בלאט 1 פון 1

ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:36 am
דורך שפילער
מען הערט אין אלע אינטערוויווס אויף קול מבשר פון יודן וואס זענען געווען ביים טאטאלען ליקו און זייער באגייסטערונג דערפון , אויך זאגן זיי ווי מען האט געזעהן די נפלאות הבורא , אויך זאגן זיי אז יעדער האט איינגעזעהן אז סאיז דא א באשעפער אויף דער וועלט.

יעצט איז מיין שאלה ווי זעהט מען מער אז סאיז דא א בורא ביים ליקו החמה מער ווי יעדן טאג ווען די זין שיינט אויף אדער סרעגענט?

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:30 am
דורך היימלינד
אויב מען קוקט און טראכט זעהט מען טאקע יעדען טאג און אז נישט איז אפילו ביי א ליקוי אויכעט נישט, די חילוק איז נאר אז א זאך וואס קומט נאר מפעם לפעם איז א חידוש וואס מאכט טראכטען.

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:36 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז געווען אמאל ווען דער מלבי"ם איז געפארן ערגעץ מיט זיינע תלמידים אויף א טרעין. ווען ס'איז געקומען דער זמן פון נץ החמה איז ער צוגעגאנגען צו די פענצטער און ער האט שטארק געקוקט. פלוצלינג געט ער א שפרינג אויף און ער זאגט "נפלאות הבורא". די תלמידים האבן צוערשט נישט פארשטאנען פון וואס זייער רבי איז אזוי שטארק נתפעל געווארן. האט ער זיי געזאגט מיט וואונדער...עטץ האטץ נישט געזעהן? די נץ החמה. דאס איז דאך אזא וואונדערליכע זאך.

נאר ביי א ליקוי חמה זעהט מען עס מער באשיינפערליך (אידן און גויים צוגלייך). מ'שפירט עס ממש אין די ביינער.

ווי ס'שטייט אין פסוק..."ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלוקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה"...!

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:47 pm
דורך [NAMELESS]
רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל איז בסוף ימיו געפאהרען קיין שווייץ
האט מען איהם געפרעגט : היתכן? פארברענגען צייט אזוי אויף גארנישט?
האט ער געזאגט : ווען איך וועל קומען אויף יענער וועלט וועט דער באשעפער מיר פרעגען = נו שמשון, וואס זאגסטו צו מיינע שיינע אלפען?

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:53 pm
דורך yesiknow
ווען איינער שטייט אויף אינדערפרי טראכט מען נישט אז דער באשעפער פירט די וועלט אויב ער בלייבט אין בעט אויף זיין אייביגע רוה מאכט עס מענטשען (וואס טראכטען נישט) טראכטען.
וכהנה רבות די מוח דארף סטימולעטאן טא קיפ איט גואינג

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:02 pm
דורך אפטימיסטיש
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:36 am מען הערט אין אלע אינטערוויווס אויף קול מבשר פון יודן וואס זענען געווען ביים טאטאלען ליקו און זייער באגייסטערונג דערפון , אויך זאגן זיי ווי מען האט געזעהן די נפלאות הבורא , אויך זאגן זיי אז יעדער האט איינגעזעהן אז סאיז דא א באשעפער אויף דער וועלט.

יעצט איז מיין שאלה ווי זעהט מען מער אז סאיז דא א בורא ביים ליקו החמה מער ווי יעדן טאג ווען די זין שיינט אויף אדער סרעגענט?
נעכטן אויפ'ן וועג אהיים פונעם טאטאלע ליקוי אבזערוואציע האב איך אויסגעהערט ר' שלמה ערליך (אויף LATEST TALKS) און כ'הער דארט ווי ער רעדט ארום איבער די געוואלדיגע נפלאות הבורא וואס מ'זעהט ביי שוועמלעך, ער פארציילט דארטן איבער 14 טויזענט באזונדערע סארט מאשרום'ס וואס זענען פארהאן, און די חילוקים צווישן זיי (כנוסח ר' אביגדור מיללער).

