נולד מאוחר האט געשריבן:ווייסט איינער אויב א קארפעראשן האט נישט געצאלט קיין שטייער, קען די איי ר עס גובה זיין פונעם בעל בית פערזענדלעכע נכסים?
ס'איז זייער שווער צו ענטפערן אויף די פראגע אן וויסן מער פרטים, ממילא וועל איך שרייבן אויף א בככליות'דיגן אופן, ואידך פירושא, זיל אצל אקאונטענט און רעדט אייך אדורך.
ובדרך אגב, איידער איר הייבט אן שרייען לכבוד עצמו הוא דורש, דער מיסטער אקאונטענט שרייט גיי צו אן אקאונטענט, נו ודאי, ער מיינט זיין טאש), איר זאלט קיינמאל זיך נישט פירן לויט אינפארמאציע וואס איר ליינט אויפן וועב בנוגע אקאונטינג, טעקס, און געזעץ, פאר עטליכע סיבות: 1) איר ווייסט נישט ווער דער שרייבער איז, צו ווייסט איר אז ער ווייסט וואס ער רעדט? 2) אויב איר ווייסט שוין יא אז ער איז א פראפעשאנעל און ער האט ארויס זיין פאך, געזעצן טוישן טאג טעגליך, ממש בין יום ללילה, ובפרט געזעצן בנוגע טעקס (נאך אלעם ווערן די געזעצן געמאכט דורך פאליטישן'ס וואס לעבן אויף קאמפיין געלטער, וד"ל) ממילא וואס היינט איז מותר קען מארגן זיין אסור, וואס היינט פארמיידט צאלן טעקס קען מארגן זיין עפעס וואס ס'איז מחייב טעקס. 3) אפילו אויב די אינפארמאציע איז יא אפ-טו-דעיט, דארפט איר אינאכט נעמען אז יעדע קליינע פרט קען טוישן דעם גאנצן בילד. א קליינע שינוי קען אפקאסטן שווערע געלטער און אסאך עגמת נפש. היוצא לנו מזה, אויב האט א שאלה הנוגע למעשה, גייט רעדט אייך אדורך מיט אן אקאונטענט! ס'וועט זיך אייך לוינען יעדן דאלער וואס איר צאלט.
יעצט צום ענין, בנוגע אויב די גאווערמענט קען גובה זיין פון פערזענליכע נכסים ווען א קארפארעשן (קארפ) איז שולדיג טעקס.
איינע פון די מעלות פון א קארפ איז אז ס'ווערט אנגעקוקט אין די אויגן פונעם געזעץ ווי אן עקסטערע זאך; דער מענטש מיטן קארפ זענען צוויי באזונדערע באשעפענישן, ווען דער קארפ איז שולדיג א חוב, איז נאר דער קארפ שולדיג, די שעירהאלדערס (אזוי הייסן די בעלי בתים פונעם קארפ) זענען נישט מחויב צו באצאלן, נארמאלערהייט. אבער יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל, און ס'איז דא ווען די שעירהאלדערס זענען יא מחויב צו באצאלן, און טעקס איז טאקע איינע פון די אויסנאמען ווען שעירהאלדערס קענען יא מחויב זיין צו באצאלן.
ס'איז דא צענדליגער און אפשר הונדערטער פארשידענע טעקסעס, און יעדע טעקס האט זיך אירע אייגענע הלכות. איך וועל דא בארירן די מער שכיח'דיגע טעקסעס, אויב די בעלי בתים האבן פערזענליכע פאראנטווארטליכקייט
(פ"פ) צו באצאלן ווען דער קארפ האט נישט קיין נכסים.
אינקאם טעקס – ס'איז א שאלה שאינו מצוי! אויב ס'איז א עס קארפ אדער א על על סי (LLC), באצאלט דער קארפ נישט קיין טעקס, אלעס וואס דער קארפ פארדינט גייט אויפן פארזענליכען טעקס ריטורן פון די שעירהאלדערס, ממילא איז נישט שייך אז דער קארפ זאל זיין שולדיג אינקאם טעקס.
