מיינע זיכרונות פון סיגעט!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מיינע זיכרונות פון סיגעט!
רבותיי דערשרעקטס ענק נישט. איך מיין נישט די שטאט סיגוט אינדערהיים אין די מארמאראש. איך ווייס נישט וואו דאס איז. איך קען עס אפילו נישט אויפזוכן אויף א מאפע.
איך רעד פון סיגעט'ער בית המדרש אויף היוז סטריעט אין וויליאמסבורג.
ווען איך בין געווען א יונגער בחור גלייך נאך מיין בר מצוה האב איך געלערנט אין קאשוי. די ישיבה איז געווען (בימים ההם) אויף ראסס סטריעט. די דארמיטארי איז געווען אויף הופער סטריעט. שבתים בין איך איינגעשטאנען ביי מיין פעטער. ער האט געדאוונט אין סיגעטער ביהמ"ד.
שחרית לשבת האט מען געדאוונט אום 9:30 אזייגער.דער (דאמאלס) סיגעטער רב האט נישט דארט געדאוונט די מערסטע שבתים וואס איך געדענק. ער איז מסתמא געווען אויף די מקומות הקדושים אין די שטאט מיאמי, פלארידע.
ארום 3:30 אזייגער שבת נאכמיטאג איז (שוין) געווען א געפאקט ביהמ"ד. אידן זענען געזיצן און געלערנט תורה. איינער האט געלערנט גמרא מיט א חברותא. א צווייטער איד האט געלערנט מיט א חבר חומש רש"י מיט מפרשים.אן אנדערער איד האט געזאגט תהילים.
אין חדר שני (ס'איז געווען מער ווי א פאליש) האט א איד א גרויסער תלמיד חכם ר' דויד לעבאוויטש ע"ה פארגעלערנט א שיעור גמרא-תוס'. מ'איז נישט געווען ביזי מיט די אלע שטותים פון יא דף היומי אדער נישט דף היומי. אידן האבן געלערנט תורה. ס'איז געווען א געשמאק.
אום 6 אזייגער האט זיך געשטעלט א מנין צו דאווענען מנחה. א טייל אידן (די מער אשכנז'ישע) זענען אהיים געגאנגען צו שלוש סעודות.
ס'זענען געווען די מערסטע חסיד'ישע אידן מיט שטריימל און בעקישע. נאר אויך אן עולם פון אשכנז'ישע אידן. די מערסטע אן א בארד. א טייל מיט א קליין, געשטיצט בערדל.
בערך א שעה פאר'ן זמן מוצש"ק האט מען געדאוונט מנחה און זיך געוואשן צו שלוש סעודות. מ'האט געבענטשט ביים זמן פון ר"ת. ס'זענען געווען מערערע מניינים. מענטשן וואס האבן געהאט יארצייט אין די קומענדיגע וואך האבן געדאוונט פאר'ן עמוד. ספעציעל צווישן פסח און שבועות. ווען די נאציס ימ"ש האבן אוועקגעפיהרט די אונגארישע אידן קיין אוישוויץ.
דאס סיגעטער ביהמ"ד איז געווען די צווייט גרעסטע בית המדרש. נאך סאטמאר. אפשר פאפא.
ווער ס'האט נאך זיכרונות פון יענע יארן (די תש"כ יארן) ווערט געבעטן ארויפצולייגן.

