בלאט 1 פון 3

א פרישע ביכל קלאב

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 8:38 pm
דורך תרמב
א גוטן חברה!

ס'קומט פסח און מיט דעם קומט א פארפלייצונג פון מאגאזינען און גליונות, אלע קאלירן און גרויסע פנימער אויף די דעקלעך, גראבע אנגעפאקטע בעגס מיט ביילאגעס, איך פלעג ערליך איינקויפן אסאך מאגאזינען ביז איך האב זיך אויסגעלערנט אז ס'איז נישט מוראדיג אינטערסאנט, זייער אסאך ארטיקלען זענען רעסייקלט, אפילו ס'איז געשריבן פון פריש איז עס די זעלבע נושא וואס דער צווייטער מאגאזין האט שוין געשריבן פאראיאר, על כל פנים איך האב אויפגעהערט צו קויפן די זאכן.

איך דארף דאך עפעס לייענען שבת און יום טוב ווען קאווע שטיבל און אייוועלט איז נישט אוועילעבל, האב איך זיך גענומען קויפן ביכער, דא אויף קאווע שטיבל איז דא א פיינע אשכול פון ביכער, גאר אסאך ביכער פון דארט האב איך געקויפט און געלייענט, יעצט קומט פסח וויל איך איינקויפן נאך ביכער, האב איך געקלערט אז איך וועל בעטן דעם עולם דא זאל העלפן מיט רעקאמאנדאציעס.

איך עפן א נייע אשכול אפילו ס'איז שוין דא אזא אשכול, ווייל איך ווייס אז אזוי וועט עס זיין מער אפעקטיוו, ביי די מאווי'ס האט מען געעפענט א פרישע מאווי קלאב אשכול האט עס געהאלפן אפילו ס'איז שוין געווען אזא אשכול.

בעט איך דעם עולם זיך אנצורופן ווארים, מיט אלע סארטן רעקאמאנדעישאנס, אלע נושאים, אידישקייט, ראמאנס, פיקציע, אידיש, ענגליש און העברעיש. און איך וועל גאר שטארק אפרישיעטן.

יישר כוח למפרע!

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 8:58 pm
דורך כרם זית
Wow יישר כח @תרמב. סהדי במרומים אז איך האב פינקט היינט געטראכט פון עפענען אזא אשכול!

די ערשטע זאך וועלכע איך צולינקן צו קובץ "המעיין" פון חודש ניסן. איך האב עס נאך נישט דורכגעלייענט אבער איך בין זיי מעמד על חזקתם אז זיי האבן אייביג עפעס אינטערעסאנט.

https://www.machonso.org/hamaayan/?gilayon=73

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 9:26 pm
דורך כספי
איך האב לעצטנס געליינט א נייע ביכל, מיטן נאמען 'מיסטעריעזע שריפטן', געשריבן דורך 'הרב שמואל פוקס', אלעס איבער די באוואסטע מגילת ים המלח, און אלעס ארום, עכט האב איך געהאט אין פלאן אפצושרייבן א לענגערע אפשאצונג אויפן ביכל, ביזדערווייל בין איך אבער נישט אנגעקומען, אפשר וועט עס נאך געשען
ס'האט גאר אסאך אינטרעסאנטע חלקים, קודם די עצם מעשה ווי וואס און ווען, נאכדעם צונעמט ער גאר אסאך טעאריעס, און יעדע טעאריע איז ער גוט מסביר, ער פאנגט אן פון די שורש און ער פארט ארום און ארום, ביז ער קומט צוריק. אינצווישן ווערט מען קלארער און גאר אסאך נושאים ווי למשל די איסיים וואס ער איז זייער פארנומען וכדו'
העכסט רעאקאמענדירט פאר איינער וואס האט ליב היסטאריע און טעאריעס.