ווידעראום, אויב ס'איז א סי קארפ, וואס דעמאלס באצאלט דער קארפ יא אינקאם טעקס, דארט קען זיך מאכן אויסנאם'ס פעלער ווען דער קארפ קען נישט באצאלן, און ס'זאל זיין שייך דן צו זיין אויב ס'איז דא פ"פ. איך זאג אויסנאם'ס פעלער, ווייל ס'איז כמעט נישט מעגליך אז דער קארפ זאל נישט האבן קיין נכסים און עס זאל זיין מחויב טעקס. טראכט אריין, אינקאם טעקס באצאלט מען א פראצענט פון די פארדינסטן, טא אויב האט מען פארדינט האט דער קארפ נכסים און ווען דער קארפ האט נכסים וועט די גאווערמענט גובה זיין דערפון. אפילו לאמיר זאגן אז מען איז שולדיג פון פריערדיגע יארן וואס זענען געווען פארדינסטפול אבער היי יאר איז געווען פארלוסטן, קען מען צוריקרוקן די פארלוסטן צו די יארן וואס זענען געווען פארדינסטפול און זיך פטר'ן פון טעקס אויף יענע יארן.
אויב מאכט זיך יא אז מען איז שולדיג מער ווי די נכסים פונעם קארפ, וועט די גאווערמענט נישט גובה זיין פון די שעירהאלדערס אויב 1) מען האט געפירט דעם קארפ ווי א קארפ, מען האט נישט געמישט פערזענליכע זאכן מיטן קארפ; 2) די קארפ האט נישט געגעבן קיין ליקווידעידינג דיווידענדס (אויב יא, וועלן זיי גובה זיין די וויפל די ליקווידעידינג דיווידענדס איז געווען); און 3) מען איז נישט באגאנגען קיין שווינדל.
פעיראל טעקס (פייקא און וויטהאלדינג) – ס'איז זייער וויכטיג צו וויסן, איר באצאלט נישט קיין פעיראל טעקס! אייער ארבעטער באצאלט עס און איר זענט באחריות דאס אריינשיקן פאר די גאווערמענט; ס'ליגט אין א טראסט פאנד. איר טארט דאס געלט נישט נוצן, ס'איז נישט אייערס. אויב שיקט מען דאס נישט אריין, קען יעדער אין די קארפ וואס האט אן 'אחריות'דיגער פאזיציע' וואס האט א שייכות מיטן נישט אריינשיקן דאס געלט, האבן פ"פ, אפילו איר זענט נאר אן ארבעטער און איר האט נישט קיין שערס אין די קארפ (ווי אויך קענט איר ווערן אנגעקלאגט קרימינאל!). איך וועל נישט מאריך זיין צו ערקלערן פונקטליך אלע הלכות אחריות'דיגע פאזיציע, ס'איז צו א לאנגער סוגיא, אבער געווענליך וועט איר זיין מחויב אויב איר האט א קליינע קארפ. א וויכטיגע נקודה: ווען מען רעדט פון פעיראל טעקס, מיינט דאס סיי דעם חלק וואס איר האלט אפ פונעם ארבערטער'ס טשעק און סיי דעם חלק וואס איר זענט מחויב צו באצאלן!
שעירהאלדערס, וואס האבן נישט קיין ווארט ווי אזוי צו פירן די ביזנעס, וועלן נישט האבן קיין פ"פ, אויב זיי פארמאגן ווייניגער ווי האלב פון די שעירס פונעם קארפ.
סעילס (און יוז) טעקס – אזוי ווי פעיראל טעקס איז דאס א טראסט פאנד, איר נעמט פונעם קאסטומער טעקס און איר שיקט עס אריין צו די סטעיט, ס'איז נישט אייערס. אויב שיקט איר דאס נישט אריין, זענען די הלכות ענליך צו פעיראל טעקס. וואס איר דארפט אבער אויך אינאכט נעמען, אויב איר זענט נאכלעסיג מיט גובה זיין סעילס טעקס פון אייער קאסטומער, זענט איר אויך מחויב דאס צו באצאלן פון אייער אייגענע קעשענע! (עכ"פ אזוי איז עס אין ניו יארק און אסאך אנדערע סטעיטס, ס'איז דא סטעיטס וואס האבן אנדערע הלכות).
פארשטייט זיך, ווען איר פארפעלט צו באצאלן טעקס, ווערט איר באשטראפט מיט פענעלטיס און ריבית. דאס קען ווערן איינקאסירט פון אייער פערזענליכע נכסים אויב די טעקס קען ווערן איינקאסירט פון אייך פערזענליך.
ואסיים מעין הפתיחה, ביטע פארלאזט אייך נישט אויף די אינפארמאציע וואס איר האט נארוואס געליינט, נוצט עס נאר צו בארייכן אייערע ידיעות כדי צו וויסן וואס צו פרעגן אייער אקאונטענט.
נ"ב, אויב האט איר פראגעס בנוגע אקאונטינג, טעקס, אדער ביזנעס געזעצן, פילט פריי צו פרעגן, און איך וועל פרובירן צו ענטפערן כפי שידיעתי וזמני מגיעים.