בלאט 1 פון 1

לוזער (אלעזר) טווערסקי/שטיין

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 9:55 pm
דורך berlbalaguleh
איינער פון די מער בארימטע או. טי. די.'ס אויף די אידישע סצענע אין ניו יארק איז (געווען) אלעזר (לוזער) טווערסקי. וועלכער האט הויפטזעכליך געשטאמט פון די (העיליגע) פאלטישאנער גזע.

ער איז ביי א געוויסן פונקט (אין זיין לעבן) געווארן או. טי. די. (אףף דהע דערעך). נישט נאר וואס ער האט איבערגעלאז דאס חסידות און די אידישע רעליגיע. נאר ער האט נאך געגעבן א שטויס אויפ'ן וועג ארויס.

ער האט זיך צוגעטשעפעט צו אן איירישע שיקסע. און אויך געגעסן נבילות וטריפות. און פארשטייצעך אויך מחלל שבת געווען בפרהסיא.

ער האט געשפיעלט אין עטליכע מאוויס און יו. טוב קליפס.

אויך האט ער געמאכט פאבליק סטעיטמענטס וועלכע האבן איהם ארויסגעוויזן נישט צו זיין דער גרעסטער חכם. בלשון המעטה.

ער האט געזאגט, למשל אז ער איז "ברויגז" אויף זיינע עלטערן פארוואס זיי האבן איהם צוריקגעהאלטן פו עסן אזא גוט מאכל ווי חזיר.

אויך האט ער געזאגט אז ער איז זייער שטארק צופרידן אז ער האט איבערגעלאזט די רעליגיע. ווייל יעצט קען ער גיין מיט רויטע סליפערס...לאל.

איך בין סתם נייגעריג צו וויסן וואו ער געפינט זיך יעצט. און וואס זיין פאזיציע איז אין לעבן.

ווער ס'ווייסט ווער געבעטן אריינקומען מיט די אינפארמאציע.