חסרונות: דער שרייבער זעט אויס צו זיין א עילוי, וועגן דעם קען זיך מאכן אז ער חזר'ט איבער אפאר מאל זאכן וואס ער האט שוין געשריבן, אזוי אויך בשעת'ן ליינען דעם ביכל קומט מען נישט ארויס קלאר, ווייל ס'איז דא אזויפיל טעאריעס, און יעדע טעאריע האט אסאך חלקים און חילוקים וכו', סוף ביכל נעמט ער יא גוט צאם אלע טעאריעס וכו', אבער נאך אלץ קומט מען נישט ארויס אינגאנצן קלאר.
אויך איז ער ווי פארשטענדליך געבינדן צו אמיתת התורה, סאו ער איז נישט אינגאנצן אביעקטיוו

פון דא און ווייטער איז דא א שטיקל שמועס פון די חכמי השטיבל @יידל און @יאיר וכו', איבער די מגילות ים המלח

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:00 pm
דורך berlbalaguleh
איך זאג נאכאלץ (אזוי ווי כ'האב שוין געזאגט פון פריער) אז די סיפורי מעשיות פון דעם גרויסן אידיש שרייבער חיים גראדע (א געוועזענער תלמיד פון חזון אי"ש) וועלכער לייגט אראפ דאס אידישע לעבן אין די שטאט ווילנא צווישן די צוויי וועלט מלחמות.

איין ביכל הייסט "די קלויז און די גאס". די צווייטע הייסט "דער שטומער מנין". ער האט געשריבן נאך ביכלעך. איך האב נישט אלע אדורכגעליינט. נאר די צוויי אנטהאלטן וואונדערליכע מעשיות. און שילדערונגען פון דעם טאג טעגליכן לעבן פון די אידישע איינוואוינערס אין די שטאט וילנא. וואס מ'האט גערופן ירושלים ד'ליטא.

ער שילדערט דארט אלע איינוואוינערס פון לייבע לייזער'ס הויף. די גאר פרומע ווי ר' חזקיה טייטלבוים דער שלאסער. און משה'לע מונוואס דער פרייער הפקר יונג און ליידיגגייער. און אלעס אינצווישן.

אויך פארציילט ער פארוואס דער "שטומער מנין" האט אזוי געהייסן. און די אלע כאראקטערס וועלכע האבן געהאט א שייכות מיט דעם פלאץ.

נאך א מעשה וואס ער פארציילט איז ווי א פאר אלטע זיידעס בעל בת'ישע אידן זענען געזיצן אין א ביהמ"ד, קלויז ישן. דארט האבן זיי פארברענגט די טעג. און וויאזוי די זקנים האבן זיך געספראוועט מיט דעם אנקום פון "אסיען"/ הערבסט. און אינמיטן די ברענעדיגע פראסט פון ווינטער האבן א פאר אידישע קינדערלעך, תינוקות שנשבו וועלכע זענען געגאנגען אין א אידישע שול. וואו מ'האט נישט געלערנט חומש מיט רש"י און שמע ישראל. פארבלאנדזשעט אין קלויז ישן. וואו ס'איז געווען פיין ווארעם. און א יעדער פון די זקנים האט "אדאפטירט" איינעם אדער צוויי פון די קינדער און זיי געגעבן ממתקים. לעקעך און קענדיס. און זיי האבן געלערנט מיט די אידישע קינדער תורה.

ווען ס'איז געווארן א ביסל ווארימער זענען שוין די קינדערלעך נישט געקומען אין ביהמ"ד. די אלטע לייט האבן זיך שטארק געבענקט נאך זיי. איינע פון די מאמעס פון די קינדער וועלכע איז נישט געווען א ל"ו צדיקת האט זיך באקלאגט אז די זיידעס ווילן מאכן זיערע קינדער "פרום".

די אידשע פובליקאציעס וואלטן געקענט אנהייבן באשרייבן די מעשיות. ס'איז נאר דא איין פראבלעים. דער מחבר האט נישט זייער שטארק מקפיד געווען אייביג צו שרייבן בלשון נקיה.

