מבריסק ועד קוסובה

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2238 מאל

מבריסק ועד קוסובה

שליחה דורך אלפא »

גיי איך מיר אריין אין ספרים געשעפט צוויי טעג צוריק, באגעגען איך מיר מיט א רעלאטיוו נייע ספר (תמוז תשפ"ג) מיטן נאמען 'מבריסק עד קוסובה'.
בריסק עד קוסובה.png
עס האט א ווייסע דעקל - אנדערש ווי דעם טינקעלעם 'נארם' אינעם געשעפט - האט עס גלייך געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט. עס האט מיר טאקע נישט גענארט, די סוב-טייטל ליינט זיך: 'יסודות ועקרונות פרשנות התלמוד - על עולמה של ההלכה, דת ומדע, אמונת חכמים ויסודות ההשקפה התורנית'.. עס איז היבש א sweeping טיטל, האב איך עס איבערגעדרייט נאר צו באגעגענען אן אינטערסאנטערע טיטל 'ספר זה פותח צוהר בפני הקורא, דרכו יוכל להביט על העימות בין האסכולות השונות ובין נושאי כליהם - גדולי התורה שחיינו משתתים עליהם. דרך ספר זה, הקורה יוכל להתבונן על העימות אשר התחולל בין ענקים, ענקים ברוח ובתורה, על השלכותיו של עימות זה על עולם התורה בכלל ועולם הישיבות בפרט. אגב גררא, ספר זה נוגע בעולמה הנסתר של היהדות על מרכיביה הבסיסיים. הספר דן על מושגי יסוד של עולמה של ההלכה, על הלכה, מטא-הלכה ומתודולוגיה תלמודית, על אגדה, אמונה ותיאולוגיה. הספר מציג נקודות יסודיות בעקרונות הפילוסופיה של היהדות המעצבת את צביון עולם ההלכה.'

די ערשטע זאך האב איך געכאפט א צוואנציגער און אפגעיאגט מיטן ספר - קודם איז עס אין מיינע הענט - איידער דער מוכר כאפט וואס ער האט דא אריינגעברענגט, און בכלל צו שטיצן א ספר - אין ספרים געשעפט - וועלכע האט דעם קוראזש צו לייגן בכלל אזאנע טיטלען און מטרות.

דער מחבר איז איינער אליהו הכהן מרגליות, עס פארמאגט נישט קיין אפציעלע פובלישונג, און ניטאמאל קיינע הסכמות. דער וואס ווייסט מער איבערן מחבר איז מכובד אריינצורעדן...
אינעם הקדמה איז ער זיך ברייט מתנצל פארן נישט נעמען קיין הסכמות, פארן טרעטן אין הייקעלע - קאנטרעווערסיאלע שטחים, און פארן נוצן אלגעמיינע אין נישט-אידישע מושגים א שטייגער ווי פילאזאפישע מושגים און ציטאטן פון פראפעסארן..

איך האב נאכנישט עקספיעט צו ליינען קיין סאך דערפון און איך קען נאך בכלל נישט אפשאצן דעם תוכן הספר. אבער די ביסל וואס איך האב יא געליינט שיינט עס ווי דער מחבר וויל פשוט אויסשמועסן סיי וועלכע נושא ער קען נאר וואס גרעניצט זיך מיט השקפה און קאנטראווערסיע, און ער טוט דאס זייער כיטערע אונטערן לבוש פון אנאלאזירן דעם חילוק צווישן בריסקער רב - מיטן חזון איש, אדער בעסער געזאגט צווישן דעם בריסקן צוגאנג צו לערנען/הלכה און די חזו"א'ס מהלך.

שוין אינעם ערשטן פוט-נאט (דף 89) ברענגט ער צו David Hume ,John Locke, Karl Popper, Francis Bacon, און John Stuart Mill, למען השם.
עס שיינט ווי ער ווארפט בקיאות און ווי ער וויל עס בכונה טון - ער קריכט אפט אין די ספר צווישן מאסן מושגים פשוט זיי צו דערמאנען און רופן ביים נאמען. זיינע פוט-נאטס זענען בכלל זייער לאנג פאר דעם סיבה..
בכל אופן איז עס לכאו' זיכער א גוטע אינצעקלאפידיע (בדמות ספר) פאר אסאך פילאזאפישע נושאים - ווי ער האט אויך אזא glossary ביים ענדע מיט א קורצע הסברה אויף יעדע מושג וואס ער דערמאנט.


ער האט נישט קיין פראבלעם צו אדרעסירן נושאים ווי עוואלוציע (ובכלל סייענס) אינעם ראם פון אידישקייט. ער ברענגט צו פון ר' גדליה נדל וואס ער האלט, ער ברענגט פון רש"ר הירש און פון רב קוק, פון הרב ברויאר און פון רב J.B. סולאוויציק. הגם ער אליין שטרייכט אונטער די (כלומר'שטע) פילצאליגע מהלכים עס צו פארענטפערן און וויאזוי דראוויניזם איז נישט קיין קאנקרעטע סייענס. (ליתר ביאור עיין כאן וכאן וכאן באמצע..) ענדיגט ער אבער צו מיטן באקאנטן רמב"ם אין מורה (ח"ב כ"ה) אז פשט אין די פסוקים איז די גרינגסטע זאך אנדערש אריינצוטייטשן אויב עס פעלט זיך אויס, און מיט די ווערטער פון רב קוק (אגרות הראי"ה ח"א קל"ד) 'ודבר אלקינו יקום לעולם'!.
אזוי אויך אדרעסירט ער אן קיין שרעק די ביקורת המקרא תנועה. אבער איך בין נישט קלאר וויפיל פון זיין אוועקמאכן די אלע טעאריעס וועלכע זענען אפציעל א סתירה מיטן /תורהמסורה איז טאקע בשיטה און וויפיל איז מער צו בארואיגן זיינע ליינער (וכדברי מיכאל אברהם על ספרו של עמית קולא).
אזוי צו אזוי איז עס א שיינע ליקוט..

איך וויל טאקע ציטירן איין פאראגראף מיט וועלכע ער ענדיגט זיין באשרייבונג איבער ביקורת המקרא (דף 440) - [דו-גלייבסט-אין-ג-ט אלערט]:
בשולי הדברים יש להדגיש, לדיון על ביקורת המקרא אין כלל השלכות מעשיות בהקשר לעולמה של ההלכה. גם אם נקבל איזה מן הטענות של מבקרי המקרא אין זה נוגע כלל לחיוב ולנאמנות שצריכה להיות לנו להלכה היהודית המתבססת על חכמי התלמוד. גם כאן נכללת ההלכה של "אפילו על ימין שהוא שמאל" - שאפילו יהיו טועים (לשון ספר החינוך, מצוה תצ"ו). חכמי התלמוד הינם הסמכות הבלעדית בהלכה היהודית. אין ולא ייתכן השלכות מעשיות בהלכה מחמת ביקורת המקרא.
זאל יעדע מאכן זיינע מסקנות דא...

ספוילער אלערט: ער האט אן ערשטע חלק צו די ספר איבער די גרויסקייט פון תורה שבעל פה, וואו ער ציטירט אפאר מדרשים וכו' וואס איז בכלל נישט אינטרעסאנט...


דאס איז עס פאר דערווייל פון מיין פערספעקטיוו, אדרבה, קויפטס עס, ליינטס עס, און געבטס איבער אייערע אייגענע געדאנקען איבערן ספר און איבערן כוונת המחבר...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אלפא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר