שמיני - האלט עס נישט אינעווייניג!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שמיני - האלט עס נישט אינעווייניג!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

שטייענדיג אין פרשת שמיני, א פרשה וואס איז אנגעפילט מיט פארשידענע ענינים, הלכות, און דינים. די תורה הקדושה הייבט אָן מיט "וַיְהִי בַּיּוֹם הַשְּׁמִינִי" די סדר העבודה אינעם משכן וואס מ'האט געטוהן אינעם טאג ווען מ'האט עס באנייט, די אכטע טאג פון די ימי המילואים וואס איז געווען ראש חודש ניסן, כמעט א גאנצע יאר נאך די אידן זענען ארויס פון מצרים. פון דארט איז די תורה ממשיך מיט די מעשה פון נדב ואביהוא וואס זענען נפטר געווארן אין יענעם טאג, די איסור פון אריינקומען אין בית המקדש און טוהן די עבודה ווען מ'איז שיכור, און נאך פרטים וואס זענען זיך פארלאפן אינעם משכן אין יענעם טאג.

דערנאך גייען מיר אריבער צו די פרשה פון מאכלות אסורות, וועלכע בעלי חיים א איד מעג עסן און וועלכע נישט, ווי אויך די הלכות און דינים פון טומאה וטהרה, לגבי כלים און עסנווארג וכדומה.

דאסמאל לאמיר זיך פארטיפן אין די דינים פון איין געוויסע סארט כלי, א 'כְּלִי חֶרֶס' א ערדענע כלי וואס ווערט געמאכט פון ליים וואס איז א געמיש פון ערד מיט וואסער. די תורה הקדושה זאגט (י"א ל"ג) וְכָל כְּלִי חֶרֶשׂ אֲשֶׁר יִפֹּל מֵהֶם אֶל תּוֹכוֹ כֹּל אֲשֶׁר בְּתוֹכוֹ יִטְמָא, ווען עס פאלט אריין א טויטע שרץ אדער סיי וועלכע טמא'נע זאך אינעווייניג אינעם כלי חרס איז דער דין אז דער כלי חרס ווערט טמא.

חכמינו ז"ל לערנען ארויס פון דעם וואס שטייט אֲשֶׁר יִפֹּל מֵהֶם "אֶל תּוֹכוֹ" אז די טומאה דארף אנקומען דוקא אינעם 'תּוֹךְ' אין די אינעווייניגסטע חלק פון די כלי, אבער אויב א טמא'נע זאך וועט אנרירן דעם כלי חרס פון אינדרויסן, וועט דער כלי בלייבן טהור. דאס איז א ספעציעלע גזירת הכתוב נאר ביי א כלי חרס אז ס'איז נישט מקבל טומאה פון אלע זייטן, עס קען נאר מקבל טומאה זיין פון אינעווייניג (און די טומאה מוז ניטאמאל צורירן די ווענט פון די כלי, ס'איז גענוג אז ס'קומט אָן אין די 'אַוִיר' אין די לופט פונעם תוך הכלי, למשל אויב איינער וועט האלטן א טויטע שרץ אין זיין האנט און ער וועט דאס לאזן אריינהענגן אין די לופט פונעם כלי חרס, ווי נאר ס'איז אנגעקומען אינעם תוך הכלי ווערט די כלי טמא דורכדעם).

און דער כלי דארף טאקע פארמאגן א 'תּוֹךְ' כדי צו קענען מקבל טומאה זיין. אויב איז עס א פלאַכע כלי חרס וואס האט נישט קיין בית-קיבול און עס קען גארנישט 'ארייננעמען' אין זיך, ווי למשל א טאַץ וכדומה, וועט דאס אויך נישט קענען טמא ווערן, וויבאלד עס איז נישט אֲשֶׁר יִפֹּל מֵהֶם "אֶל תּוֹכוֹ" ווי דערמאנט.