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2024 8:27 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
קרוב מיט וואודריזשע רב שליט״א?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 4:57 pm
אין חדר שני (ס'איז געווען מער ווי א פאליש) האט א איד א גרויסער תלמיד חכם ר' דויד לעבאוויטש ע"ה פארגעלערנט א שיעור גמרא-תוס'. מ'איז נישט געווען ביזי מיט די אלע שטותים פון יא דף היומי אדער נישט דף היומי. אידן האבן געלערנט תורה. ס'איז געווען א געשמאק.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
גרעסער פון קלז"ב? פון וויען (בימים ההם)? פון וויזניץ?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 4:57 pm דאס סיגעטער ביהמ"ד איז געווען די צווייט גרעסטע בית המדרש. נאך סאטמאר. אפשר פאפא.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
אגב ווען סאטמאר רב איז געקומען קיין אמעריקע האט נאך סאטמאר נישט געהאט קיין אייגן ביהמ"ד אבער ווען די סיגוט רב (ברך משה) איז געקומען קיין אמעריקע האט שוין סיגוט יא געהאט א אייגענע ביהמ"ד, און טאקע די ביהמ"ד אויף היוז סטריט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
ס'איז א גוטע שאלה: נאר כ'מיין אז יא. ווייל ס'איז געווען זייער שטארק געפאקט "בליעה"ר. די אנדערע 2 בתי מדרשים (אויסער קלויזנבורג) זענען געוען אויף א סאך א גרעסערן שטח. קלויזבורג ביהמ"ד איז אויך געווען א ביסל ענג. סיגוט איז געווען א "מניינים פעקטארי" אפילו אינדערוואכן.סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:12 pmגרעסער פון קלז"ב? פון וויען (בימים ההם)? פון וויזניץ?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 4:57 pm דאס סיגעטער ביהמ"ד איז געווען די צווייט גרעסטע בית המדרש. נאך סאטמאר. אפשר פאפא.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
א טייל מענטשן אזוי און אנדערע אזוי. איך אליין שרייב עס אמאל מיט א ווא"ו אזוי ווי מ'האט עס געשריבן אינדערהעים. און אמאל מיט אן עיי"ן.
אינדערהעים אין די מארמאראש האט מען עס אויך גערופן "סיהאט" ווייל אויף די מארמארישע שפראך (א דיאלעקט פון רומעניש און טשעכיש) איז א גימ"ל מיט א ווא"ו זיך מתחלף.
איז דא א ווערטל. מ'זאגט עס נאך פון עצי חיים...ער האט אמאל געזאגט בזה הלשון...טייל מענטשן רופן די שטאט "סיגוט" און א טייל רופן עס "סיהאט". און איך זאג אז נישט ס'גיט (געבט) און נישט ס'האט...!
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
די ווערטל איז נאך פונים ייטב לב.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
אינטערעסאנט ווייל די ייטב לב איז דירעקט געווען א פאזיטיווער מענטשן פארקערט פון זיינע פארגייערס און נאכגייערס...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
די ברך משה האט נאך דעמאלטס געוואוינט אין ווסב''ג ?
(און מיאמי איז ער לכ' נאכנישט געווען)
(און מיאמי איז ער לכ' נאכנישט געווען)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
איך האב עס געהערט פון מיין טאטע. ער האט עס נאכגעזאגט בשם דער ייט"ל'ס אייניקל. דער עצי חיים מ'סיגוט.
סיי וויאזוי. דאס וועט נאכנישט העלפן באצאלן דעם מארגידזש אדער די רענט אדער די פעימענטס אויפ'ן קאר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
עמרם: מעגלך ער האט שוין דאמאלס געוואוינט אין בארא פארק. און געהאט דארט זיין ביהמ"ד.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
יישר כח ר' בערלניו פארן נעמען די צייט און שרייבן אלטע זכרונות!
שרייב נאך!
שרייב נאך!
דוד בן ישי עבדך משיחך
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
לאכעדיג: דאס האט נישט צו טון אויב א מענטש איז פאזיטיוו אדער ער זעהט אלעס מיט שווארצע בריללן. דאס האט מער צו טון אויב ער האט א סענס אוו היומאר.
א ראיה צו דעים (ביידע) סיי זיין פאזיטיווקייט. און סיי זיין סענס אוו היומאר. איז די פאלגענדע מעשה'לע.
