בלאט 1 פון 3
פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 7:03 pm
דורך אפטימיסטיש
אצינד קומט אריין די נייעס איבער א פרישע רינגעלע אין דעם קייט פון היימישע אידישע אונטערהאלטונג, דאסמאל אין פארעם פון א גראנדיעזע חול המועד פארשטעלונג מיט'ן נאמען "עקיבא" צוזאמגעשטעלט דורך 'מענדל וואגשאהל', און אנטשפרעכט צו זיין א דראמאטישע פארשטעלונג דורך ערפארענע קאריערע אקטיארן א שטייגער ווי ארי' אבראמאוויטש, חיים ברוין, איצי ציג, און נאך
עס וועלן פארקומען 4 שפילן דעם קומענ'דיגן חול המועד פסח תשפ"ד: 2 שפילן אום דאנערשטאג, 1 פרייטאג, איין זונטאג.
די ביליגסטע טיקעט פארקויפט זיך פאר א נישטיגע $95 (!), ארויף ביז $200
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 7:09 pm
דורך אפטימיסטיש
פאלגענד איז א מאפע פונעם זאל אויסשטעל און טיקעט פרייזן
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 8:41 pm
דורך פון אונזערע
כ'האפ סאיז נישט די מעשה פון רבי עקיבא ביי די פערציג יאר...
אינטערסאנטע נאמען אבער די חבריא זענען פיינע חברה מ'דארף זיך נישט זארגן...
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 8:51 pm
דורך לאכעדיג
אונטערן לאזט נישט זייערע עקטערס עקטען ביי אנדערע פראדאקשענס. זיי האלטן אז דאס איז פון זייערע סוקסעסען.
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 9:00 pm
דורך מילך טראק
עפעס מיט עקיבא שטיסל ?
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 9:52 pm
דורך צקון לחש
מילך טראק האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 9:00 pm
עפעס מיט עקיבא שטיסל ?

געב נאר א קוק וויאזוי דער קערעקטער אויפ'ן פאוסטער האלט זיין הוט...
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 10:49 pm
דורך אויפריכטיג
דאכט זיך אז דער פראדעצירער וואגשאל האט שייכות מיטן וואגשאל פון זוסמאן.
קען איינער קאנפעמירן?
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 12:11 am
דורך לאכעדיג
אויפריכטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 10:49 pm
דאכט זיך אז דער פראדעצירער וואגשאל האט שייכות מיטן וואגשאל פון זוסמאן.
קען איינער קאנפעמירן?
יא. זיי גייען יעצט די ערשטע מאהל מאכן א שפיל אויף אידיש.
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:31 am
דורך טאמבל סאס
וואגשאל פון זוסמאן?
איז ער דער וואגשאהל פון די לייען מאטריאל? אידישע איבערגעטייטשטע נאוועלס? דער שטערן? וואגשאל גמרות? ווער איז דאס, קען איינער פליז אריינקומען מיט א קלארע פראפייל?
אויך, פארוואס איז נישטא קיין טרעילאר?
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:43 am
דורך אויפריכטיג
ער איז וואגשאל פון דער זמן.
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 1:09 pm
דורך הערשער
טאמבל סאס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 7:31 am
וואגשאל פון זוסמאן?
איז ער דער וואגשאהל פון די לייען מאטריאל? אידישע איבערגעטייטשטע נאוועלס? דער שטערן? וואגשאל גמרות? ווער איז דאס, קען איינער פליז אריינקומען מיט א קלארע פראפייל?
אויך, פארוואס איז נישטא קיין טרעילאר?
אידישע איבערגעטייטשטע נאוועלס.
פען נאמען יעקב מנחם הירשסאן.
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 1:22 pm
דורך שפילער
טאמבל סאס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 7:31 am
וואגשאל פון זוסמאן?
איז ער דער וואגשאהל פון די לייען מאטריאל? אידישע איבערגעטייטשטע נאוועלס? דער שטערן? וואגשאל גמרות? ווער איז דאס, קען איינער פליז אריינקומען מיט א קלארע פראפייל?
אויך, פארוואס איז נישטא קיין טרעילאר?
ער האט געשריבן דאס ביכל דער יודישער שפיאן און דערנאך געמאכט א שפיל אויף דעם מעשה "זוסמאן"
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 1:35 pm
דורך אפטימיסטיש
טאמבל סאס האט געשריבן: ↑
פארוואס איז נישטא קיין טרעילאר?
אט איז די טרעילאר
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 1:38 pm
דורך אפטימיסטיש
אט איז די BEHIND THE SCENES פונעם טרעילער
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 2:36 pm
דורך טאמבל סאס
ס'זעהט אויס גוטע נייעס!