און די פסוק איז ממשיך ווייטער מיט נאך א וויכטיגע דין, "וְאֹתוֹ תִשְׁבֹּרוּ", דאס מיינט אז איינמאל א כלי חרס ווערט טמא קען מען דאס שוין נישט מטהר זיין, עס העלפט נישט אז מ'טובל'ט עס אין א מקוה, נאר מ'מוז צוברעכן די כלי און נאר אזוי וועט עס ווערן טהור. אין דעם איז אויך נכלל אויב די כלי ווערט געלעכערט, און עס האט גענוג א גרויסע לאָך וואס שטערט די באנוץ פונעם כלי, ווערט עס דורכדעם אויס כלי און ס'ווערט גערעכענט ווי ס'איז צובראכן און ממילא איז עס שוין טהור.

אפלערנען די 'פנימיות' פון דיני טומאה וטהרה
ווי מיר האבן שוין דערמאנט ביי א געלעגנהייט די ווערטער פון הרה"ק רבי בונם פון פרשסיחא זי"ע וואס האט געזאגט אויפן פסוק אין אנהייב פרשת כי תצא אויף די ווערטער "כִּי תֵצֵא לַמִלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ", אז ווילאנג כלל ישראל האט נאך געפירט מלחמות, דעמאלטס האבן די אלע פסוקים פון די תורה וואס רעדן וועגן מלחמה טאקע באדייט אויף די 'עכטע' מלחמות, און די 'מלחמת היצר' איז נאר געווען מרומז אין די פסוקים בדרך רמז. היינט אבער ווען מיר האבן שוין נישט יענע סארטן מלחמות, קומט אויס אז די 'מלחמת היצר' דאס איז געווארן פשוט פשט אין פסוק, עס איז נישט בלויז א רמז, נאר די תורה רעדט צו אונז וועגן אט די מלחמה ווייל די תורה הקדושה איז נצחיות און גייט אָן אין יעדן דור און אין יעדן מצב.

לעניננו קענען מיר זאגן די זעלבע בנוגע די הלכות פון טומאה וטהרה. היינטיגע צייטן ווען די דאזיגע דינים זענען ליידער נישט נוגע פאר אונז בעוונותינו הרבים ווייל מיר האבן נישט קיין בית המקדש און תרומה וקדשים, איז אונז אודאי געבליבן אפצולערנען די 'פנימיות' און די רמזים פון די הלכות וואס זענען נצחיות און קענען אונז לערנען אין יעדן דור. איז טאקע פאסיג זיך צו פארטיפן און דערהערן וואס מיר קענען ארויסנעמען א גאר וויכטיגע מוסר השכל פאר אונזער טאג טעגליכע לעבן.

אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
צום ערשט לאמיר אנהייבן מיט א משנה אין מסכת אבות וואס רעדט וועגן די גרויסקייט פון אהרן הכהן. [וואס אגב, האט אויך א שטיקל שייכות מיט אונזער פרשה, וואו מיר געפונען אויך די מידות און די חשיבות פון אהרן הכהן. אויפן פסוק וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה אֶל אַהֲרֹן קְרַב אֶל הַמִּזְבֵּחַ זאגט רש"י אז אהרן הכהן האט זיך געשעמט און ער האט מורא געהאט צוצוגיין צום מזבח, האט איהם משה רבינו געזאגט "למה אתה בוש, לכך נבחרת" פארוואס שעמסטו זיך, פאר דעם האט מען דיך אויסגעוועלט. אין ספרים הקדושים ווערט געברענגט א טייטשט אז משה רבינו האט געמיינט צו זאגן פאר אהרן פארוואס שעמסטו זיך? טאקע פאר דעם, ווייל דו האלסט זיך קליין און דו האסט אין זיך די מידת הבושה און עניווּת, דערפאר האט מען דיר אויסגעוועלט].

הכלל, די משנה זאגט (פרק א' משנה י"ב) "הִלֵּל אוֹמֵר, הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם, אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת וּמְקָרְבָן לַתּוֹרָה". דער תנא הלל זאגט אונז אז מיר האבן א חיוב צו זיין פון די תלמידים פון אהרן הכהן נאכצוגיין זיינע וועגן און טוהן די גוטע מעשים וואס ער האט געטוהן, ליב צו האבן שלום און עס נאכלויפן, ליב האבן אנדערע אידן און זיי מקרב זיין צום דרך התורה.