אזוי הערנ'דיג טראכט איך צו מיר: אויב קען איך זעהן אזויפיל נפלאות הבורא פון איינפאכע שוועמלעך, וואס האט מיר אויסגעפעלט צו טרעוולען הונדערטער מיילן צו זעהן די נפלאות הבורא פונעם ליקוי חמה?

און כ'בין געקומען צו די איינערקענונג אז אין אמת'ן אריין די סיבה פארוואס איך בין געפארן איז טאקע נישט צוליב א מאנגל אין לאקאלע נפלאות הבורא, נאר ליבערשט צוליב א מאנגל אין FACINATING נפלאות הבורא, א זאך וואס דו זעהסט יעדן איינציגן טאג נאכאנאנד, ווערט רעגיסטרירט אין מח אלס א רעגולערע מינדערוויכטיגע פאסירונג וועלכע פאדערט נישט קיין גרויס אויפמערקזאמקייט (בבחינת נס בתוך הטבע), ווידעראום ווען דו זעהסט א נאטורליכער פענאמענאן וואס איז אויסערארדנטליך, און געשעהט גאר זעלטן, דאן איז עס זייער אויפפאלנד פאר'ן מח (בבחינת נס חוץ לדרך הטבע)‏, דעריבער ווען א מענטש זעהט אז די געווענליכע חובות הלבבות מעטאדן (פון איינזעהן די רוטינע פלאי הבורא) איז נישט מאסגעבנד אים צו אינספירירן צו אהבת השם, דאן ברויך ער זיך סטימיולירן מיט מער דראסטישע און ראדיקאלע נאטור'ליכע ערשיינונגען, א שטייגער ווי א ליקוי חמה, א שטייגער ווי מ'נוצט אן עלעקטריק שאק אויפצולעבן איינעם'ס הארץ.

איינמאל ער האט דעם סטימיולאציע, וועט עס אים העלפן אנצוהאלטן זיין ענטוזיאזם צום בורא פאר א שטיקל וויילע

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:12 pm
דורך berlbalaguleh
נאר אונז דארפן מיר זעהן צו אנערקענען די נפלאות הבורא אין רוטינעם, טאג טעגליכן לעבן. און די השגחה פרטית וואס ערשיינט א יעדן איינציגן טאג.

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:21 pm
דורך היימלינד
אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:02 pm
אזוי הערנ'דיג טראכט איך צו מיר: אויב קען איך זעהן אזויפיל נפלאות הבורא פון איינפאכע שוועמלעך, וואס האט מיר אויסגעפעלט צו טרעוולען הונדערטער מיילן צו זעהן די נפלאות הבורא פונעם ליקוי חמה?
איך רעד נישט פון דיר ווייל איך קען דיר נישט אבער בכלליות דארף מען נישט טראכטען אזוי טיעף פארוואס מענטשען זענען געפארען

FOMO, יעדער, מצב, שטיק, כ'האב עניוועי נישט וואס צו טוען, ועוד ועוד

איז דיין הסבר זייער שיין טאקע און קען זיין דיין סיבה, עס מיינט אבער נישט אז דאס איז יעדעמ'ס סיבה

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:47 pm
דורך berlbalaguleh
נאר לאמיר דאס נישט אוועקמאכן: דאס איז געווען זייער א שטארקע און אפענע הוכחה אז "יש בעל לבירה". ס'איז דא א בעל הבית אויף די וועלט. דער באשעפער.

איך האב געהערט מער ווי איין גוי זאגן אז דאס (די ליקוי החמה) ווייזט ווי קליין די מענטשן זענען אקעגן די גרויסע יוניווערס. וואס זענען אויך מודה אז דער אייבישטער האט דאס אלעס באשאפן.

ס'איז דא א פסוק אין תהלים..."יבושו ויחפרו מבקשי רעתי וכו'". ס'איז נישט פונקטליך אויף דעים. נאר מ'קען עס ארויפלייגן. אז די סייענטיסטן די אפיקורסים וועלכע גלייבן נישט אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט. יא דארווין און זיינע אנהענגער מוזן איינזעהן די גדלות הבורא. אז מיליאנען מענטשן. אפילו גויים זעהען אויך איין די גדלות הבורא.