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 3:26 pm
דורך אפטימיסטיש
אט איז א
לינק צו א WhatsApp chat איבער אלץ ארום דעם שפיל
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 3:58 pm
דורך אפטימיסטיש
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 4:27 pm
דורך בשמחה
כ'ווייס נישט ווי עס צו לייגען...
אבער ס'קומט ארויס א פרישע ענגלישע מאווי דעם חול המוען פון א גענצליך נייע קאמפאני!
ב''ה די אידישע אינטערטעינמעט גייט מעלה מעלה...
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:55 pm
דורך אויפריכטיג
שוין יארן וואס כ’פרוביר צו דערגרינטעווען ווער שטייט אונטערן נאמען יעקב מנחם הירשסאן שרייבער פון דאס קינד אין געריכט, דער רינג און געראנגל, און צום לעצט דער עפיק-פון די בעסטע נאוועלס אויפן אידישן שפראך ’’דער אידישער שפיאן’’ און נאכן טאקע ציען א שטריך צוליב די ענדליכקייט פון זוסמאן. ווער איך געוואר אז ס’איז דער מאלטי-טאלאנטפולער וואגשאל.. א קליינער וועלט..
אינטערסאנט פ’’וו ער האט באשלאסן צו נעמען דאס מאל אידישע אקטיארן און נישט אלגעמיינע פראפעסעניאלע עקטארס ווי ביי די זוסמאן שפיל..? מן הסתם כדי צו מאכן מער היימיש ווייל ביי זוסמאן איז געווען א דורכפאל מיט די קליינע מאס באטייליגטע כידוע..
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:56 pm
דורך אפטימיסטיש
אויפריכטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 7:55 pm
אינטערסאנט פ’’וו ער האט באשלאסן צו נעמען דאס מאל אידישע אקטיארן און נישט אלגעמיינע פראפעסעניאלע עקטארס ווי ביי די זוסמאן שפיל..?
פשוט ווייל די אלגעמיינע אקטיארן קענען נישט קיין אידיש

Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:00 pm
דורך קהל'ס נער
אויפריכטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 7:55 pm
שוין יארן וואס כ’פרוביר צו דערגרינטעווען ווער שטייט אונטערן נאמען יעקב מנחם הירשסאן שרייבער פון דאס קינד אין געריכט, דער רינג און געראנגל, און צום לעצט דער עפיק-פון די בעסטע נאוועלס אויפן אידישן שפראך ’’דער אידישער שפיאן’’ און נאכן טאקע ציען א שטריך צוליב די ענדליכקייט פון זוסמאן. ווער איך געוואר אז ס’איז דער מאלטי-טאלאנטפולער וואגשאל.. א קליינער וועלט..
אינטערסאנט פ’’וו ער האט באשלאסן צו נעמען דאס מאל אידישע אקטיארן און נישט אלגעמיינע פראפעסעניאלע עקטארס ווי ביי די זוסמאן שפיל..? מן הסתם כדי צו מאכן מער היימיש ווייל ביי זוסמאן איז געווען א דורכפאל מיט די קליינע מאס באטייליגטע כידוע..
הערשל פרידמאן פון די ציונות אפטיילונג אויף קולמע וואסער טענה׳ט אז ער איז דער בעל ה׳אידישער שפיאן
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:04 pm
דורך אפטימיסטיש
אויפריכטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 7:55 pm
אינטערסאנט פ’’וו ער האט באשלאסן צו נעמען דאס מאל אידישע אקטיארן און נישט אלגעמיינע פראפעסעניאלע עקטארס ווי ביי די זוסמאן שפיל..? מן הסתם כדי צו מאכן מער היימיש ווייל ביי זוסמאן איז געווען א דורכפאל מיט די קליינע מאס באטייליגטע כידוע..
קענסט פרעגן: וואס האט ער איינגעזעהן אס עס לוינט זיך ענדערש צו אינוועסטירן אין די אידיש רעדענדע מארקעט, ווי איידער אין די אנגלא-אידישע גאס?
דער ענטפער אויף דעם בפשטות איז אז ביי די ענגליש רעדנדע איז פארהאן א שפע פון גוטע אינטערהאלטונג, לאו דוקא פלעי'ס, נאר ענדערש מאווי'ס און קאנצערט, דעריבער איז די קאנקורענץ פילפאכיג שטערקער, ווידעראום ביי אונז אידיש-רעדנדע איז אפיציעלע מאווי'ס (אין טיאטערס) נישט קיין (מוסדות) אקצעפטירטע אינטערהאלטונג מיטל, דעריבער איז פארשטענדליך פארוואס די אונטערן אדער סיי וועלכע אנדערע פלעי פארקויפט זיך אין רגעים פאר טייער געלט
Re: פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:07 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
כ'האב געזעהן ערגעץ אז זיינע טיקעטס לויפן ביליגער ווי אונטערן/עפיק.
איז עס ריכטיג?
אויב יא, פארוואס טאקע?