דער ברטנורא ברענגט דארט אויף די משנה די באקאנטע ווערטער וואס שטייט אין אבות דרבי נתן, אז אהרן הכהן פלעגט שטענדיג שלום מאכן צווישן אידן, ווען ער האט געזעהן ווי צוויי אידן זענען צוקריגט איינער מיט'ן אנדערן ח"ו, פלעגט ער גיין זאגן פאר ראובן ווי שטארק שמעון האט חרטה און ס'טוט איהם וויי די עוולה וואס ער האט געטוהן צו דיר, און שמעון האט מיר גאר געבעטן אז איך זאל דיר קומען איבערבעטן אין זיין נאמען, און דערנאך האט ער געטוהן די זעלבע ביי שמעון, ער האט איהם דערציילט וויפיל חרטה ראובן האט אויף זיינע שרעקליכע מעשים קעגן דיר און ער וויל דיך בעטן מחילה, "ומתוך כך כשהיו פוגעים זה בזה היו מנשקים זה את זה", ווען ראובן און שמעון האבן זיך נאכדעם באגעגנט האבן זיי זיך געקושט מיט ליבשאפט, און אזוי האט אהרן הכהן זוכה געווען אראפ צו ברענגן און צו צוברעכן פילע מויערן פון שנאה בין אדם לחבירו.

און דער ברטנורא ברענגט ווייטער פון אבות דרבי נתן: וכיצד היה מקרב הבריות לתורה? כשהיה יודע באדם שעבר עבירה, היה מתחבר עמו ומראה לו פנים צהובות, והיה אותו אדם מתבייש ואמר אילו היה יודע צדיק זה מעשי הרעים כמה היה מתרחק ממני, ומתוך כך היה חוזר למוטב. אהרן הכהן האט געהאט א פשוט'ע עצה, ווען ער האט געוואלט מחזיר זיין א איד בתשובה, ער האט געוואלט אז יענער זאל אפלאזן זיינע נישט גוטע וועגן און קומען נענטער צום דרך התורה, פלעגט אהרן הכהן זיין גוט צו יענעם, ער האט געשמייכלט צו איהם און געוויזן א שיינעם פנים, ער האט געוויזן ליבשאפט, און תיכף האט פאר דעם איד אנגעכאפט א בושה, געוואלד! ווען דער רבי וואלט געוואוסט ווי נידריג אין בין, ווי פארזינדיגט איך בין, וואלט ער שוין גארנישט געשמייכלט צו מיר, ער וואלט דאָך אנטלאפן פון מיר ווי פון פייער... דאס האט אזוי שטארק מחייב געווען דעם בעל עבירה, ער האט געפילט באגאסן מיט ליבשאפט פון אהרן הכהן, אז ער האט שוין פשוט נישט געקענט בלייבן א בעל עבירה, ער האט געשפירט ביי זיך אז ער מוז תשובה טוהן, פשוט לכבוד אהרן הכהן וועלכער איז איהם אזא גוטע פריינט.

די ווערטער פונעם רמב"ם אדם "שתוכו רע"
עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז דער רמב"ם אין פירוש המשניות ברענגט אויך דעם זעלבן ענין נאר מיט אביסל אן אנדערע לשון, אבער לאמיר אפלערנען א רמב"ם ווי עס דארף צו זיין:

דער רמב"ם ברענגט דעם לשון ווי פאלגענד, "אָמְרוּ שֶׁאַהֲרֹן ע"ה כְּשֶׁהָיָה מַרְגִּישׁ בְּאָדָם שֶׁתּוֹכוֹ רַע, אוֹ שֶׁהָיוּ מְסַפְּרִים לוֹ שֶׁתּוֹכוֹ רַע, וְשֶׁבְּיָדוֹ עֲבֵרָה, הָיָה מַתְחִיל לוֹ לְשָׁלוֹם וְהָיָה מִתְאַהֵב אֵלָיו, הָיָה מַרְבֶּה לְסַפֵּר עִמּוֹ, וְהָיָה הָאִישׁ הַהוּא מִתְבַּיֵּשׁ בְּנַפְשׁוֹ וְאוֹמֵר אוֹי לִי, אִלּוּ הָיָה יוֹדֵעַ אַהֲרֹן צְפוֹן לִבִּי וְרֹעַ מִפְעֲלֵי לֹא הָיָה מַתִּיר לְעַצְמוֹ לְהִסְתַּכֵּל בִּי, כָּל שֶׁכֵּן שֶׁיְּדַבֵּר עִמִּי, וְאָמְנָם אֲנִי אֶצְלוֹ בְּחֶזְקַת אָדָם כָּשֵׁר, לָכֵן אֲנִי אֲאַמֵּת אֶת דְּבָרָיו וּמַחֲשַׁבְתּוֹ וְאֶהְיֶה חוֹזֵר לְמוּטָב וְנַעֲשָׂה מִתַּלְמִידָיו הַלּוֹמְדִים מִמֶּנּוּ".