ער (דער ייט"ל) האט זיך אמאל צוקלאפט זיין פינגער. האט ער זיך אנגערופן..."אזוי שנעל". ווען דער עולם האט איהם געפרעגט פשט פון דעים. האט ער געזאגט... די גמ' זאגט דאך "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אל אם כן מכריזין עליו מלמעלה". א מינוט צוריק האב איך געהערט דעם כרוז פון הימל. און איך האב מיך גלייך נאכדעים צוקלאפט...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
בן ישי: ייש"כ פאר דיר און די אנדערע מגיבים. ווילאנג דער עולם הערט אויס און מ' איז אינטרעסירט. איך האב נישט ליעב צו רעדן צו די ווענט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
מילך טראק: א ראיה אז נישט. וועגן 2 טעמים. איינס. ווייל דער מילך טראק פון גאלדען פלוי האט דעליווערט אויף ביידע פלעצער. מסתמא האסטו דאמאלס געדרייווט א גאלדען פלוי טראק. ווייל דזשעי & דזשעי האט נאך דאמאלס געהייסן "קהל".
ועוד: ר' זיינוויל גערטנער ע"ה, דער ערשטער בעל הבית פון גאלדען פלוי האט אויך געדאוונט אין סיגוט. איך געדענק ווען ער האט מיר געגעבן א סאך ציפעס אינמיטן דאווענען. ווען איך בין געזיצן נעבן איהם.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
איז דאס דער גערטנער וואס האט געהאט יאסעלע שוכמאכער?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:12 pmמילך טראק: א ראיה אז נישט. וועגן 2 טעמים. איינס. ווייל דער מילך טראק פון גאלדען פלוי האט דעליווערט אויף ביידע פלעצער. מסתמא האסטו דאמאלס געדרייווט א גאלדען פלוי טראק. ווייל דזשעי & דזשעי האט נאך דאמאלס געהייסן "קהל".
ועוד: ר' זיינוויל גערטנער ע"ה, דער ערשטער בעל הבית פון גאלדען פלוי האט אויך געדאוונט אין סיגוט. איך געדענק ווען ער האט מיר געגעבן א סאך ציפעס אינמיטן דאווענען. ווען איך בין געזיצן נעבן איהם.
דוד בן ישי עבדך משיחך
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
יא אוודאי געווען פון די מלאכיםבן ישי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:26 pmאיז דאס דער גערטנער וואס האט געהאט יאסעלע שוכמאכער?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:12 pmמילך טראק: א ראיה אז נישט. וועגן 2 טעמים. איינס. ווייל דער מילך טראק פון גאלדען פלוי האט דעליווערט אויף ביידע פלעצער. מסתמא האסטו דאמאלס געדרייווט א גאלדען פלוי טראק. ווייל דזשעי & דזשעי האט נאך דאמאלס געהייסן "קהל".
ועוד: ר' זיינוויל גערטנער ע"ה, דער ערשטער בעל הבית פון גאלדען פלוי האט אויך געדאוונט אין סיגוט. איך געדענק ווען ער האט מיר געגעבן א סאך ציפעס אינמיטן דאווענען. ווען איך בין געזיצן נעבן איהם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
יא: זיכער. ער האט אויך אין יענע צייט געהאט א פארם אין אפסטעיט ניו יארק. דארט האט ער באהאלטן יאסעלע שוכמאכער. מ'פלעגט איהם ברענגען זומער צו די קאשוי'ער ישיבה קעמפ. (מיט א יאר פריער ווי איך בין דארט געווען. א יעדער אין קעמפ האט איהם געקענט אלס "יאנקל פרענקל".
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
אפשר קענסטו עפענען א אשכול מיט פרעזענליכע היסטערי פון פרשת יאסעלע? איך האב שוין אסאך געליינט און געהערט דערוועגן אבער אינטערסאנט צו הערן פון די וויליאמסבורגע קיק ווינקל און מעגליך אינטערסאנטע קרישקעלעך.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 29, 2024 2:58 am יא: זיכער. ער האט אויך אין יענע צייט געהאט א פארם אין אפסטעיט ניו יארק. דארט האט ער באהאלטן יאסעלע שוכמאכער. מ'פלעגט איהם ברענגען זומער צו די קאשוי'ער ישיבה קעמפ. (מיט א יאר פריער ווי איך בין דארט געווען. א יעדער אין קעמפ האט איהם געקענט אלס "יאנקל פרענקל".
אגב געדענק איך אז מ'האט עם געטראפן ביי הרב גערטנער אינדערהיים אין וויליאמסבורג נישט קיין פארם.
דוד בן ישי עבדך משיחך