בלאט 1 פון 1
טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:02 am
דורך אפטימיסטיש
אצינד קומט אריין די נייעס אז די אויטאריטעטן אין דער רוסישער רעפובליק פון טשעטשניע האבן דורכגעפירט א געזעץ וואס טוט פארבאטן מוזיק וואס זיי באטראכטן צו שנעל אדער אדער צו לאנגזאם, און דערמיט וועט קרימינאליזירט ווערן פילע זשאַנערס פון מוזיק.
די טשעטשניער קולטור-מיניסטעריום האָט געמאָלדן דעם פאַרבאָט אויף איר וועבזײטל לעצטע וואָך, לויטן באַפעל פון קולטור-מיניסטער מוסאַ דאַדײַעוו און מיטן צושטימונג פונעם טשעטשניער פירער ראַמזאַן קאַדיראָוו.
"מוזיקאַלישע, וואָקאַל און קאָריאַגראַפישע ווערק וועט זיין באגרעניצט צו אַ טעמפּאָ פון 80 ביז 116 ביטס פּער מינוט (BPM) דער ציל פון דעם פארבאט איז זיך צוצופאסן צו די טשעטשניער פּסיכאָלאָגיע און געפיל פון ריטם" האט געזאגט דאַדייַעוו, לויט די רוסישע רעגירונג קאנטראלירטע נייעס אַגענטור .TASS
"בארגען מוזיקאַלישע קולטור פון אנדערע פעלקער איז נישט ערלויבט," האט דאַדייַעוו געזאגט, לויט אַן איבערזעצונג פון די גאַרדיאן. "מיר מוזן ברענגען צו די מענטשן און צו דער צוקונפֿט פון אונזערע קינדער די קולטור ירושה פון די טשעטשניער בירגער. דאָס נעמט אריין די גאנצע ספּעקטרום פון מאָראַליש און עטישע סטאַנדאַרטן פון לעבן פֿאַר טשעטשניער."
די רוסישע מידיא באַריכטעט אַז ארטיסטן האָבן ביז יוני דער ערשטער צו איבערשרייבן סיי וועלכע מוזיק וואָס איז נישט אין איינקלאנג מיט די נייע פארשריפטן, כאָטש עס איז נאכנישט קלאָר פונקטליך וויאזוי עס וועט אינפאָרסירט ווערן.
טשעטשניע איז אַ אויטאנאמישע רעפּובליק וואס ציהט זיך איבער א שטרעקע פון אומגעפעהר 6,700 קוואַדראַט מייל סטאנציאנירט אין די צפון קאווקאזן ראיאן פון דרום רוסלאַנד, און איז היים צו א קנאפע אנדערהאלבן מיליאָן מענטשן, א מערהייט פון זיי מוסלעמענער. איר פירער, ראַמזאַן קאַדיראָוו, האָט כּסדר אונטערדרוקט זיינע פאליטישע קעגנער זינט ער איז געקומען צו דער מאַכט אין 2007 — ווען ער איז נאמינירט געווארן דורך דעם רוסיש'ן פרעזידענט וולאדימיר פּוטין, מיט וועמען ער האלט זיך נאָענט ביז היינט.
איבער די יאָרן זענען פאליטישע קעגנער - ווי אויך מענטשן-רעכט אַקטיוויסטן און דזשורנאליסטן ווי אויך ווי זייערע פאמיליע מיטגלידער — אין טשעטשניע אויסגעשטאנען סטראשונקעס און פארכאפונגען, ארעסטן און טויט.
די US קאָמיסיע אויף אינטערנאציאנאלע רעליגיעזע פרייהייט האָט פארדאמט די נייע מוזיק פארבאט, און געזאָגט אז קאַדיראָווס רעזשים "טוט אנהאַלטן העגעמאָניע דורך'ן אימפלעמענטירן די גאר טראדיציאנעלע ווערסיע פון איסלאם, וואָס טוט – פאַלשערהייט - באהויפטן צו באַשיצן גלויבן און קולטור, און קעמפט כלומר'שט אקעגן ראדיקאלע עקסטרעמיזם."
בשעת טשעטשניע האט געפירט צוויי מלחמות קעגן רוסלאנד פאר איר אומאפהענגיקייט אין די 1990ער און אין די פריע 2000ער יארן, בלייבט זי א טייל פון רוסלאנד און ווערט יעצט באטראכט אלס איר נאענטע אליאירטע אין דער מלחמה קעגן אוקראינע. אפילו אַזוי, טוט טשטשניע אנהאלטן די אייגענע שפּראַך און קולטור, אין וואָס פאלקס-לידער שפּילן אַ הויפּט ראָלע. טראַדיציאָנאל באשטייט טשעטשניע מוזיק פון אינסטראמענטאלע ballad לידער, לויט די גאַרדיאן צייטונג.
"די רעגירונג'ס קרעקדאון אויף געוויסע מוזיקאַלישע טעמפּאָס זוכט אפצושטילן מערסטנס מאָדערנע מוזיק זשאַנרע'ס. ווי אויך עלעקטראָנישע מוזיק סטיילס ווי house, techno און dubstep, ווארום אַלע פון די אויבנדערמאנטע דזשאנרעס פארמאגן א טעמפא פון איבער 116 ביטס פער מינוט (אויכט באקאנט אלס BPM)" זאגט די אַודיאָ טעק פירמע Izotope, אינדערצייט וואס די דורכשניטלעכע טעמפּאָ פון 2020'ס בעסט-סעלינג pop לידער איז געווען 122 BPM לויט די BBC נייעס אגענטור.
דער אומאפהענגיקער רוסישער נייעס זייטל מעדוזא האט געזאגט אז דער טעמפּאָ פון דעם רוסישן נאַציאָנאַלן הימנע וועט זיין באטראכט צו פּאַמעליך אונטער די נייע באגרעניצונגען.
אצינד קען שוין סאכדעס אסר'ן שירים ושיעורים מיט'ן אויסרייד אז זעהסט דאך אפילו דער גוי לאזט שוין נישט טאנצן הארא...
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:31 am
דורך אשרי העם
אינפארמאטיוו
יש״כ!
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:37 am
דורך יין שרף
אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 17, 2024 12:02 am
אצינד קען שוין סאכדעס אסר'ן שירים ושיעורים מיט'ן אויסרייד אז זעהסט דאך אפילו דער גוי לאזט שוין נישט טאנצן הארא...
איך מיין אז הארא און דיסקא (וואס ביי אונז רופט מען הארא aka 'second dance איז בערך 116 bpm.
התאחדות קען יעצט אסר'ן קול רינה מיט עוד ישמע (בערך 160 bpm)
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 2:04 pm
דורך בונה של טוב

זייער פרומקייט פילט זייער היימיש פאר מיר.
מיין טאטע האט נישט געלאזט מוזיק בכלל אין שטוב (חוץ קינדער טעיפס) אדער ראש חודש און פורים. ער האט מסביר געווען אז א פיאנא איז [קלאר] אסור וועגן חורבן הבית, אבער אזויווי די אינסטראמענטן וואס זיי רעקארדן פאר׳ן טעיפ זענען עכט איז עס בעסער נישט צו הערן אין סתם א וואכן טאג, זיך נישט אונטערצוהאלטן מיט א לייכטזיניקייט ווען די שכינה איז אין גלות.
ב״ה אז אונז האממער געהאט אלע ר׳ לייבל וויינשטאק׳ס טעיפס- און נאך א מזל אז שמע בני מעשה טעיפס זענען געווען כשר ווייל ס׳האט מיר דערהאלטן דאס חיות! מיר האבן געקויפט יעדע איינע פון די סעריע (בוסתנאי & יוסף שפיל האב איך גע׳חלש׳ט צו האבן אבער ס׳האט נישט געטויגט לויט סאכדעס) יו״ט עהרליך האממער נאר געהאט סאטמער רבי און תשובה (ווייל עפעס האט ער געהאט מיט ציונות) אבער איך האב סייווי קוים פארשטאנען זיין אַקצענט
איך בין זייער נייגעריג אויב איינער דא איז אויפגעוואקסן אזוי. מיט קאמפליט דיסקרימינאציע פון מוזיק (אפגערעדט אז קיין שום אינסטרומענט האט מען אוודאי נישט געקענט האבן)
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 4:43 pm
דורך אפטימיסטיש
יין שרף האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 17, 2024 11:37 am
אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 17, 2024 12:02 am
אצינד קען שוין סאכדעס אסר'ן שירים ושיעורים מיט'ן אויסרייד אז זעהסט דאך אפילו דער גוי לאזט שוין נישט טאנצן הארא...
איך מיין אז הארא און דיסקא (וואס ביי אונז רופט מען הארא aka 'second dance איז בערך 116 bpm.
התאחדות קען יעצט אסר'ן קול רינה מיט עוד ישמע (בערך 160 bpm)
נישט ריכטיג, די היינטיגע הארא (צווייטע טאנץ) ביי חתונות לויפט ביי 124 BPM אין חוץ לארץ, און 128 BPM אין ארץ ישראל
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 5:52 pm
דורך berlbalaguleh
אפטימיסטיש: ברוך שכיוונתי לדעתך הקדושה. דו האסט מיר אויסגעכאפט די ווערטער. שטעל דיך פאר ווען די איאטאללאה'ס פון התאחדות וואלטן (ח"ו) אנגעפיהרט א מדינה. וואלטן זיי ארויסגעגעבן אן איסור אויף אזעלכע זינגערס ווי ליפא און מרדכי בן דויד און אברהם פריעד. און א יעדער אנדערע נארמאלע פארם/זשאנער פון מוזיק.
אויך וואלטן זיי געפרינט און געפאבלישט א דיקן בוך אנגעפולט מיט די איסורים וואס מ'טאר אלץ נישט טון. און די ספרים פון וואס מ'טאר אלץ נישט לערנען און די רעבע'ס צו וועמענ'ס טיש ס'איז אסור בתכלית האיסור צו גיין. ווער ס'וועט נישט פאלגן גייט מען ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות.
ב"ה ס'איז נאר געווען א בייזער חלום.
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 6:26 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 17, 2024 11:37 am
אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 17, 2024 12:02 am
אצינד קען שוין סאכדעס אסר'ן שירים ושיעורים מיט'ן אויסרייד אז זעהסט דאך אפילו דער גוי לאזט שוין נישט טאנצן הארא...
איך מיין אז הארא און דיסקא (וואס ביי אונז רופט מען הארא aka 'second dance איז בערך 116 bpm.
התאחדות קען יעצט אסר'ן קול רינה מיט עוד ישמע (בערך 160 bpm)
ווער זאגט דיר אז זיי גייען נישט אסר'ן. זיי וועלן נאך אנקומען צו דעים. יעצט אויף די מאמענט זענען זיי שטארק פארנימען מיט 2 ריזיגע פראיעקטן לה' ולתורתו. די ערשטע איז פארלאנגען פון אלע גראסעריס און סופערמארקעטס אז זיי זאללן בויען מחיצות נעבן די רעדזשיסטערס. אויך אז מענער זאללן נישט סערווירן פרויען און פארקערט אויך.
די צווייטע גרויסע פראיעקט איז ווען דער שייגעץ און עוכר ישראל בנימין נתן יהוא שר"י וועט קומען קיין וואשינטאן צום פרעזידענט ביידען יר"ה וועט דער גאנצער עולם איהם מקבל פנים זיין מיט שרייען פוי, פוי, פוי, ז' פעמים.
א גאנצע שיירה פון באסעס ווערט געפלאנט (אי"ה) ארויסצופארן פון די בילדינג פון התאחדות הרע-בנים דארה"ב, קנדה, מעקסיקא ו'גואטמלה.
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 6:31 pm
דורך אפטימיסטיש
אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 17, 2024 12:02 am
די US קאָמיסיע אויף אינטערנאציאנאלע רעליגיעזע פרייהייט האָט פארדאמט די נייע מוזיק פארבאט, און געזאָגט אז קאַדיראָווס רעזשים "טוט אנהאַלטן העגעמאָניע דורך'ן אימפלעמענטירן די גאר טראדיציאנעלע ווערסיע פון איסלאם, וואָס טוט – פאַלשערהייט - באהויפטן צו באַשיצן גלויבן און קולטור, און קעמפט כלומר'שט אקעגן ראדיקאלע עקסטרעמיזם."
כ'האב ביז היינט ניטאמאל געוויסט אז אזא אגענטור עקזיסטירט, אצינד אז מיר זענען דאס געוואר געווארן, אפשר דארף מען פארלאנגן פון זיי זאלן פארדאמען די חרד'ישע רעזשים דא אין ניו יארק.
הגם ס'איז איראניש אז זיי טוען פארדאמען א געזעץ וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אין נאמען פון (די איסלאמישע) רעליגיע, טראץ וואס זיי (די אגענטור) פאררופן זיך אלס קעמפער פאר 'רעליגיעזע פרייהייט' רעכטן...