ווען אהרן הכהן האט מרגיש געווען אויף א איד אז זיין פנימיות איז נישט ווי עס דארף צו זיין, אדער מ'האט איהם דערציילט אז יענער איז תוכו רע ח"ו, האט אהרן הכהן זיך באהאפטן און באפריינדעט מיט איהם, ביז יענער האט זיך געשעמט און געקלערט צו זיך אז ווען אהרן זאל וויסן מיין אמת'ע מצב וואלט ער ניטאמאל געקוקט אויף מיר און אודאי נישט גערעדט צו מיר, נאר ער מיינט דאָך אז איך בין ערליך און וואויל, אויב אזוי וועל איך טאקע מאכן אז דאס זאל זיין אמת, און דאס האט גורם געווען אז דער איד זאל תשובה טוהן און ווערן א תלמיד פון אהרן הכהן.

און דער רמב"ם פירט אויס לויט ווי עס שטייט אין אבות דרבי נתן, מיט'ן לשון הפסוק אין מלאכי (ב' ו') "בְּשָׁלוֹם וּבְמִישׁוֹר הָלַךְ אִתִּי וְרַבִּים הֵשִׁיב מֵעָוֹן", וואו דער אייבישטער דרוקט זיך אויס אויף אט די גוטע מידה פון אהרן, אז ער איז אלעמאל געגאנגען אין די וועגן פון פרידן און גלייכקייט, און ער האט צוריקגעקערט און צוריקגעהאלטן אסאך מענטשן פון זינדיגן.

וואס מען דארף פארשטיין אין די ווערטער פונעם רמב"ם, וואס מיינט דאס "אדם שתוכו רע" או שהיו מספרים לו "שתוכו רע" ושבידו עבירה? וואס באדייט דער ענין וואס דער רמב"ם איז דא מדגיש אז דער תוך פונעם איד איז ח"ו שלעכט. און איבערהויפט ווי מיר ווייסן דאָך פון אלע ספרים הקדושים און פונעם רמב"ם אליינס (הלכות גירושין פ"ב ה"כ) אז די פנימיות פון א איד איז קיינמאל נישט שלעכט, עס מאכט זיך טאקע אז א איד פארזינדיגט זיך אמאל, אבער עס איז זיכער נישט "תוכו רע" רחמנא ליצלן.

ווען מען שלעפט מיט דאס שלעכטס אין הארץ
בדרך רמז קענען מיר זאגן דא א טיפע פשט אין די ווערטער פונעם רמב"ם:
עס זענען פארהאן אסאך מענטשן וואס פארמאגן א 'תּוֹךְ' וואס איז ממש אנגעפילט מיט שלעכטס. סיי ווען זיי זענען אמאל אריבער א געוויסע שוועריגקייט אדער סיי ווען זיי זענען נאר אמאל באגאנגען א עוולה אדער געמאכט א טעות אין זייער לעבן וכדומה, וועלן זיי דאס אריינלייגן אין זייער אינערליכן זאַק, אינעם 'תּוֹךְ' פון זייער נפש, און זיי וועלן קיינמאל נישט פטור ווערן דערפון... זיי וועלן זיך כסדר שלאגן דערמיט, זיך פייניגן מיט די שולד געפילן און שלעכטע מחשבות דערוועגן, און שפירן ביי זיך קליין און נישט ווערד, צוליב די פילע פראבלעמען וואס זיי האלטן פאר זייערע אויגן שטענדיג.

אנשטאט זיך קענען מוחל זיין און תשובה טוהן אויף א נישט גוטע זאך, און פון דארט און ווייטער זיך אויפהייבן און גיין ווייטער, נעמען זיי מיט זייער אייגענע שלעכטס מיט זיך אויף אייביג. וואס דאס איז פון די הויפט זאכן וואס קענען ח"ו חרוב מאכן דעם מענטש און שטערן זיין גאנצע וואוקס ברוחניות ובגשמיות, ווען מען דרייט זיך ארום מיט א "תוכו רע" ח"ו. א מענטש וואס קען זיך נישט מוחל זיין און אריבערמישן דעם בלעטל צו קענען אנפאנגן א נייע בלאט מיט א התחדשות און מיט א פרישקייט, דער לעבט אין ירידה און נפילה ח"ו אויף א שרעקליכע פארנעם, ער סטעמפלט זיך אפ אלס א שלעכטער, און דאס דערווייטערט איהם פון תורה ועבודה און התקרבות צום אייבישטער.

און פארשטייט זיך אז דאס איז נישט נאר שעדליך בין אדם למקום, נאר אויך בין אדם לחבירו. און עס קומט טאקע גענוי פונעם זעלבן שורש. ווען א מענטש קען נישט מסיח דעת זיין און קען נישט פארגעסן א עוולה וואס יענער איז אמאל באגאנגען קעגן איהם, נאר אנשטאט דעם וועט ער זיך ארומטראגן דערמיט יעדן איינציגסטן טאג און יעדן איינציגסטן מינוט, דאס מאכט אז ער זאל יענעם נישט קענען מוחל זיין, און נישט סובל זיין, און דורכדעם וויל מען טאקע ווייטער אנהאלטן די מחלוקת און קנאה ושנאה, וויבאלד ער פארמאגט א "תוכו רע" אויף יענעם, א אנגעפילטע שווערע הארץ וואס לאזט איהם נישט גיין ווייטער.

ווי גליקליך איז אבער דער מענטש ווען ער איז זוכה אויסצוליידיגן זיין 'תּוֹךְ' און זיך נישט ארומשלעפן מיט שלעכטס. ווען א איד דערהייבט זיך אביסל העכער, ער לערנט זיך אויס צו פארגעסן פון זיינע חסרונות און טעותים וואס ער איז באגאנגען אין לעבן. [פארשטייט זיך אז מ'דארף תשובה טוהן און מ'דארף זיך לערנען פון טעותים, אבער די נקודה איז נישט זיך צו לאזן 'אראפברענגן' און זיך משפיל זיין דורך זיך זעלבסט באשולדיגן און אראפקלאפן צוליב אמאליגע חטאים]. ווי אויך ווען ער קען מוחל זיין און פאַרקוקן אויף די שלעכטס וואס זיין חבר האט איהם געטוהן, ער קען זיך רוקן פאָראויס און אפלאזן זיין שווער הארץ אויף אנדערע, ווי איידער דאס צו האלטן נאנט צום הארצן און עס איבער'חַזר'ן כסדר.

די טומאה שטעקט אינעם תוך און די בית-קיבול פון אונזער נפש
וואס דא קומען מיר צוריק צו די דינים פון א כלי חרס וואס מיר האבן אויבן געברענגט. די שייכות צווישן א מענטש און אן ערדענע כלי איז דאָך פשוט, ווי מיר זאגן אין די ימים נוראים ביים פיוט פון ונתנה תוקף, "אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָפָר וְסוֹפוֹ לֶעָפָר... מָשׁוּל כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר", דער מענטש איז געמאכט פון ערד און זיין סוף איז פון ערד. אונזער גוף איז צוגעגליכן צו א כלי חרס וואס איז געמאכט פון ערד.

און די תורה הקדושה לערנט אונז אז די גרעסטע טומאה און די גרעסטע חורבן ביי אונז פאסירט ווען מען האט א 'תּוֹךְ' און א בית-קיבול אנצוזאמלען דארט אלע אונזערע פראבלעמען און נישט גוטע זאכן.

