי'ס צו זיין א "רבי" פאר יעדע אינדווידיאל, מקסימום זעהט ער איהם אפאר מאל א יאר מיט א שנעלע קוויטעל - פארדעם קען ער גיין צו עני צדיק....
Wow wow wow
ביסטו ארויף געפארן אויף א צווייטע הייוואוי דא…
עפעס אזא קריעטיוו איידיע צו סאלווען כלל ישראל׳ס פראבלעמען…

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:26 pm
דורך אברהם שנית מן השמים
איך האב אמהאל געהערט אז עפעס א גדול האט געזאגט אז אמאל איז א רבי געווען א נשמה זאך האט יעדע רבי געקענט האבן טויזנטער חסידים אפילו זיי האבן נאר געזען דעם רבין איינס אדער צוויי מאהל און לעבן אבער היינט אעז א רבי א דאקטער / טערעפיסט איינער קען נישט האבן צופיל פאציענטן

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:39 pm
דורך טאמבל סאס
די פלאן איז אז יעדער זאל זיך גוט אהנכאפן די הויזן אז אויב ער פאלט פון די מדריגות זאלן כאטש די הויזן בלייבן אויפן פלאץ.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:49 pm
דורך מרדכי מרדכי
היימלינד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:24 pm די פלאן איז צו סטאפען די גרויסע קאמפעניס און יעדע רבי, רב, משפיע, ראש ישיבה & וואטעווער זאל האבן מקסימום 200 מענטשען וועמען ער איז מדריך ברוחניות ובגשמיות.

אנדרעש איז ער נאר א CEO פון א גרויסע קאמפעני, רבי & חסידות מיינט עפעס און די עפעס איז נישט א קאמפעני אדער א ברענד.

ס'איז נישט מעגליך פאר די "גרויסע" רבי'ס צו זיין א "רבי" פאר יעדע אינדווידיאל, מקסימום זעהט ער איהם אפאר מאל א יאר מיט א שנעלע קוויטעל - פארדעם קען ער גיין צו עני צדיק....
קען נישט זיין.
מיר ווייסן דאך אז יעדער איינער ווערט געבוירן דארט ווי זיין שורש נשמה געהערט, אויסער די פאר וואס ווערן מתקרב צום דרך החסידות.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:53 pm
דורך היימלינד
אברהם שנית מן השמים האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:26 pm איך האב אמהאל געהערט אז עפעס א גדול האט געזאגט אז אמאל איז א רבי געווען א נשמה זאך האט יעדע רבי געקענט האבן טויזנטער חסידים אפילו זיי האבן נאר געזען דעם רבין איינס אדער צוויי מאהל און לעבן אבער היינט אעז א רבי א דאקטער / טערעפיסט איינער קען נישט האבן צופיל פאציענטן
א רבי איז נאכאלץ א נשמה זאך, נאר יעדע נשמה - עכ"פ די לעבעדיגע - האט אויך א גוף.


ועוד יש להאריך וועגען אמאל אין היינט, ס'איז נישט אזוי גלאטיג ווי דו לייגסט אראפ, אפשר ווען איך וועל האבען מער צייט

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 5:19 pm
דורך לאכעדיג
איך קען די פאפא פארענטשעס פון די נאנט, ס'קוקט אויס אלט און נאכגעלאזט, איך האב מיר אייביג געוואונדערט פארוואס מען רענאווירט עס נישט.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 5:23 pm
דורך חב''ד הויזן
טאמבל סאס האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:39 pm די פלאן איז אז יעדער זאל זיך גוט אהנכאפן די הויזן אז אויב ער פאלט פון די מדריגות זאלן כאטש די הויזן בלייבן אויפן פלאץ.
אונז וויל מיר דאך נישט די הויזן זאל בלייבן אין פלאץ, איך וויל דאך די הויזן זאל מיטפליען...

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 5:24 pm
דורך לאכעדיג
אברהם שנית מן השמים האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:26 pm איך האב אמהאל געהערט אז עפעס א גדול האט געזאגט אז אמאל איז א רבי געווען א נשמה זאך האט יעדע רבי געקענט האבן טויזנטער חסידים אפילו זיי האבן נאר געזען דעם רבין איינס אדער צוויי מאהל און לעבן אבער היינט אעז א רבי א דאקטער / טערעפיסט איינער קען נישט האבן צופיל פאציענטן
די משנה זאגט שוין עשה לך רב, דאס איז די איינציגסטע וועג צו מצליח זיין מיט א רבי.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 5:30 pm
דורך משה רבקש
חב''ד הויזן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 5:23 pm
טאמבל סאס האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:39 pm די פלאן איז אז יעדער זאל זיך גוט אהנכאפן די הויזן אז אויב ער פאלט פון די מדריגות זאלן כאטש די הויזן בלייבן אויפן פלאץ.
אונז וויל מיר דאך נישט די הויזן זאל בלייבן אין פלאץ, איך וויל דאך די הויזן זאל מיטפליען...
''טאמבל'' סאס מיט חב''ד ''הויזן'' אין א קאנווערסעישן לשמה.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
חב''ד הויזן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 11:33 am פאפא אין וויליאמסבורג איז אויך געפאלן פארענטשעס פורים. בין איך נייגעריג צו ס'איז דא עפעס א פלאן דא.
ניין: דער עולם איז פשוט געווען שיכור און צעלאזט. די רבי'ס זכות האט (ליידער) נישט געקענט מגין זיין. כמו שכתוב..."צנים, פחים בדרך עיקש"...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה: מיט יארן צוריק איז געווען ביים דעם פורים טיש אין דעם חסידות וואו איך האב געהערט איינער פון די נעגאטיווע (שוואנץ שב'שוואנץ) נטורי חרתא חברה ועלכער האט זיך אנגעשיכור'ט אויף דעם וויין וואס מ'האט געטיילט ביי די סעודה. כטוב ליבו הטמא ביין האט ער גענימען שעלטן און מאכן חוזק און ליצנות פון מיין רבי און זיין גזע. זיינע זיידעס ולמעלה בקודש. אויך פון א גרויס חסידות מיט זייער רבי וועלכער איז א קרוב משפחה מיט מיין רבי. ער איז נאך דערצו געזיצן נאנט צום אויבן אן.

אונזער חסידות צוזאמען מיט'ן רבי'ן שליט"א איז זייער א טאלעראנט חסידות. מ'קען א סאך דערהייבן. מ'ברעכט נישט אן קיין ביינער. מ'ווארפט קיינעם נישט ארויס. נאר די דברי בלע וואס דער רשע האט דארט צוזאמגערעדט איז שוין געווען למעלה ראש.. מיט חירופים וגידופים אויף ערליכע אידן. צדיקים. כדרכם בטומאה. אזוי ווי נאר זיי קענען. זענען דארט געווען 2 יונגעלייט בעלי כח. זיי האבן פרובירט מיט אלע כוחות איהם שטיל צו מאכן. זיי האבן פרובירט אראפצובייגן זיין (טמא'נעם) קאפ אדער פיסק. נאר ס'איז נישט געגאנגען ווייל ס'איז געווען נכנס יין יצא סוד. וואס ס'איז איהם געליגן אויף זיין טמא'נעם נפש האט ער ארויסגעביללן. ביז זיי האבן זיך דערטראכט צו א מיטל איהם אומ-שעדליך צו מאכן. זיי האבן איהם געדריקט (מיט כח) די פינגערס פון ביידע הענט. אחד מזה ואחד מזה. ביז ער האט בעל כורחו פארמאכט זיין טריפה'נעם פיסק.

האב איך איהם געוואלט פרעגן...מילא ווען דו שיכור'סט דיך אן אויף דיין אייגענעם וויין און דו קומסט דא אהער שעלטן קענמען נישט האבן קיין טענות צו דיר דו ביסט דאך פון די בהמות און שונאי ישראל. אבער ווען דו שיכורס'ט דיך אן אויף דעם וויין פון דא און דו קומסט שעלטן דעם בעל אכסניא וואס האט דיך אריינגעלאזט. דאס איז שוין למעלה מכח אנוש.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 10:00 pm
דורך yesiknow
חב''ד הויזן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 5:23 pm
טאמבל סאס האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:39 pm די פלאן איז אז יעדער זאל זיך גוט אהנכאפן די הויזן אז אויב ער פאלט פון די מדריגות זאלן כאטש די הויזן בלייבן אויפן פלאץ.
אונז וויל מיר דאך נישט די הויזן זאל בלייבן אין פלאץ, איך וויל דאך די הויזן זאל מיטפליען...
מען רעדט פון הויזן, אין חב״ד הויזען האט זיך ערוועקט...האסטו נישט געזאגט לעצטענס אז די ן איז א טעות :x

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 12:23 am
דורך berlbalaguleh
אבער פאר א ווערטל איז עס גוט אפילו ס'איז א טעות.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 1:48 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב געזעהן אז אמשינוב האט מוחה געווען ווייל ס'איז געווען א הושענא רבא טיש
פורים דארף נאך קומען....

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 3:40 pm
דורך berlbalaguleh
איך פיהר נישט קיין הימלישע חשבונות. אונז דארפן מיר מתפלל זיי אז קיין שום איד זאל (ח"ו) נישט ליידן פון קיין שום צער ונזק.

נאר ס'געט חומר למחשבה. אז א איד וואס האט מאדנע מנהגים. אזוי ווי למשל דאווענען 4 אזייגער נאכמיטאג שחרית מיט 3 טעג שפעטער. און מעריב פון אייערנעכטן ביים עלות. און די וועלט האלט איהם פאר א הייליגן איד צוליעב דעים. דער זעלבער איד זאל זיך ערלויבן מקטרג צו זיין אויף אנדערע אידן וואס פיהרן זיך לויט אן אנגענימענעם מנהג ישראל. אזוי ווי פיהרן א טיש אום הו"ר. ווייל פאר איהם געפעלט דאס נישט. נו, ער האט א ברירה נישט צו פיהרן א טיש. אויך ווען זאל ער פיהרן דעם הו"ר טיש? אום שמו"ע אדער שמחת תורה. מסתמא טאנצט ער אויך הקפות אום אסרו חג. אזא איד וואלט געדארפט צו פארשטיין אז די וועלט טאלערירט זיינע מאדנע אויפפיהרעכצער זאל זיך אליינס באטראכטן. ואיתו הסליחה. וכבוד מעלת קדושתו במקומה עומדת.

ניין: איך בין נישט קיין אמשינוב'ער חסיד.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 9:38 am
דורך טאמבל סאס
חב''ד הויזן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 5:23 pm
טאמבל סאס האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:39 pm די פלאן איז אז יעדער זאל זיך גוט אהנכאפן די הויזן אז אויב ער פאלט פון די מדריגות זאלן כאטש די הויזן בלייבן אויפן פלאץ.
אונז וויל מיר דאך נישט די הויזן זאל בלייבן אין פלאץ, איך וויל דאך די הויזן זאל מיטפליען...
כאטש פון די גמ' אין יבמות פון אדם שנפל מן הגג ונתקע ביבמתו איז יא משמע אז ס'איז דא אמאל וואס מ'וויל די הויזן זאלן נישט מיטקומען. אפשר כדי להגדיל וכולע..

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 3:18 pm
דורך נאך א שמויגער
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 3:40 pm איך פיהר נישט קיין הימלישע חשבונות. אונז דארפן מיר מתפלל זיי אז קיין שום איד זאל (ח"ו) נישט ליידן פון קיין שום צער ונזק.

נאר ס'געט חומר למחשבה. אז א איד וואס האט מאדנע מנהגים. אזוי ווי למשל דאווענען 4 אזייגער נאכמיטאג שחרית מיט 3 טעג שפעטער. און מעריב פון אייערנעכטן ביים עלות. און די וועלט האלט איהם פאר א הייליגן איד צוליעב דעים. דער זעלבער איד זאל זיך ערלויבן מקטרג צו זיין אויף אנדערע אידן וואס פיהרן זיך לויט אן אנגענימענעם מנהג ישראל. אזוי ווי פיהרן א טיש אום הו"ר. ווייל פאר איהם געפעלט דאס נישט. נו, ער האט א ברירה נישט צו פיהרן א טיש. אויך ווען זאל ער פיהרן דעם הו"ר טיש? אום שמו"ע אדער שמחת תורה. מסתמא טאנצט ער אויך הקפות אום אסרו חג. אזא איד וואלט געדארפט צו פארשטיין אז די וועלט טאלערירט זיינע מאדנע אויפפיהרעכצער זאל זיך אליינס באטראכטן. ואיתו הסליחה. וכבוד מעלת קדושתו במקומה עומדת.

ניין: איך בין נישט קיין אמשינוב'ער חסיד.
שקר וכזב. מיט יארען צוריק האבען גרויסע אידן געהאט טענות אויף אים. מטעם בד״ץ העדה החרדית איז אראפגעגאנגען קוקען אויף זיין עבודה הרה״ג ר׳ מאיר בראנדסדארפער. ער איז ארויס מלא התפעלות און איז געווארען א שטיקל חסיד פון אים. נישט צוליב דעם נאר טראץ דעם.

בכלל, ער זוכט נישט צו פארשפעטען גארנישט, נאר ער קען נישט דאווענען מנחה פאר ער ענדיגט שחרית.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 3:32 pm
דורך berlbalaguleh
זיי נישט ברויגז: דו האסט נישט געענטפערט צום ענין.

אויך. דיינע ווערטער טוען מחזק זיין וואס איך האב געזאגט. ער קען זיין א קדוש וטהור. איך פרוביר מיך צו האלטן צו די נארמאלע זמנים וואס די גמ' און שו"ע האבן פארגעשריבן. אזוי פיהרט זיך רוב פון די וועלט. א איד טוט אנדערש. געזינטערהייט. נאר איך בין נישט מחוייב מיט-צו-טאנצן.

ס'זענען דא א סאך אידן עובדי ה' וועלכע פרובין יא זיך צו האלטן צו די נארמאלע זמנים פון די גמ' און שו"ע.