אבער פארט זעהט מען דאך אז זיי פארדאמען די וועלכע פארבאטן מאדערנע נגינה, דעריבער לכאורה ווען זיי זאלן ווען וויסן די רדיפות וואס ליפא שמעלצער איז דורכגעגאנגען פארן זינגען אזויגערופענע 'מאדערנע ניגונים', אדער די צרות וואס מיכאל האט זיך צאמגעליטן פאר זיינע ווערק, דאן וואלטן זיי גאר שארף פארדאמט דעם סיסטעם פאר'ן "אנהאלטן העגעמאָניע דורך'ן אימפלעמענטירן די גאר טראדיציאנעלע ווערסיע פון חרד'יזם".
נאר וואזשע דען?
אזוי זעהט מען אויס ווען מ'איז נאר פארנומען מיט'ן זיך זארגן פאר די גאנצע וועלט'ס עבירות, און מ'פארקוקט וואס טוט זיך אפ ביי זיך אין בעקיארד... והיינו טעמא פארוואס אמעריקע זארגט זיך עפעס מורא'דיג שטארק ווען פוטין רודף'ט זיינע פאליטישע קעגנער בעת וואס אין אמעריקע ארעסטירט מען 4 מאל דאנאלד טראמפ - דער הויפט פאליטישע קעגנער, מ'נעמט אוועק זיינע פערזענליכע פארמעגן'ס, מ'שטערט אים פון קאמפיינען, מ'נוצט די FBI צו שפיאנירן אויף זיין קאמפיין, מ'נוצט די יוסטיץ דעפארטמענט צו איינשפארן יעדער וואס האט נאר אמאל אויסגעטוישט א ווארט מיט אים, אזוי ארום אים צו איזאלירן פון זיינע שטיצער, (און דאס אלעס איז נאך אן אריינגיין אין די וואל פעלשערייען סוגיא), און מ'זארגט זיך בלויז אויף דעמאקראטיע אין טשעטשניע...
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 8:10 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז נאך עקסטער חסדי ה' אז די איאטאללאה'ס וועלכע דרימלען אוועק אין התאחדות בין גברא לגברא האבן נישט קיין פאוער. דו קענסט דיר נישט פארשטעללן וואספארא פאררוקטע וועלט ס'וואלט געווען ווען די אונגערישע באטשי'ס קענען אדורכפיהרן אלע זייערע משוגעת'ן.
ס'וואלט נישט געקענט זיין אפן קיין איין נארמאלער סטאר אין גאנץ וויליאמסבורג. אויסער אפשר איין סטאר פון בגדי נשים. ווייל יענע סטאר האט שטארקע פראטעקשן. ואכמ"ל.
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:39 pm
דורך כפתור
ר' בערל, א שאד האסט זיי אויסגעלערנט אז ס'איז דא אזא זאך ווי ביטס פער מינוט.
און די נעקסטע פאר חדשים גייען די קינדער אהיים ברענגען א נייע בפ"מ תקנות צעטל
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:12 pm
דורך סעגאל
בונה של טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 17, 2024 2:04 pm
איך בין זייער נייגעריג אויב איינער דא איז אויפגעוואקסן אזוי. מיט קאמפליט דיסקרימינאציע פון מוזיק (אפגערעדט אז קיין שום אינסטרומענט האט מען אוודאי נישט געקענט האבן)
יא דאכט זיך מיר אז ביים מחבר און רמ"א אינדערהיים האט מען זיך אויך אזוי געפיר (עכ"פ אזוי שרייבן זיי אין שלחן ערוך)
איך רעד נישט פון דעם אז מען זאגט אז היינט אז דא התירם צו הערן ער האט נאר געפרעגט צו מען האט זיך ערגעץ אזוי געפירט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:22 pm
דורך הכנה דרבה
די יודעי דבר זאגן אז ביז טאמעס עדיסאן האבן זיך אלע אזוי געפירט, אויך סתם גוים.
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:27 pm
דורך שפילער
איך פארשטיי נישט האסט עס פלעין געקאפיעט פון אייוועלט?
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:46 pm
דורך אשרי העם
שפילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:27 pm
איך פארשטיי נישט האסט עס פלעין געקאפיעט פון אייוועלט?