די פארקערטע איז ווען א איד איז זוכה צו צוברעכן זיין 'בית קיבול' וואס טויג נישט, ער מאכט פון זיך א פלאַכע כלי חרס וואס נעמט נישט אריין קיין שלעכטס. אדער על כל פנים ווי א כלי
חרס מיט א גרויסע לאָך פון אונטן, דאס הייסט עס מעג אביסל באַדערן און וויי טוהן, די עוולות און חסרונות מעגן אריינגיין אין אונזער הארץ אויף א קורצע צייט, אבער דערנאך דארף עס ארויסרינען! מיר טארן דאס נישט לאזן ווערן אנגעזאמלט און בלייבן שטעקן אינעווייניג אינעם 'תּוֹךְ'. און נאר דעמאלטס ווען א איד איז מבטל דעם "תוכו רע" ווי דער רמב"ם רופט עס אָן, דאן קען ער זוכה זיין צו טהרה.

גלייך-מאכן אדער לעכערן דעם בית קיבול פון א איד
דאס איז געווען די עבודה פון אהרן הכהן, אויסצוליידיגן די "תוכו רע" פון אידישע קינדער. מאכן א לאָך אין די הארץ פון א איד אז ס'זאל ווערן אויס בית-קיבול פאר די אלע ווייטאגן און שלעכטס.

אהרן הכהן איז געווען א אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם, אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת וּמְקָרְבָן לַתּוֹרָה. ווי נאר ער האט געהערט אז עס דרייט זיך ארום א איד מיט א "תוכו רע", און ווי מיר האבן דערמאנט, מ'רעדט נישט דא חלילה א איד וואס איז באמת שלעכט אין זיין פנימיות, ווייל אזא מציאות איז נישט פארהאן, א איד איז קיינמאל נישט שלעכט אינעווייניג. נאר די כוונה איז אויף אזא איד וואס דרייט זיך ארום מיט שלעכטע געפילן און שלעכטע מחשבות, ער רעדט זיך נעבעך איין אז ער איז רַע און פארפאלן ח"ו צוליב זיינע מעשים, ער באשולדיגט זיך אליינס אדער טראגט זיך ארום מיט א נעגאטיווע בליק אויף זיך אליינס. אדער אויב א איד האט געהאט א "תוכו רע" בין אדם לחבירו, ער טראגט זיך ארום מיט א פולע זאק פון טענות ומענות אויף זיין חבר, ער קריגט זיך מיט יענעם און האט א שווער הארץ אויף איהם.

ביי די ביידע סארט אידן איז אהרן הכהן געקומען צו גיין זיי צו העלפן, צו פארשפרייטן שלום און ליבשאפט, און מקרב זיין די וואס מיינען אז זיי זענען שלעכט און פארפאלן ח"ו, צו השי"ת און צום דרך התורה.

און ווי זיס קענען מיר מרמז דעם ענין אינעם פסוק וואס דער רמב"ם ברענגט צום סוף, "בְּשָׁלוֹם וּבְמִישׁוֹר הָלַךְ אִתִּי וְרַבִּים הֵשִׁיב מֵעָוֹן", די ווארט 'מישור' איז טייטשט א גלייכע זאך, מלשון
יָשָׁר, ווייל די עבודה פון אהרן הכהן איז געווען 'אויסצוגלייכן' און פלאַך צו מאכן דעם בית-קיבול וואס דער איד האט אין זיין הארץ. ווייל גלייכע כלי חרס וואס פארמאגן נישט קיין 'תּוֹךְ' זענען טהור. און דאס האט אהרן הכהן מעורר געווען מיט זיין קדושה אין אידישע קינדער, אויסצוליידיגן דעם "תוכו רע" און אויסצוגראָדן דאס הארץ אז ס'זאל נישט בלייבן אנגעפילט מיט די אלע שלעכטע חשבונות און מחשבות וואס דער מענטש טראגט זיך ארום דערמיט. און איינמאל די 'תּוֹךְ' ווערט טאקע גראָד און פלאַך, און די הויפענעס פון שלעכטס פארלאזן די אינערליכע קעמערלעך פונעם הארץ, דאס ברענגט שוין פון זיך אליינס די שלום ואהבה בין אדם לחבירו, און דעם וְרַבִּים הֵשִׁיב מֵעָוֹן, בין אדם למקום.

ווי עס איז באקאנט דעם מאמר פון צדיקים זי"ע אז "עס איז נישט דא נאך אזא גאנצע זאך ווי א צובראכן הארץ", בדרך רמז קען מען ערקלערן די זעלבע כוונה. ווען א מענטש צוברעכט זיין הארץ, ער מאכט א לאך אז ס'זאל ווערן אויס כלי און אויס 'תּוֹךְ' וואס טראגט ארום די אלע חשבונות און קריגערייען, עס ווערט א שברי כלי חרס, דאס איז די גרעסטע שלימות און טהרה, און ערשט דעמאלטס פארמאגט מען א גאנצע הארץ ווי עס דארף צו זיין.

חודש ניסן ווען די גאנצע בריאה ווערט באנייט
ווי פאסיג איז דער ענין אין די יעצטיגע זמן ווען מיר שטייען פאר שבת החודש און די טעג פון חודש ניסן. ווי די תורה הקדושה זאגט "הַחֹדֶשׁ הַזֶּה לָכֶם... רִאשׁוֹן הוּא לָכֶם לְחָדְשֵׁי הַשָּׁנָה", און ווי עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים, אז חודש ניסן איז א זמן פון באנייאונג און התחדשות אין וועלכע א איד קען טאקע אנהייבן צו דינען דעם אייבישטער פון פריש. און גענוי ווי עס קומט פאָר א התחדשות אין די גאנצע בריאה אינעם חודש האביב, ווען די תבואה וואקסט, די ביימער הייבן אָן צו בליען, אלעס אין די וועלט איז זוכה צו א דערפרישונג, אזוי אויך קען יעדער איד זיך באנייען אין דעם געהויבענעם זמן.

די גמרא דערציילט אין מסכת שבת (דף קמ"ז:) אז דער הייליגער תנא רבי אלעזר בן ערך איז געקומען צו די שטעט פורגיתא און דיומסית וואס דאס זענען געווען פלעצער וואו ס'זענען געווען אסאך תענוגי עולם הזה, גאר געשמאקע וויינען צו טרינקן און גוטע בעדער זיך צו באָדן, און ער האט זיך געלאזט וואוילגיין מיט די אלע גוטע זאכן וואס זענען דארט געווען, ביז ער האט ליידער פארגעסן די תורה וואס ער האט געלערנט. ווען ער איז צוריקגעקומען צו זיין שטאט און ער האט געוואלט ליינען אין די תורה די פרשה פון "הַחֹדֶשׁ הַזֶּה לָכֶם" האט ער זיך טועה געווען מיט די אותיות און ער האט בטעות געליינט "הַחֵרֵשׁ הָיָה לִבָּם" וואס דאס איז טייטש "זייער הארץ איז געווען פאַרשטאָפּט" (ער האט געהאט א טעות אין די ווערטער, און דאס איז געווען א רמז וואס מ'האט געשיקט פון הימל אז זיינע חברים די אנדערע די חכמים זאלן פארשטיין וואס עס איז געשען מיט איהם, אז זיין הארץ איז טאקע געווארן פארשטאפט און ער האט פארגעסן די תורה) ווען די חכמים האבן דאס געהערט האבן זיי געבעטן רחמים אויף איהם און זיין תורה האט זיך צוריקגעקערט צו איהם.

הרה"ק רבי מנחם מענדל פון קאצק זי"ע האט געזאגט אז מיר לערנען פון די מעשה א חיזוק און א מוסר השכל פאר א איד, אז אפילו איינער וואס געפונט זיך אין א שווערע מצב מיט א פארשטאפטע הארץ, ער איז אין א צושטאנד פון "החרש היה לבם", דאָך ווען עס קומט חודש ניסן איז די זמן מסוגל און ער קען זוכה זיין צו "החדש הזה לכם" צו ווערן באנייט מיט א התחדשות און א פרישקייט.