ווען מ'זאל עס קענען אויסרייניגן (פילטערן) און ארויסנעמען געוויסע חלקים וואלט דאס געווען אן אומשאצבארער אוצר.

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:59 pm
דורך בר גיורא
א געוואלדיגע געדאנק אויצפרישען די בוק קלאב דא.
אפשר זאל מען גרינדען א געהעריגע היימישע בוק קלאב, ווי יעדע וואך וועט מען ליינען צוזאמען א געוויסע בוך (קען זיין א דיגיאטלע) און דיסקוסירען נאכדעם.

אגב, לעצטענס געליינט 2 גאר אינטרעסאנטע ביכער.
1) Chip War איבער די היסטאריע פון די קאמפיוטער טשיפ דעוועלאפמענט. די פאור דינאמיקס די לעצטע 50 יאר וואס איז אין א גרויס חלק אנגעבינדען אין קאמפיוטינג. אויך צינעמט ער די גלאבאלע טשיפ סופליי טשעין, וואס געשעט אויב 1 חלק פון די טשעין ארבעט נישט (אזוי ווי סאיז געשען 2 יאר צוריק), און די טעכנישע חלק וויאזוי טשפיס ארבטען און ווערן געבויט. סאיז ממש אומגלויבלעך ווי ווייט מאיז געקומען פון 30 יאר צוריק אין די הינזיכט.

2)Mavericks, Mystics & False Messiahs, געשריבען ביי פיני דאנער, ווי ער דעקט אויף גאר אנטרעסאנטע שטיקלעך פון אידישע היסטאריע אזוי ווי שבצי צבי, גט מקליווע, און נאך.
כוועל דארפען שרייבען עקסטער וועגן די ביכער אין עברית.

בהצלחה!

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 9:46 am
דורך [NAMELESS]
שכח @תרמב פארן באנייען די קלאב, ס׳וואלט טאקע געוועהן א גוטע איידיע ארויפצוברענגען צוויי דריי בוקס יעדע חודש וזה החלי בעזהי״ת.


1) די סודותד׳יגע מלחמה מיט איראן, (the secret war with iran) געשריבן דורך רונן ברגמן, א רעספעקטעד איזראעלי דשורנאליסט פאר yנעט, ווי אויך שרייבט ער פאר די נ״י טיימס, די ביכל באשרייבט די היסטאריע פון די קאנפליקט צווישן די מערב וועלט לענדער מדינת ישראל מיט איראן , אנגעהויבן פון די צייטן ווען איראן איז נאך געוועהן אין פריינטליכע באציאונגען מיט די וועלט, און גייט אריבער די גאנצע תקופה פון די שאה (די נאמען פון א איראנער פירער), די איראנער רעוועלוציע, אסאך שפיאנאזש אקציעס צווישן אמעריקע און איראן, די גאנצע אויפבוי פון די רעוועלוצניאנע גארדס, ווי אויך די באציאונגען מיט מדנ״י דורכאויס די יארן, די אויפבוי פון איראנע פראקסי גרופעס ועוד, די ביכל איז גאנץ גוט געשריבן און לייענט זיך זייער פליסיג.

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 11:34 am
דורך ליב צו וויסן
Bad therapy געשריבן דורך Abigail Shriar.

א בוך וואס צושאקלט שטארק די היינטיגע מהלך צו קינדער טערעפי.

ס'האט מיר געטוישט מיין גאנצע צוגאנג צו טעראפי, און ס'העלפט מיר שטארק אין לעבן.

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 11:42 am
דורך בר גיורא
עמקות המחשבה האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 9:46 am שכח @תרמב פארן באנייען די קלאב, ס׳וואלט טאקע געוועהן א גוטע איידיע ארויפצוברענגען צוויי דריי בוקס יעדע חודש וזה החלי בעזהי״ת.


1) די סודותד׳יגע מלחמה מיט איראן, (the secret war with iran) געשריבן דורך רונן ברגמן, א רעספעקטעד איזראעלי דשורנאליסט פאר yנעט, ווי אויך שרייבט ער פאר די נ״י טיימס, די ביכל באשרייבט די היסטאריע פון די קאנפליקט צווישן די מערב וועלט לענדער מדינת ישראל מיט איראן , אנגעהויבן פון די צייטן ווען איראן איז נאך געוועהן אין פריינטליכע באציאונגען מיט די וועלט, און גייט אריבער די גאנצע תקופה פון די שאה (די נאמען פון א איראנער פירער), די איראנער רעוועלוציע, אסאך שפיאנאזש אקציעס צווישן אמעריקע און איראן, די גאנצע אויפבוי פון די רעוועלוצניאנע גארדס, ווי אויך די באציאונגען מיט מדנ״י דורכאויס די יארן, די אויפבוי פון איראנע פראקסי גרופעס ועוד, די ביכל איז גאנץ גוט געשריבן און לייענט זיך זייער פליסיג.
@עמקות המחשבה.
כהאב הנאה אז האסט ארויפגעברענגט רונן ברגמן.
ער האט שוין געשריבען כמעט 10 ביכער, רוב איז נאר דא אין עברית. איך וואלט שטארק רעקאמענדירט זיין מערסט פאפולערע בוק "Rise and kille first" איבער די מוסד. און ווי ער דעקט אויף אסאך מוסד אפעראציעס און בכלל ווי אזוי די גאנצע איזראעלי שפיאנאזש ארבעט.

ווי אויך איז דא א בוך "Spies of no coutry" פון Matti Friedman וואס שרייבט איבער די ערשטע איזראעלי שפיאנען פון פאר, און בשעת די לאנד האט זיך געגרינדעט.
איך האב עס דורכגעליינט און 1 אטעם. סאיז א געהעריגע דראמא בוך.

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 4:51 pm
דורך תרמב
שכוח יעדער איינער פארן ארויסהעלפן מיט עצות איך זאל האבן וואס צו לייענען פאר פסח.

איך האב געקויפט עטליכע פון די פארגעשלאגענע ביכער.

אבער מ'קען נאך ארויסהעלפן דעם קלאב ווייטער, מ'דארף דאך האבן וואס צו לייענען נאך פסח אויך.

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 5:23 pm
דורך Nanach
ווי קען מען באקומען נאחז בסבך און אמעריקה (אנליין)

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 5:24 pm
דורך חדשים
הארטע קאפי ביי טובי’ס

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 5:37 pm
דורך Nanach
איך בין נישט אין ניו יארק, ווי קען איך עס באשטעלן אנליין?

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 6:08 pm
דורך אלפא
די ספר מבריסק עד קוסובה איז היבש אייגנארטיג און אינטרעסאנט, עס איז סתם אזוי א גוטע ליקוט פאר מקורות איבער געוויסע קאנטראווערסאלע נושאים (טעותים אין חז"ל, עוואלוציע ויהדות, פיליזאפישע מושגים, וכו'). פון זיין פעדער האט מען שוין אבער געהערט בעסערס.

איך זוך מיט ליכט מיכאל אברהםטרילוגיה (פרינט עדישאן), אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען עס נאר באקומען אין ארץ ישראל.
איינער א שליח??

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 7:15 pm
דורך צקון לחש
אלפא האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 6:08 pmאיך זוך מיט ליכט מיכאל אברהםטרילוגיה (פרינט עדישאן), אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען עס נאר באקומען אין ארץ ישראל.
איינער א שליח??
אלפא זוכט ווארשיינליך א שליח קיין אייראפע אבער מענין לענין -
איך וואונדער זיך שוין לאנג צו דען איז נישטא אין אמעריקא גענוג א גרויסע קלייענטעל פאר א געשעפט וואס זאל נארמאל פארקויפן אויפגעכאפטע העברעאישע ביכער?

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 7:20 pm
דורך Nanach
וואספארא אידישע ביכער איז עוועילעבל אף עמעזאן פאר די אשת חיל (פרינטעד ביי עמעזאן) איך האב מיר יעצט דערמאנט צו באשטעלן און איך וויל עס נאך אויף יום טוב (די וועקערס האב איך שוין)

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 9:29 pm
דורך טליתנאה
צקון לחש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 7:15 pm
אלפא האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 6:08 pmאיך זוך מיט ליכט מיכאל אברהםטרילוגיה (פרינט עדישאן), אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען עס נאר באקומען אין ארץ ישראל.
איינער א שליח??
אלפא זוכט ווארשיינליך א שליח קיין אייראפע אבער מענין לענין -
איך וואונדער זיך שוין לאנג צו דען איז נישטא אין אמעריקא גענוג א גרויסע קלייענטעל פאר א געשעפט וואס זאל נארמאל פארקויפן אויפגעכאפטע העברעאישע ביכער?
steimatzky.co.il
שיפינג איז רעלאטיוו ביליג, איך פיר מיך צו קויפן 3-4 ביכער יעדע פאר חדשים, איבער 300 ש"ח איז פרי שיפינג

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 10:37 pm
דורך נעקסט לעוועל
אלפא האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 6:08 pm איינער א שליח??
אויב רעלעווענט קענסט דעליווערן צו מיר אין ירושלים
ביז די טרעפסט א שליח
(געוויסע אניודשעל ספרים/בוקס זענען נאר עוועילעבל פאר א קורצע וויילע אויפן וועבזייטל, דערנאך דארף מען זיך שוין טייל מאל דערשנאפענען צו די געשעפטן לענגאויס די יפו שטראסע און האפן אז עמיצער וועט עס נאך האבן אין סטאק)

ובזה הצעתי שלוחה, אויב עמיצער דארף עפעס א ספר/בוק פון די מארקעט דא אינעם הייליג לענדל, קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי, כהעל פרובירן צו ארויסהעלפן זיכן און די לאקאלע געשעפטן.

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 11:26 pm
דורך חדשים
טליתנאה האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 9:29 pm
צקון לחש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 7:15 pm
אלפא האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 6:08 pmאיך זוך מיט ליכט מיכאל אברהםטרילוגיה (פרינט עדישאן), אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען עס נאר באקומען אין ארץ ישראל.
איינער א שליח??
אלפא זוכט ווארשיינליך א שליח קיין אייראפע אבער מענין לענין -
איך וואונדער זיך שוין לאנג צו דען איז נישטא אין אמעריקא גענוג א גרויסע קלייענטעל פאר א געשעפט וואס זאל נארמאל פארקויפן אויפגעכאפטע העברעאישע ביכער?
steimatzky.co.il
שיפינג איז רעלאטיוו ביליג, איך פיר מיך צו קויפן 3-4 ביכער יעדע פאר חדשים, איבער 300 ש"ח איז פרי שיפינג
איך זע נישט דארט דאס וואס אלפא זוכט. האסט אפשר א לינק?

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 11:37 pm
דורך לבונה זכה
איך זוך שוין לאנג א סעלושאן פאר ביכער און ספרים וועלכע איך דארף שוין נישט, אבער מעגליך אן אנדערער וואלט זיך צוגעכאפט צו זיי. יעדע געגנט דארף וועהן א לייברערי ווי מענטשן קענען אויפגעבען זיייערע גענוצטע ספרים-ביכער פאר אנדערע צו נעמען אומבאצאלט. אזא סארט פינטערס ספרים געשעפט אבער אן אפצאל. אפשר מאכן א וואטסעפפ טשענעל.