עס איז געווען דא פאר אייוועלט
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 10:32 pm
דורך אפטימיסטיש
שפילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:27 pm
איך פארשטיי נישט האסט עס פלעין געקאפיעט פון אייוועלט?
דאס זאלסטו פרעגן פון דעם גנב אויף אייוועלט וועלכע האט זיך דערמאנט עס צו קאפיען מיטוואך - א טאג שפעטער פון ווען איך האב עס געשריבן דא אויף קאווע שטיבל... פילייכט איז ער דינסטאג נאך געווען פארנומען צו
גנבענען מאגאזינען פון הצלחה גראסערי האט ער נישט עספיעט דאס אויכעט אריינצושטופען אין זיין פארנומענעם גניבה סקעדזשול
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:57 pm
דורך אפטימיסטיש
אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 17, 2024 12:02 am
"מוזיקאַלישע, וואָקאַל און קאָריאַגראַפישע ווערק וועט זיין באגרעניצט צו אַ טעמפּאָ פון 80 ביז 116 ביטס פּער מינוט (BPM) דער ציל פון דעם פארבאט איז זיך צוצופאסן צו די טשעטשניער פּסיכאָלאָגיע און געפיל פון ריטם" האט געזאגט דאַדייַעוו, לויט די רוסישע רעגירונג קאנטראלירטע נייעס אַגענטור .TASS
"בארגען מוזיקאַלישע קולטור פון אנדערע פעלקער איז נישט ערלויבט," האט דאַדייַעוו געזאגט, לויט אַן איבערזעצונג פון די גאַרדיאן. "מיר מוזן ברענגען צו די מענטשן און צו דער צוקונפֿט פון אונזערע קינדער די קולטור ירושה פון די טשעטשניער בירגער. דאָס נעמט אריין די גאנצע ספּעקטרום פון מאָראַליש און עטישע סטאַנדאַרטן פון לעבן פֿאַר טשעטשניער."
די אינטערעסאנטע זאך וואס טוט מיך היבש פארוואונדערן איז אז כ'האב קיינמאל נישט אינאכט גענומען אז 'טעמפא' (דאס הייסט די ספיד ווי שנעל/שטייט דו זינגסט) שפילט א ראלע אין דעצידירן צו א ניגון איז צו שטארק מאדערן אדער נישט, ווי ווייט איך פארשטיי (און פיהל) האט עס מער צו טון מיט'ן ריטעם פונעם בעיס, און אודאי אויכעט מיט די מעלאדיע, און מיט די אויסלייג פון די ווערטער (וויאזוי זיי פאסן אריין אינעם bar, און צו מ'סקיפט אייניגע ביעטס), די 6טע הקפה ניגון ווערט נישט מער באמיש טאמער מ'סלאוט אראפ ביים הויכן פאל צו 120 BPM, און 'ופרצת' ווערט נישט מער מאדערן ווען חב"ד זינגט עס אויף 180 BPM.
די זעלבע זאך פארקערט, 'לא ימלט' ווערט נישט ווייניגער צולאזט טאמער מ'זינגט עס אויף 116 BPM, און 'פעפער האב איך ליב' איז נאך אלס מאדערן טראץ וואס ס'לויפט אומגעפער ביי 90 BPM
ילמדנו רבינו
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 8:59 am
דורך שפילער
אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 10:32 pm
שפילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:27 pm
איך פארשטיי נישט האסט עס פלעין געקאפיעט פון אייוועלט?
דאס זאלסטו פרעגן פון דעם גנב אויף אייוועלט וועלכע האט זיך דערמאנט עס צו קאפיען מיטוואך - א טאג שפעטער פון ווען איך האב עס געשריבן דא אויף קאווע שטיבל... פילייכט איז ער דינסטאג נאך געווען פארנומען צו
גנבענען מאגאזינען פון הצלחה גראסערי האט ער נישט עספיעט דאס אויכעט אריינצושטופען אין זיין פארנומענעם גניבה סקעדזשול
Wow
So sorry פארן חושד זיין
Re: טשעטשניע פארבאט מוזיק וואס איז צו שטייט אדער צו שנעל
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 12:27 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז דא אן אונגארישע גרופ וואס הייסט "קינדאי בעטיאראק". די באנדיטן פון די שטאט קינדא. זיי שפילן זייער שטייטע מיוזיק. וואס הערט זיך ווי א באנדע שיכורים. זיי זענען זייער א פאפולארע גרופ אין אונגארן.