בלאט 1 פון 2
וואס קען מען טוהן זיך אויסצולופטערן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:53 pm
דורך kliger
עני איידיעס?
ביסיידס לערנען און דאווענען,
ארבעטן,
אינטערנעט,
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:55 pm
דורך משה געציל
לערנען
דאווענען
נישט אינטערנעט
נישט סעלפאן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:56 pm
דורך שמעקעדיג
שפאצירן אין א לופטיגע וועטער...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:59 pm
דורך kliger
שמעקעדיג האט געשריבן:שפאצירן אין א לופטיגע וועטער...
איך בין אינטער 50
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:56 pm
דורך משה רוקח
גיין אין דזשים פאר אביסל עקסערסייז.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:00 pm
דורך איך אויך
האבן א האבי.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:20 pm
דורך פראפעסאר שפירא
אנריפען א ישיבה אין חאפען א שמועס מיט דער בחור וואס הייבט אויף,
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:54 pm
דורך איך אויך
נישט רעקאמאנדירט היינטיגע צייטן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:20 pm
דורך Shmilly
visit kaveshtiebel.com
כאפ א ציגאר אין בלאז אויף די וועלט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:40 am
דורך יידל
כאפן א טבילה אין מקוה (נישט רעקאמאנדירט היינטיגע צייטן חוץ אין די צופרי שעות, ווען עס העלפט נישט זיך אויסצולופטערן).
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:08 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:54 pm
דורך DotCom
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:אנריפען א ישיבה אין חאפען א שמועס מיט דער בחור וואס הייבט אויף,
דאס פלעג איך זייער ענדזשויען אלס בחור, גוטע צייטן געווען, דערנאך פלעגט מען רופן דעם אונגארישן אפערעיטאר און בעטן צו קאננעקטן צו חאכאם חאכאמעצקי... דעם דייטשן קאנסול פרעגן פארוואס היטלער האט געהרג'ט אידן (אויף וואס איינער האט מיר אמאל גענטפערט 'אז ער האט דיר איבערגעלאזט איזט א שאדע' ...), דעם איזראעלי אפערעיטאר פלעגט מען רופן פרייטיג נאכמיטאג ווען דארט איז שוין שבת און מען פלעגט שרייען שאבעס!, און סתם קאלן 'קאלעקט' צו א אלטיטשקער אין רוסלאנד אדער בראזיל...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:04 pm
דורך שטערן
זעך זעצען נעבען דע וואסער ארום גענומען מיט גראז און ביימער און חלום'ן אז דו האסט געוואונען די לאטערי.
און טראכטען וואס דו וואלסט אלס געטאון מיט די געלט.......
שא שא שא .....
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:06 pm
דורך זר זהב
געוויסע פלעגן רופן ראטה קלאדינג משוגע מאכן וויפיל א סוט קאסט אן די וועסטעל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:11 pm
דורך שמעקעדיג
ראטה קלאודינג!
אה, אלטע זכרונות....
די זיסע ארבייטערס, זיידי גאלדשטיין, און די שמעק, די ריזיגע שטאקיגע געביידע,
איי, איי, און דערנעבן איז געווען דער גוי "טיבי", וואס די קינדער פלעגן שרייען "טבעו בים סוף"...
אריין אינעם זכרונות אשכול.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:36 pm
דורך [NAMELESS]
רודפ'ן פארנומענע מענטשן, רופן קאלעקט (גנב'נען געלט בלע"ז), מבטל תורה זיין א בחור פון לערנען איז נישט קיין אויסלופטערונג; אויב רעכנט מען יא אריין עוולות און עבירות אלס אויסלופטערונג קענסטו דאך שוין שרייבן נאך משלים ווי למשל גיין אין א האטעל מיט א זונה, זוכן א יונגל אויפן גאס און אים צעשניידן ווי לייבי קלעצקי'ן, וכדומה.
אויסלופטערן אויף די אייגענע חשבון מיינט גיין אין א פארק, נעמען א שיפל ערגעצוואו, גיין קוקן א מואווי, אבער נישט רודפן די מענטשהייט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:55 pm
דורך שמעקעדיג
ווי לייבי קלעצקי?.... אוי, כ'לאך און איך וויין.... (אגב, דאס לופטערט אויס?)
וועלקאם בעק קופער. מיר דארפן דיך דא אפטער!
דיין געשליפענע פעדער מיט הומאר גיט מוט און כח אדורכצושטופן די אנגעצויגענע צייטן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:04 pm
דורך [NAMELESS]
אה, דאס איז אויסלופטערונג, גיין אויף קאווע שטיבל, זיך נעמען האקן לייקס פאר יעדע תגובה וואס איז העכער די דורכשניט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:13 pm
דורך לעמיל
קופערניקוס האט געשריבן:אה, דאס איז אויסלופטערונג, גיין אויף קאווע שטיבל, זיך נעמען האקן לייקס פאר יעדע תגובה וואס איז העכער די דורכשניט
איך ווייס נישט אויב עס איז א אויסלופטערונג אבער א מצוה איז עס זיכער עס איז דא וואס דארפען עס ווי לופט צו אטעמען
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:36 pm
דורך DotCom
קופרניקוס, איך האב נאר געזאגט וואס מ'פלעגט טהון אלס טיענדעזשער, וואס צו נישט צו טהון אלס עדאלט דארפסטו אונז נישט זאגן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:53 pm
דורך על המחיה
גיין שווימען, אין דערנאך א'ן אייז קאלטע ביער + ציגארעט'ל מיט אפאר חברים, בדוק ומנוסה!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:03 pm
דורך נס קאווע
ווי קען מען שווימען אין געגנט? (וויליאמסבורג)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:05 pm
דורך באמת
א קראס 770 אז דא א יודישע פאל