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 11:48 pm
דורך נעקסט לעוועל
לבונה זכה האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:37 pm איך זוך שוין לאנג א סעלושאן פאר ביכער און ספרים וועלכע איך דארף שוין נישט, אבער מעגליך אן אנדערער וואלט זיך צוגעכאפט צו זיי. יעדע געגנט דארף וועהן א לייברערי ווי מענטשן קענען אויפגעבען זיייערע גענוצטע ספרים-ביכער פאר אנדערע צו נעמען אומבאצאלט. אזא סארט פינטערס ספרים געשעפט אבער אן אפצאל. אפשר מאכן א וואטסעפפ טשענעל.
עפן א נייע אשכול פאר דעם
ווי יעדער וועט קענען ארויפלייגן זיינע ביכער וואס ער דארף שוין נישט, זה נהנה וזה לא חסר
איי, גילוי?
עפן א אנאנימעס פי או באקס, די לוקח צאלט שיפינג, וחסל סידור פסח

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:23 am
דורך טליתנאה
חדשים האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:26 pm
טליתנאה האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 9:29 pm
צקון לחש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 7:15 pm
אלפא האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 6:08 pmאיך זוך מיט ליכט מיכאל אברהםטרילוגיה (פרינט עדישאן), אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען עס נאר באקומען אין ארץ ישראל.
איינער א שליח??
אלפא זוכט ווארשיינליך א שליח קיין אייראפע אבער מענין לענין -
איך וואונדער זיך שוין לאנג צו דען איז נישטא אין אמעריקא גענוג א גרויסע קלייענטעל פאר א געשעפט וואס זאל נארמאל פארקויפן אויפגעכאפטע העברעאישע ביכער?
steimatzky.co.il
שיפינג איז רעלאטיוו ביליג, איך פיר מיך צו קויפן 3-4 ביכער יעדע פאר חדשים, איבער 300 ש"ח איז פרי שיפינג
איך זע נישט דארט דאס וואס אלפא זוכט. האסט אפשר א לינק?
אה אנטשולדיגט, איך האב ריפלייט אין דזשענערעל אויף ביכער אויף עברית נישט אויף מיכאל אברהם'ס ספעציפיש

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 11:25 am
דורך אלע צוזאמען
נעקסט לעוועל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:48 pm
לבונה זכה האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:37 pm איך זוך שוין לאנג א סעלושאן פאר ביכער און ספרים וועלכע איך דארף שוין נישט, אבער מעגליך אן אנדערער וואלט זיך צוגעכאפט צו זיי. יעדע געגנט דארף וועהן א לייברערי ווי מענטשן קענען אויפגעבען זיייערע גענוצטע ספרים-ביכער פאר אנדערע צו נעמען אומבאצאלט. אזא סארט פינטערס ספרים געשעפט אבער אן אפצאל. אפשר מאכן א וואטסעפפ טשענעל.
עפן א נייע אשכול פאר דעם
ווי יעדער וועט קענען ארויפלייגן זיינע ביכער וואס ער דארף שוין נישט, זה נהנה וזה לא חסר
איי, גילוי?
עפן א אנאנימעס פי או באקס, די לוקח צאלט שיפינג, וחסל סידור פסח
הונדערט פראצענט מיט דיר, יעצט פאר פסח האט מען ארויסגעווארפן אסאך גוטע ביכער וואס אנדערע וואלטן געקענט הנאה האבן.

Re: א פרישע ביכל קלאב

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 3:03 pm
דורך [NAMELESS]
תרמב האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:51 pm שכוח יעדער איינער פארן ארויסהעלפן מיט עצות איך זאל האבן וואס צו לייענען פאר פסח.

איך האב געקויפט עטליכע פון די פארגעשלאגענע ביכער.

אבער מ'קען נאך ארויסהעלפן דעם קלאב ווייטער, מ'דארף דאך האבן וואס צו לייענען נאך פסח אויך.

וואו, @תרמב איך האף אז די האסט א גוטע היסב בעט...

On a side note די ביכל הערי קענסטו שוין אריינווארפן צוזאמען מיט די לולב, ס'איז גארנישט דא אינטערסאנט לענ"ד, אבל על טעם וריח אין להתווכח....