ס'איז בבחינת ווי ס'שטייט אין פסוק..."ומלאה הארץ דעה את ה'. כמים לים מכסים"...!

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:51 pm
דורך סקעפטיקער
איך האב טאקע געזעהן נעכטן ווי אלע כופרים אנטלויפן צו די מייזן לעכער פון די געוואלדיגע בושה וואס דו גאנצע וועלט האט איינגעזעהן אז יש מנהיג לבירה

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:01 pm
דורך צקון לחש
וכיהודה ועוד לסקעפטיקער, איך קען ממש נישט פארשטיין פארוואס זאל גאט אויסשטעלן א סיסטעם וואס ערלויבט ליקוי המאורות... אתמהה! (נישט אז א גאט קען מען פארשטיין אבער ס'איז אזויווי איינער זאל זאגן אז די אכזריות פון די נאציס ווייזט אויף גדלות הבורא...)

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:27 pm
דורך צוויי
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:36 am מען הערט אין אלע אינטערוויווס אויף קול מבשר פון יודן וואס זענען געווען ביים טאטאלען ליקו און זייער באגייסטערונג דערפון , אויך זאגן זיי ווי מען האט געזעהן די נפלאות הבורא , אויך זאגן זיי אז יעדער האט איינגעזעהן אז סאיז דא א באשעפער אויף דער וועלט.

יעצט איז מיין שאלה ווי זעהט מען מער אז סאיז דא א בורא ביים ליקו החמה מער ווי יעדן טאג ווען די זין שיינט אויף אדער סרעגענט?
טאקע פון די ליקו, לערנט מיך זיך ארויס און מען הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די זוהן יעדן אינדעפרי ווען ס'שיינט אויף
די יוצר אור ובורא חושך פון די קומענדיגע טעג וועט זיך זאגן אינגאנצן אנדערש, צו לויבן השי"ת פאר זיינע וואונדער פאר די זוהן וואס שיינט אויף און גייט אונטער יעדן איינציגסטן טאג, און פאר זיינע אלע וואונדער וואס ער האט באשאפן
"ובטובו מחדש בכל יום תמיד מעשה בראשית"

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:35 pm
דורך אפטימיסטיש
היימלינד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:21 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:02 pm
אזוי הערנ'דיג טראכט איך צו מיר: אויב קען איך זעהן אזויפיל נפלאות הבורא פון איינפאכע שוועמלעך, וואס האט מיר אויסגעפעלט צו טרעוולען הונדערטער מיילן צו זעהן די נפלאות הבורא פונעם ליקוי חמה?

איז דיין הסבר זייער שיין טאקע און קען זיין דיין סיבה, עס מיינט אבער נישט אז דאס איז יעדעמ'ס סיבה
מתוך שלא לשמה בא לשמה

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:37 pm
דורך אפטימיסטיש
צקון לחש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:01 pm וכיהודה ועוד לסקעפטיקער, איך קען ממש נישט פארשטיין פארוואס זאל גאט אויסשטעלן א סיסטעם וואס ערלויבט ליקוי המאורות... אתמהה! (נישט אז א גאט קען מען פארשטיין אבער ס'איז אזויווי איינער זאל זאגן אז די אכזריות פון די נאציס ווייזט אויף גדלות הבורא...)
וויאזוי דען זאל ער ווייזן א סימן רע לעכו"ם?... (עיין סוכה כט)

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:53 pm
דורך שפילער
צוויי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:27 pm
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:36 am מען הערט אין אלע אינטערוויווס אויף קול מבשר פון יודן וואס זענען געווען ביים טאטאלען ליקו און זייער באגייסטערונג דערפון , אויך זאגן זיי ווי מען האט געזעהן די נפלאות הבורא , אויך זאגן זיי אז יעדער האט איינגעזעהן אז סאיז דא א באשעפער אויף דער וועלט.

יעצט איז מיין שאלה ווי זעהט מען מער אז סאיז דא א בורא ביים ליקו החמה מער ווי יעדן טאג ווען די זין שיינט אויף אדער סרעגענט?
טאקע פון די ליקו, לערנט מיך זיך ארויס און מען הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די זוהן יעדן אינדעפרי ווען ס'שיינט אויף
די יוצר אור ובורא חושך פון די קומענדיגע טעג וועט זיך זאגן אינגאנצן אנדערש, צו לויבן השי"ת פאר זיינע וואונדער פאר די זוהן וואס שיינט אויף און גייט אונטער יעדן איינציגסטן טאג, און פאר זיינע אלע וואונדער וואס ער האט באשאפן
"ובטובו מחדש בכל יום תמיד מעשה בראשית"
די חברה לייגן אראפ כאילו די אפיקורסים שרייען אז אצבע אלוקים הוא אויף דעם פרעג איך ווי פונקטליך זעהט מען מער אז יש מנהיג לבירה ביים ליקו מער ווי יעדן טאג ווען די זון שיינט אויף!

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:54 pm
דורך נפה
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:47 pm נאר לאמיר דאס נישט אוועקמאכן: דאס איז געווען זייער א שטארקע און אפענע הוכחה אז "יש בעל לבירה". ס'איז דא א בעל הבית אויף די וועלט. דער באשעפער.

איך האב געהערט מער ווי איין גוי זאגן אז דאס (די ליקוי החמה) ווייזט ווי קליין די מענטשן זענען אקעגן די גרויסע יוניווערס. וואס זענען אויך מודה אז דער אייבישטער האט דאס אלעס באשאפן.

ס'איז דא א פסוק אין תהלים..."יבושו ויחפרו מבקשי רעתי וכו'". ס'איז נישט פונקטליך אויף דעים. נאר מ'קען עס ארויפלייגן. אז די סייענטיסטן די אפיקורסים וועלכע גלייבן נישט אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט. יא דארווין און זיינע אנהענגער מוזן איינזעהן די גדלות הבורא. אז מיליאנען מענטשן. אפילו גויים זעהען אויך איין די גדלות הבורא.

ס'איז בבחינת ווי ס'שטייט אין פסוק..."ומלאה הארץ דעה את ה'. כמים לים מכסים"...!
פארוואס ווייזט א ליקוי (מער ווי יעדע אנדערע זאך אין די טבע) אז גאט האט באשאפן די וועלט?

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 7:11 pm
דורך אפטימיסטיש
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:53 pm
צוויי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:27 pm
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:36 am מען הערט אין אלע אינטערוויווס אויף קול מבשר פון יודן וואס זענען געווען ביים טאטאלען ליקו און זייער באגייסטערונג דערפון , אויך זאגן זיי ווי מען האט געזעהן די נפלאות הבורא , אויך זאגן זיי אז יעדער האט איינגעזעהן אז סאיז דא א באשעפער אויף דער וועלט.

יעצט איז מיין שאלה ווי זעהט מען מער אז סאיז דא א בורא ביים ליקו החמה מער ווי יעדן טאג ווען די זין שיינט אויף אדער סרעגענט?
טאקע פון די ליקו, לערנט מיך זיך ארויס און מען הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די זוהן יעדן אינדעפרי ווען ס'שיינט אויף
די יוצר אור ובורא חושך פון די קומענדיגע טעג וועט זיך זאגן אינגאנצן אנדערש, צו לויבן השי"ת פאר זיינע וואונדער פאר די זוהן וואס שיינט אויף און גייט אונטער יעדן איינציגסטן טאג, און פאר זיינע אלע וואונדער וואס ער האט באשאפן
"ובטובו מחדש בכל יום תמיד מעשה בראשית"
די חברה לייגן אראפ כאילו די אפיקורסים שרייען אז אצבע אלוקים הוא אויף דעם פרעג איך ווי פונקטליך זעהט מען מער אז יש מנהיג לבירה ביים ליקו מער ווי יעדן טאג ווען די זון שיינט אויף!
קוק אהער!, כ'גלייב נישט אז ס'פארהאן אפילו איינער וואס איז געווען אן אטעאיסט ביז'ן ליקוי, און ביים ליקוי האט ער זיך עפעס איבערצייגט אויף פארקערט (עיין ערך confirmation bias).

נו ווערט דאך שווער: וואס האבן די חברה אויף קול מבשר געמיינט צו זאגן???....

טאקע א שווערע קושיא, די מפרשים שטעלן זיך שוין דערויף...

ולענ"ד אפשר לומר אז די עצם פאקט אז די בריאה איז עפעס אזוי מין שטארק PREDICTABLE עד כדי כך אז מ'קען פאראויסשאצן ווען ס'וועט פאסירן א ליקוי חמה, פונקטליך די סעקונדע ווען - און די לאקאציע ווי - עס וועט פארקומען. דאס טוט אנצייגן אז ס'איז פארהאן אינטעלידזשענט דיזיין (אויך באקאנט אלס CREATIONISM), ווארום טאמער איז אמת אז זאכן געשעהן פון זיך אליין אן קיין שום חשבון, נאר ליבערשט ביי עקסידענט, דאן וויאזוי איז מעגליך אז ביי עקסידענט האט זיך אנטוויקלט אזא PREDICTABLE יוניווערס? אין א עקסידענטל יוניווערס דארפן ווייטער פאסירן עקסידענטס, און די פאקט אז דו קענסט שוין יעצט אויסרעכענען די קומענדיגע ליקוי חמה פון 2045 ווייזט אויף א יוניווערס דיזיינט ביי א בורא וואס האט געוואלט עס זאל ראנען אין א געוויסע סדר

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 7:53 pm
דורך שמן למאור
מנשסתר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:47 pm רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל איז בסוף ימיו געפאהרען קיין שווייץ
האט מען איהם געפרעגט : היתכן? פארברענגען צייט אזוי אויף גארנישט?
האט ער געזאגט : ווען איך וועל קומען אויף יענער וועלט וועט דער באשעפער מיר פרעגען = נו שמשון, וואס זאגסטו צו מיינע שיינע אלפען?

איך קען טאקע אידן וואס זענען גאר שטארק מקפיד צו פארן זען אלע שיינע בערג אין אלע עקן וועלט צוליב די מעשה.

זיי זענען עפעס נישט אזוי באזארגט אז ווען זיי וועלן אנקומען אויף יענע וועלט וועט מען זיי אפירהאלטן = נו שמשון, וואס זאגסטו צו מיינע שיינע תוספות?

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:16 am
דורך וואלווי
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 7:53 pm

ווייל נישט א יעדער קען אנקומען צו פארשטיין תוספות און אוודאי נישט זעהן די "שיינע" תוספות.

אבער זעהן שיינקייט פון די בריאה, דהיינו זעהן די וועלט דורך א לענס פון מכיר זיין די טוב, דאס קען א יעדער.

Re: ליקו החמה - גדלות הבורא

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:06 pm
דורך היימלינד
וואלווי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:16 am
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 7:53 pm
מנשסתר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:47 pm רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל איז בסוף ימיו געפאהרען קיין שווייץ
האט מען איהם געפרעגט : היתכן? פארברענגען צייט אזוי אויף גארנישט?
האט ער געזאגט : ווען איך וועל קומען אויף יענער וועלט וועט דער באשעפער מיר פרעגען = נו שמשון, וואס זאגסטו צו מיינע שיינע אלפען?

איך קען טאקע אידן וואס זענען גאר שטארק מקפיד צו פארן זען אלע שיינע בערג אין אלע עקן וועלט צוליב די מעשה.

זיי זענען עפעס נישט אזוי באזארגט אז ווען זיי וועלן אנקומען אויף יענע וועלט וועט מען זיי אפירהאלטן = נו שמשון, וואס זאגסטו צו מיינע שיינע תוספות?
ווייל נישט א יעדער קען אנקומען צו פארשטיין תוספות און אוודאי נישט זעהן די "שיינע" תוספות.

אבער זעהן שיינקייט פון די בריאה, דהיינו זעהן די וועלט דורך א לענס פון מכיר זיין די טוב, דאס קען א יעדער.
אין אנדערע זאגען אז רש"ר הירש האט געוואוינט אין יענע געגענט ממילא האט ער געהאלטען אז מען וועט איהם פארהאלטען.

א תוספות איז נאנט צו יעדעם... די תורה זאגט לא רחוקה היא