די עבודה פון בדיקת חמץ אין די חורין וסדקין
די זעלבע קענען מיר זאגן לעניננו, אפילו א איד וואס איז "החרש היה לבם", זיין הארץ איז פאַרשטאָפט און ממש אנגעפילט ביז אויבן פיל מיט נישט ריכטיגע מחשבות און חשבונות, ער לעבט מיט א שווערע "תוכו רע" וואס איז אנגעזאמלט מיט ביטערקייט און שווארץ-קוקן אויף זיך אליינס, ער שפירט אז ער איז באמת גארנישט ווערד און ער איז פיל מיט חסרונות, אדער ער האט א "תוכו רע" בין אדם לחבירו, ער טראגט זיך ארום מיט שווערע געפילן אויף דעם און אויף יענעם. טייערע אידן, יעצט איז די צייט פון "החדש הזה לכם" ווען מען קען זוכה זיין צו התחדשות, אריבערצומישן דאס בלעטל און אויסליידיגן דעם אנגעפילטן 'תּוֹךְ' פונעם הארץ.

קיינער זאגט נישט אז ס'איז גרינג, און ס'פאסירט טאקע נישט אין איין מינוט. די תורה הקדושה זאגט אונז "וְעָבַדְתָּ אֶת הָעֲבֹדָה הַזֹּאת בַּחֹדֶשׁ הַזֶּה", חודש ניסן ווערט אנגערופן א חודש פון עבודה, עס איז א חודש פון ארבעט און הארעוואניע, און א זמן פון בדיקת חמץ ווען מ'דארף אויפזוכן און אויסרוימען דעם חמץ.

וואס אגב, דאס איז דאָך דער גאנצער חילוק צווישן 'חמץ' און 'מצה' ווי עס איז מבואר אין ספרים הקדושים. ביידע ווערטער האבן כמעט די זעלבע אותיות, נאר דער חילוק איז אז חמץ שרייבט מען מיט א ח' וואס איז ווי א פארמאכטע כלי און ווען מען דרייט עס איבער האט עס א גאנצע בית-קיבול, עס פארמאגט דעם שלעכטן 'תּוֹךְ' וואס קען ארייננעמען און האלטן אין זיך די אלע זאכן וואס מען דארף באמת ארויסווארפן פון זיך. דאגעגן מצה שרייבט מען מיט א ה' וואס האט א לאָך אין די זייט, עס פארמאגט נישט דעם "תוכו רע" און האלט נישט אין זיך די
נישט גוטע זאכן אויף צו לאנג...

איז אין דעם געהויבענעם זמן לאמיר נעמען דעם געלעגנהייט און טאקע 'ארבעטן' אויף זיך, אויף אונזער אייגענעם "תוכו רע" און בודק זיין אין די חורין וסדקין, אין די אלע שפאלטענעס און לעכער אין אונזער נפש וואו עס האט זיך אנגעזאמלט 'חמץ' און די שלעכטע געפילן, און מתפלל זיין צום אייבישטער אז ער זאל אונז שענקן און העלפן צו ווערן באנייט מיט א לב טהור, א ריינע אינערליכע כלי, וואס וועט טראכטן נאר גוטס אויף זיך און אויף אנדערע, און זוכה זיין צו ווערן אמת'דיגע 'בני חורין' באפרייט פון די אלע שלעכטע שעבודים און מחשבות וואס בינדן אונז אראפ און האלטן אונז צוריק פונעם ריכטיגן אור און טהרה.

לסיכום געדענק:
• ווען א איד טראגט זיך ארום מיט א זאק פון "תוכו רע" אין וועלכע ער האלט אלע זיינע חסרונות און עוולות וואס ער האט געטוהן, איז עס די גרעסטע גורם צו טומאה און נפילה ח"ו.
• די זעלבע איז בין אדם לחבירו, אונזער עבודה דארף זיין צו קענען מוחל זיין און זיך רוקן פאראויס, נישט האלטן די אלטע שווערע געפילן קעגן א צווייטן.
• חודש ניסן איז א זמן פון עבודה און איז מסוגל צו התחדשות, מיר קענען אין די טעג זוכה זיין אויפצושטאפן אונזערע אנגעפילטע הערצער!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר