חג הפסח - מה נשתנה הלילה הזה...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:08 pm
בס"ד
א גוטן טייערע חברים וידידים..!
שטייענדיג ביים שוועל פונעם לעכטיגן זמן חירותינו און דעם דערהויבענעם ליל התקדש החג ווען מיר וועלן בעזהשי"ת זיצן ביים סדר, לאמיר צוטרעטן נענטער און זיך אביסל מתבונן זיין מיט א טיפערן בליק אויף די פנימיות פונעם הייליגן יום טוב און די עבודה וואס פאדערט זיך פון אונז אין די טעג.
דאסמאל וועלן מיר נישט מאריך זיין מיט קיין שאלות, בלויז פרעגן צוויי פשוט'ע נקודות וואס יעדער איד פרעגט זיך אליינס: צום ערשט וואס איז די מהות פונעם יום טוב און פון די סדר נאכט, וואס פאדערט זיך פון אונזער זייט, וואס זאלן מיר אינזין האבן און וועלן עררייכן בשעת מיר זענען מקיים די מצוות החג און פייערן דעם זמן חירותינו.
און בכלל, פארוואס טאקע זענען מיר באפוילן געווארן צו מאכן א זכר ליציאת מצרים יעדעס יאר פון דאסניי, וואס איז די תכלית דערפון? [א מענטש קען קלערן, ממילא ימים נוראים, ווען אין הימל משפט מען דעם מענטש יעדע יאר נאָכאַמאָל, און דער מענטש פון זיין זייט האט אויך ליידער אנגעזאמלט פרישע חטאים זינט לעצטע יאר, דעריבער דארף מען תשובה טוהן יעדעס יאר, אבער וואס איז דער ענין אז מיר דארפן געדענקען און אפרעכטן דעם פסח יעדעס יאר באזונדער?].
די חיוב צו געדענקען די נסים ונפלאות
צום ערשט לאמיר אנהייבן מיט'ן הויפט יסוד און עיקר פונעם יום טוב פסח, וואס איז צו געדענקן, צו דערמאנען, און אריינצולייגן אין אונזערע קינדער די גרויסע נסים ונפלאות וואס השי"ת האט געטוהן מיט אונז ווען ער האט אונז אויסגעלייזט פון מצרים. ווי די תורה הקדושה זאגט אונז (שמות י"ג) וְהִגַּדְתָּ לְבִנְךָ בַּיּוֹם הַהוּא לֵאמֹר בַּעֲבוּר זֶה עָשָׂה ה' לִי בְּצֵאתִי מִמִצְרָיִם, און ווי משה רבינו זאגט דארט פאר כלל ישראל אביסל פריער אין די פסוקים, זָכוֹר אֶת הַיּוֹם הַזֶּה אֲשֶׁר יְצָאתֶם מִמִּצְרַיִם מִבֵּית עֲבָדִים כִּי בְּחֹזֶק יָד הוֹצִיא ה' אֶתְכֶם מִזֶּה וְלֹא יֵאָכֵל חָמֵץ. עס איז א חיוב אויף אונז, "זכור" מיר מוזן געדענקען די גאנצע אדורכגאנג, די שווערע תקופה אין מצרים און די פרייליכע ענדע צום סוף ווען מיר זענען אויסגעלייזט געווארן מיט נסים ונפלאות.
און די זעלבע זאגן מיר אין די הגדה מיט די ווערטער פון רבן גמליאל ביי די טעם פון פסח מצה ומרור, פֶּסַח שֶׁהָיוּ אֲבוֹתֵינוּ אוֹכְלִים בִּזְמַן שֶׁבֵּית הַמִּקְדָּשׁ הָיָה קַיָּם וכו' עַל שׁוּם שֶׁפָּסַח הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל בָּתֵּי אֲבוֹתֵינוּ בְּמִצְרַיִם, דער קרבן פסח דערמאנט אונז דאס וואס השי"ת האט איבערגעהיפט און איבערגעשפרינגן די אידישע הייזער ביי מכת בכורות. מַצָּה זוּ שֶׁאָנוּ אוֹכְלִים וכו' עַל שׁוּם שֶׁלֹּא הִסְפִּיק בְּצֵקָם שֶׁל אֲבוֹתֵינוּ לְהַחֲמִיץ עַד שֶׁנִּגְלָה עֲלֵיהֶם מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא וּגְאָלָם, די מצה דערמאנט אונז דאס וואס האט פאסירט מיט אונז בשעת מיר זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים אין איילעניש. מָרוֹר זֶה שֶׁאָנוּ אוֹכְלִים וכו' עַל שׁוּם שֶׁמָּרְרוּ הַמִּצְרִים אֶת חַיֵּי אֲבוֹתֵינוּ בְּמִצְרָיִם, די מרור דערמאנט אונז די עבודת פרך וואס אונזערע עלטערן האבן געארבעט אין מצרים.
די חיוב פון הכרת הטוב און נישט זיין א כפוי טובה ח"ו
וואס ווי פארשטייט זיך איז די יסוד המצוה דער ענין פון "הכרת הטוב", אז מיר זענען באפוילן געווארן זיך מתבונן צו זיין דערין, עס איבער'חַזר'ן נאך און נאך, און דאס איבערגעבן פאר אונזערע קינדער און קינד'ס קינדער די אלע גוטע זאכן וואס השי"ת האט געטוהן פאר אונז, אונז געראטעוועט און אויסגעלייזט, און אויסגעוועלט אלס זיין עם הנבחר.
און די חיוב פון הכרת הטוב גייט אזוי ווייט, אז מיר מוזן דאס געדענקען אויף א אופן כאילו ס'איז ממש נוגע צו אונז אליינס, ווי מיר דערמאנען אין די הגדה, און דער רמב"ם פסק'ענט אזוי להלכה, בכל דור ודור חייב אדם להראות את עצמו כאילו הוא בעצמו יצא עתה משעבוד מצרים, אין יעדן דור דארף זיך א מענטש פאָרשטעלן כאילו ער איז יעצט ארויס פונעם שעבוד און שווערע ארבעט פון מצרים, שנאמר 'ואותנו' הוציא משם, ועל דבר זה צווה הקב"ה בתורה וזכרת כי עבד 'היית', כלומר כאילו אתה בעצמך היית עבד ויצאת לחירות ונפדית. אז מיר דארפן דאס באטראכטן ווי אונזער אייגענע גאולה ממש, כאילו מיר זענען אליינס געווען פארשקלאפט און געפייניגט, און יעצט אטעמען מיר אפ פונעם שווערן יאָך און מיר גייען ארויס לחירות.
דער מהר"ל מפראג זי"ע אין זיין ספר גבורות השם (פרק א') איז מאריך אין דעם ענין, און ער שרייבט צווישן אנדערע, וויאזוי קען זיין א ציווי צו דערציילן די נסים ונפלאות וואס השי"ת האט געטוהן מיט אונז, צו דען קען א בשר ודם בכלל משיג זיין און ארויסהאבן די גרויסקייט און די טיפקייט פון אלעס וואס דער אייבישטער האט געטוהן פאר אונז? ערקלערט דער מהר"ל, "אבל מה שאנו מצווין לספר בליל היציאה נפלאותיו, אין זה בשביל להגיד שבחו, רק שאנו מספרים שבחו שלא נהיה כפויי טובה שעשה הקדוש ברוך הוא לנו נסים ונפלאות ואין אנו מודים לו עליהם... ואפילו בשביל מקצת טובו שעשה עמנו יש לנו להודות לו" מיר זענען מחוייב צו דערציילן פשוט צוליב הכרת הטוב, ווייל אויב מ'מאכט זיך נישט וויסענדיג ווען דער אייבישטער טוט א טובה פאר א איד, דאן איז מען א פשוט'ער כפוי טובה ח"ו! דעריבער איז בעסער דערציילן אפילו נאר אביסל, אפילו נאר א קליינע טייל, דער עיקר איז אז מ'איז נישט קיין כפוי טובה.
די הרגשים פון א איד פסח ביינאכט
פסח איז די צייט וואס מיר זיצן מיט זיך און מיט די בני משפחה, און פאר גאנצע אכט טעג דארפן מיר עוסק זיין און זיך קאכן אין דעם ענין פון הכרת הטוב צו השי"ת, אויסשמועסן און דערציילן די געוואלדיגע חסדים וואס דער אייבישטער האט געטוהן מיט אונז, די פילע אותות ומופתים אנגעפאנגן נאך דארט אין מצרים, און פון דארט ציעט זיך דאס ווייטער דור נאך דור, דער איד'ס לעבן איז איין שטיק נסים ונפלאות, אונזער הייליגע טאטע האלט אונז, טראגט אונז, און פירט אונז אויף טריט און שריט, ה' הוא האלקים ואין עוד מלבדו, אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.
ווי מער מיר דערהערן דעם יסוד, ווי מער מיר זענען זוכה איבערצוגעבן און אריינגיסן דעם יסוד אין די הערצער פון אונזערע קינדערלעך, אלץ מער ווערט דאס הארץ איבערגענומען מיט געפילן פון שמחה און הודאה און מיט עכטע הכרת הטוב, דער איד נעמט זיך דאנקן און לויבן אָן אויפהער, ס'שרייט זיך ארויס דעם אשרינו מה טוב חלקינו, ווי גליקליך זענען מיר צו זיין דער עם הנבחר, די קינדער וואס אבינו שבשמים האט אויסדערוועלט!
דערמיט קענען מיר ערקלערן א פאסיגע טעם אויף אונזער מנהג ישראל תורה צו זאגן הלל פסח ביינאכט תיכף נאך מעריב אין בית המדרש, וואס לכאורה דארף א ביאור, פארוואס עפעס זאל מען נישט ווארטן אויפן הלל פון שפעטער ביים סדר? נאר דער תירוץ איז, ווען דאס הארץ ווערט איבערגעפילט ביז אויבן מיט הרגשים פון שמחה און הכרת הטוב, דאן ווי קען מען בכלל ווארטן ביז'ן סדר? די שמחה איז דאָך עד אין לשער און דאס הארץ נעמט זיך דאנקן און לויבן השי"ת, עס שרייט זיך ארויס כמעט ווי פון זיך אליין א שבח והודאה צו השי"ת אז מיר זענען זוכה צו דעם טיטל פון בני בכורי ישראל!
ווען מיר דערהערן דעם נקודה אז די גאנצע עבודה אין די יעצטיגע טעג איז צו אנערקענען און געדענקן אין הארץ די פילע חסדי ה' און זיך אנפילן מיט הכרת הטוב, לעבט זיך די גאנצע פסח נאכט מיט אַן אנדערע בליק, מיר דערהערן אז אט אויף דעם נאכט גייען מיר ארויס פון אונזערע אייגענע גלות'ן, און מיר זענען זוכה צוריק אריינצוברענגן אין אונזער טעגליכע לעבן געפילן פון אמונה, בטחון, שמחה, און דביקות, און עס שרייט פון זיך אליינס ארויס "יישר כוח רבונו של עולם פארן 'אונז' ארויסנעמען פון מצרים"...
ווי מער מ'וועט זיך אריינלייגן אין דעם מצב, ווי מער מיר דערציילן און מיר טוען ארויסברענגן די חסדי ה' ווערט עס צוביסלעך מער און מער איינגעבאקן אין אונז, און ס'ווערט א חלק פון אונזער טעגליכע לעבן, וואס וועט אונז בעזר ה' טראגן צום ציל וואס דאס איז א לעבן פון הכרת הטוב, דאנקן און לויבן הקב"ה פון טיפעניש פון הארץ אויף די געוואלדיגע און אפענע חסדים וואס 'מיר' האבן און טוען כסדר מיטלעבן.
פלוצלינג זענען מיר זוכה צו שפירן די גאולת מצרים וואס פארמאגט סיי די פיזישע גאולה - מעבדות לחירות, און נאך מער אויף די רוחניות'דיגע גאולה, פון די מ"ט שערי טומאה רח"ל צו א גענצליכע חירות, צו זיין מענטשן וואס זענען געבענטשט מיט תורה און מצוות. איבריג צו זאגן מיט וויפיל הארץ דער איד לויפט דינען השי"ת און טוען א מצוה ווען זיין נפש ישראל גיסט איבער מיט געפילן פון שמחה און הכרת הטוב!
מענין לענין באותו ענין פון הכרת הטוב
און אגב אז מ'רעדט שוין פון הכרת הטוב, לאמיר זיך אפשטעלן בלויז א רגע אין אריינקלערן מענין לענין באותו ענין, ווען א איד איז זוכה זיך צו זעצן צום סדר טיש ווי א מלך בגדוד, אלעס קלאפט ב"ה פיין, די הכנות צום יום טוב זענען געטוהן געווארן אויפן שענסטן פארנעם, די הויז איז גערייניגט געווארן פון חמץ מיט גרויס הארעוואניע און פלאג, די קינדערלעך זענען געווארן אויסשטאפירט מיט שיינע מלבושים, און אזוי ווייטער. דאס אלעס פאָדערט א באזונדערע הכרת הטוב, בראש וראשון צום בורא עולם וואס האט געגעבן די אלע גוטע מתנות און מעגליכקייטן.
אבער אין די זעלבע צייט דארף מען אויך גוט געדענקן וויפיל כוחות און מיה די בני בית האבן אריינגעלייגט אז דאס אלעס זאל צושטאנד קומען... אז מ'געפונט זיך אין אזא יום טוב וואס איר גאנצע מהות איז הכרת הטוב און געדענקן די חסדים פון השי"ת, דארף דאס אויך לאזן א רושם אויף אונז אין עניני בין אדם לחבירו, מכיר טובה צו זיין, און אודאי נישט זיין קיין כפוי טובה ח"ו אויף די אלע וואס האבן אזוי ערליך געארבעט און זיך געפלאגט און אריינגעברענגט דעם יום טוב אין שטוב אריין.
אויב א איד קומט אהיים און ווערט אנגעצויגן חלילה אדער איז פארנומען זיך בייזערן אויף די קלייניגקייטן וואס קלאפן נישט אזוי פונקטליך, איז אויסער דעם וואס עס איז דער היפוך פון 'זמן חירותינו' און 'שמחת יום טוב' וואס איז א מצות עשה דאורייתא, איז עס אבער אויך א סתירה מיט דער ענין פון הכרת הטוב.
ווען מ'קריכט ארויס פון די גלות הדעת און שעבוד הנפש
אין המשך צום פריערדיגן שטיקל, איז כדאי צו דערמאנען וואס צדיקים האבן דערציילט א סיפור, געווען איז אמאל א חסיד וועלכער פלעגט מחמיר זיין מיט פארשידענע חומרות און ענינים אום פסח. איינס פון זיינע חומרות איז געווען אז ער פלעגט איבערדעקן דעם טיש אויף וואס מ'האט געגעסן די יום טוב'דיגע סעודות מיט א גרויסע שטיק האלץ, און אויף דעם האט מען ארויפגעלייגט דעם טישטוך און אנגעגרייט דעם טיש. ויהי היום, איין יאר ערב פסח פארנאכט, נאכדעם וואס ער האט שוין צוגעדעקט דעם טיש לויט זיין מנהג, און ער האט שוין ארויפגעלייגט די מצות מיט די וויין מיט אלע צוגעהערן צום סדר, איז ער געגאנגען אין בית המדרש דאווענען. ווען ער איז נישט געווען אין שטוב איז זיין ווייב פונקט אדורכגעגאנגען נעבן דעם טיש, און די גרויסע האלץ וועלכע איז ווייזט אויס נישט געלעגן אזוי גוט, האט זיך געגעבן א רוק פון פלאץ דורך איר, און די מצות און וויין זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד. די פרוי איז געווארן שטארק אין כעס אז צוליב די פרומקייטן פון איר מאן האט פאסירט אזאנס, און זי האט אלעס געלאזט ליגן צעווארפן אויף די ערד, און אנשטאט מסדר צו זיין דעם טיש און אנגרייטן צום סדר, איז זי געגאנגען שלאפן.
דער חסיד איז אהיימגעקומען פון מעריב און שפאצירט אריין אין שטוב, און עס ווערט איהם פינסטער פאר די אויגן, ער זעהט ווי די הויז איז טונקל, אלעס ליגט צעווארפן אויף די ערד, און די טיש איז בכלל נישט גרייט צום סדר. ער האט תיכף 'צוזאמגעשטעלט דאס בילד' און געכאפט וואס דא האט פאסירט, ער האט זיך אבער נישט פארלוירן און נישט געווארן צובראכן, נאר ער האט זיך געשטארקט, און ער איז געגאנגען צו זיין ווייב און איר אנגעפאנגן איבערצובעטן און טרייסטן אויף וואס עס האט פאסירט, ער האט איר געבעטן אז זי זאל איהם מוחל זיין און קומען צום טיש מאכן א סדר, אבער זי האט פון גארנישט געוואלט הערן, נאר אנשטאט דעם האט זי איהם באזידלט און באשריגן אז נאר צוליב זיינע חומרות דארף זי ליידן. דער חסיד האט אלעס מקבל געווען און מודה געווען אז זי איז גערעכט, און האט איר ווייטער געבעטן מחילה, ביז צום סוף האט זי זיך געלאזט איבערבעטן און זי האט באוויליגט צו קומען צום סדר. אזוי האט זיך דער חסיד געשטארקט אויף די מענטשליכע געפילן פון ביטערניש און כעס, און אנשטאט דעם האט ער אפגעראכטן א דערהויבענעם סדר אינאיינעם מיט זיין ווייב, פיל מיט שמחה און התרוממות כאילו לא היה.
יום טוב אינדערפרי ווען דער חסיד איז געגאנגען אין שול אריין, איז איהם זיין רבי, הרה"ק רבי אהרן קארלינער זי"ע אנטקעגן געקומען און געזאגט, "וויסן זאלסט אז די סדר וואס דו האסט אפגעראכטן נעכטן נאכט, איז געווען גאר חשוב און באוויליגט אויבן אין הימל, נאך מער ווי מיין סדר וואס איך האב געפראוועט!". (אמרות טהורות)
אט דאס הייסט געלעבט העכער! געלעבט חירות און דערהויבנקייט. ווען א מענטש קען זיך ארויסציען פון זיין טאג טעגליכן גלות הדעת, פון זיינע געווענליכע געוואוינהייטן פון כעס און בלבול המוח, נאר אנשטאט דעם קוקן מיט א דערהויבענעם בליק און זיך נישט פארלירן פון יעדע קלייניגקייט.
ארויסגיין פון קוצר רוח ועבודה קשה
און באמת דאס איז טאקע די תכלית פון פראווען דעם יום טוב יעדעס יאר פון דאסניי, ווי מיר האבן שוין דערמאנט אין די פארגאנגענהייט מערערע מאל אז א חלק פונעם גלות מצרים שפילט זיך אפ נאך היינט צוטאגס, ווי מיר געפונען אין די תורה הקדושה אין פרשת וארא, ווען משה רבינו איז געקומען מבשר זיין די בשורת הגאולה פאר כלל ישראל צום ערשטן מאל, שטייט אין פסוק "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה", די אידן זענען נישט געווען דעמאלטס אין א מצב פון קענען דערהערן און אויפנעמען ריכטיג די רייד פון השי"ת, זייערע אויערן און הערצער זענען ליידער געווען פארשטאָפּט, די נשמות זענען געווען פארלאשן, און די געמיטער צוקלאפט און צובראכן פון די שווערע ארבעט און פֵּיין פונעם גלות. און עס זעהט אויס ח"ו ווי די הייליגע ווערטער מאכן נישט קיין רושם אויף זיי.
און דער מצב חַזר'ט זיך ליידער איבער בכל דור ודור, דער איד ווערט פאריאָגט און פארפּלאָגט, יעדער איינער מיט זיין אייגענעם קישוי השעבוד און זיין פרטיות'דיגע עול הגלות וואס נעמט איהם ארום ווי א מויער און ווארפט איהם אריין אין א 'גלות הדעת' אז ער זאל זיין אין א מצב פון קֹּצֶר רוּחַ און עֲבֹדָה קָשָׁה און נישט קענען זיך אפשטעלן און מתבונן זיין צו דערהערן דעם דבר השם.
דעריבער האט אונז די תורה געגעבן אזא הייליגע און לעכטיגע יום טוב, א זמן וואס דערהייבט דעם איד הויך, א זמן פון התחדשות און שמחה, וואס גיבט אביסל דעם 'ריוח להתבונן' און די צייט צו אטעמען און זיך קענען פארטיפן אין די געוואלדיגע נסים ונפלאות וואס השי"ת האט געטוהן פאר אונז, און לעבן מיט די ריכטיגע געפיל פון הכרת הטוב און הלל והודאה. און דאס דארף מען חַזרן יעדעס יאר פון דאסניי, וויבאלד דער מענטש ווערט זייער שנעל פארשוועמט אין זיין גלות הדעת, און עס פעלט זיך אויס איהם ארויסצושלעפן פונעם זומפ און איהם געבן די געלעגנהייט צוצוקומען צו יישוב הדעת און חירות, און דערהערן דעם "חַיָּב אָדָם לִרְאוֹת אֶת עַצְמוֹ כְּאִלּוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרָיִם" ווען ער אליינס גייט טאקע ארויס פון זיין אייגענעם שעבוד און גלות הדעת.
און פסח איז די צייט וואס איז באמת מסוגל צו דעם, ווי עס איז מבואר אין אלע ספרים אז פסח איז א זמן פון 'פה סח' ווען דער איד גייט אריין אין א מציאות פון קענען זינגן שירות ותשבחות און הלל והדאה צו השי"ת, כאטש די מויל און די הארץ זענען נישט אלעמאל אפן און גרייט צו זאגן שירה פארן אייבישטער, אבער פסח האט אין זיך א ספעציעלע הארה און לעכטיגקייט וואס נעמט אונז ארום און גיבט אונז די כוח און די מעגליכקייט לְהוֹדוֹת לְהַלֵּל לְשַׁבֵּחַ לְפָאֵר לְרוֹמֵם לְהַדֵּר לְבָרֵךְ לְעַלֵּה וּלְקַלֵּס לְמִי שֶׁעָשָׂה לַאֲבוֹתֵינוּ וְלָנוּ אֵת כָּל הַנִּסִּים הָאֵלּוּ.
דער טבע איז בכלל נישט דער סדר
פסח איז די יום טוב פון אמונה, די צייט ווען א איד איז זוכה זיך צו שטארקן און איינקריצן אין זיך און אין די קינדער גאר א פעסטע און ריינע אמונה אין השי"ת. ווען מיר קוקן צוריק און מיר זעען ווי השי"ת האט אונז קיינמאל נישט פארלאזט, סיי ביי די גאולה אין מצרים, און סיי ווייטער במשך די קומענדיגע דורות ווי אלעס האט זיך געפירט מיט א פונקטליכע חשבון לטובה, און מיט די גרעסטע נסים ונפלאות למעלה מדרך הטבע.
דער שפת אמת ברענגט עטליכע מאל בשם דער חידושי הרי"ם זי"ע, אז דערפאר הייסט דער סדר נאכט מיט'ן נאמען 'סדר' ווייל עס קומט אונז לערנען אז אויך די נסים און די ישועות חוץ לדרך הטבע האבן א פונקטליכע סדר און א חשבון [געבויעט אויף די ווערטער פונעם מהר"ל מפראג זי"ע, אז אנדערש ווי דער מענטש מיינט אז בלויז דער דרך הטבע האט א פונקטליכע סדר און א מהלך, אבער נסים פאסירן בלויז לעת הצורך ווען עס האט וויכטיג אויסגעפעלט וכדומה, דארף א איד וויסן אז אויך דאס וואס געשעט אנדערש ווי די געווענליכע סדר האט א פונקטליכע סדר און א גענויע חשבון פאר זיך].
אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט דא קיין טבע בכלל, די 'סדר' העולם וואס דאַכט זיך פאר אונזערע אויגן אז אזוי פירט זיך די וועלט און זאכן פאסירן ווי פון זיך אליינס לויט זייער געווענליכע שטייגער, דאס איז נישט ריכטיג. נאר דער אמת'ע סדר הבריאה איז דאס וואס דער רבוש"ע טוט און פירט מיט א פונקטליכע חשבון און דרייט אלעס לויט אונזער טובה און פאר אונזער תכלית, אפילו ווען מיר זעען עס נישט מיט די אויגן.
פסח לעבן מיר העכער ווי די מציאות הטבע
דער ענין קען מען גאר שיין מרמז זיין אינעם אנהייב פונעם נוסח ההגדה וואס הייבט זיך אָן מיט "הָא לַחְמָא עַנְיָא דִּי אֲכָלוּ אַבְהָתָנָא בְּאַרְעָא דְמִצְרָיִם", און דערנאך איז דער איד ממשיך און זאגט "כָּל דִּכְפִין יֵיתֵי וְיֵיכוֹל" ווער עס איז הונגעריג קען אריינקומען און עסן ביי מיר. וואס לכאורה קוקט אויס ווי די צוויי זאכן זענען א שטיקל סתירה, פון איין זייט זאגט דער איד אז ער האט בלויז לחמא עניא, אביסל ארימע ברויט, אבער פון די צווייטע זייט עפנט ער דעם טיר ברייט און ער רופט אויס אז ווער עס וויל קען אריינקומען עסן דא... וויאזוי גייען די צוויי זאכן צוזאמען? דער תירוץ איז אז פסח ביינאכט איז גארנישט קיין סתירה! עס איז נישט פארהאן קיין טבע און א סדר העולם, פסח ביינאכט איז דער זמן ווען מיר פארשטייען און אנערקענען אז ס'מוז נישט שטימען פאר אונזערע פליישיגע אויגן. מיר אידישע קינדער ווערן געפירט מיט א גאנץ אנדערע הנהגה פון נסים ונפלאות און פון חוץ לדרך הטבע, און דער רבוש"ע שיקט אונז אריין די ברכה אפילו ווען עס איז נישט איינקלאנג מיט'ן טבע הבריאה.
פסח ביינאכט זענען מיר משיג אמונה
אין ספה"ק ישמח ישראל (פסח אות כ') ווערט געברענגט בשם דער שער הליקוטים פון רבי חיים וויטאל זי"ע אויפן פסוק לְהַגִּיד בַּבֹּקֶר חַסְדֶּךָ וֶאֱמוּנָתְךָ בַּלֵּילוֹת, אז דאס גייט ארויף אויף יציאת מצרים, און 'להגיד' מיינט די 'הגדה' און סיפור יציאת מצרים.
בדרך רמז איז דאס מרמז ווי עס איז באקאנט פון פילע ספרים הקדושים אז "לְהַגִּיד בַּבֹּקֶר חַסְדֶּךָ" גייט ארויף אויף די זמנים ווען ס'איז לעכטיג און זיס און מ'זעהט קלאר די ישועת ה' און מ'דאנקט און מ'לויבט אויף די חסדי ה', און "וֶאֱמוּנָתְךָ בַּלֵּילוֹת" איז די אמונה וואס א איד גלייבט אינעם אייבישטער אפילו ווען ס'זעהט אלעס אויס אזוי שווארץ און טונקל און ער זעהט נישט די טובה אין די יעצטיגע מצב, אבער ער איז זיך מחזק מיט אמונה אז אלעס איז זיכער פאר זיין טובה און פון די צרה וועט נאך ארויסקומען זיין ישועה.
פסח ביינאכט ווען א איד זאגט די 'הגדה' און ער איז זיך מתבונן אין סיפור יציאת מצרים, איז ער זוכה צו א געוואלדיגע קלארקייט און א בהירות אין אמונה, באמת צו אנערקענען אז אין יעדן דור און אין יעדע מצב איז "לְהַגִּיד בַּבֹּקֶר חַסְדֶּךָ" און אלעס איז באמת לעכטיג און גוט, אפילו ווען מ'האלט נאך דערווייל ביי "וֶאֱמוּנָתְךָ בַּלֵּילוֹת".
נאך א טעם פאר די ד' כוסות
מיר ווייסן דעם באקאנטן טעם וואס שטייט אין ירושלמי פארוואס מיר טרינקען פיר כוסות פסח ביינאכט, קעגן די פיר לשונות פון גאולה וואס מיר געפונען אנהייב פרשת וארא ווען הקב"ה שיקט משה רבינו צו זאגן פאר כלל ישראל די גוטע בשורה אז זיי גייען ווערן אויסגעלייזט פון גלות, און דער אייבישטער דערמאנט דארט די ד' לשונות, וְהוֹצֵאתִי, וְהִצַּלְתִּי, וְגָאַלְתִּי, וְלָקַחְתִּי. צום ערשט "וְהוֹצֵאתִי אֶתְכֶם מִתַּחַת סִבְלֹת מִצְרַיִם", איך וועל אייך ארויסנעמען פון אונטער די שווערע ליידן און די לאַסט וואס די מצריים לייגן ארויף אויף ענק, "וְהִצַּלְתִּי אֶתְכֶם מֵעֲבֹדָתָם", איך וועל אייך ראטעווען פון זייער ארבעט וואס זיי מאכן ענק ארבעטן, "וְגָאַלְתִּי אֶתְכֶם בִּזְרוֹעַ נְטוּיָה" וגו' און איך וועל ענק אויסלייזן מיט אן אויסגעשטרעקטן ארעם, וְלָקַחְתִּי אֶתְכֶם לִי לְעָם, און איך וועל ענק נעמען צו מיר פאר א פאלק.
עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז רש"י אין מסכת פסחים (דף קח.) ברענגט נאך א טעם פארוואס מיר טרינקען פיר כוסות פסח ביינאכט, צוליב דעם וואס עס ווערט דערמאנט די ווארט 'כוס' דריי מאל אינעם פסוק אין פרשת וישב ווען דער שר המשקים פון פרעה דערציילט זיין חלום אין תפיסה פאר יוסף הצדיק, ווי די תורה זאגט (בראשית מ' י"א) 'וְכוֹס' פַּרְעֹה בְּיָדִי וָאֶקַּח אֶת הָעֲנָבִים וָאֶשְׂחַט אֹתָם אֶל 'כּוֹס' פַּרְעֹה וָאֶתֵּן אֶת 'הַכּוֹס' עַל כַּף פַּרְעֹה, און די פערטע כוס איז פאר ברכת המזון וואס דאס גייט אויך אָן א גאנץ יאר.
באמת איז אבער דער ענין א פלא, וואס פאר א שייכות האבן אונזערע ד' כוסות ביים סדר מיט די ווערטער פונעם שר המשקים? און פארוואס נויטיגן מיר זיך אין אזא ווייטע טעם ווען מיר האבן דאָך דעם פשוט'ן טעם פון די ד' לשונות של גאולה.
די גאולה האט זיך נישט היינט אנגעהויבן
אין ספר שערי ליל הסדר פון הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א רב דקהל שערי תפלה, שטייט א געוואלדיגע רעיון צו ערקלערן דעם ענין ווי פאלגענד:
אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר באמערקן א חידוש נפלא, די גאנצע מעשה פון יציאת מצרים האט זיך אנגעהויבן דורך א פשוט'ע פליג! וועט איר פרעגן "א פליג?" וואו קומט אריין א פליג צווישן די נסים פון יציאת מצרים? נאר אז מיר קוקן גוט נאך די גאנצע השתלשלות פון די שבטי י-ה און כלל ישראל, וועלן מיר באמערקן אז אלעס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס פרעה האט איינגעשפארט דעם שר המשקים אין תפיסה צוליב דעם וואס ער איז נישט געווען פאָרזיכטיג און ס'איז אריינגעפאלן א פליג אינעם קעניג'ס בעכער. דארט אין תפיסה האט דער שר המשקים געהאט א חלום און דורכדעם זיך באקענט מיט יוסף הצדיק וואס האט איהם פותר חלום געווען. פון דארט איז יוסף געווארן איינגעלאדנט צו פרעה אין פאלאץ כדי פותר חלום צו זיין פאר פרעה, יוסף ווערט דער משנה למלך, און דערנאך קומען אראפ יעקב אבינו מיט זיינע קינדער קיין מצרים צו יוסף, און פון דארט הייבט זיך אָן דער שעבוד מצרים און דערנאך די גאולת מצרים.
אז מיר וועלן זיך אפשטעלן און פרעגן וויאזוי איז דער פליג טאקע אריינגעפאלן אין פרעה'ס בעכער? איז א גאנץ יאר ווען דער מענטש קוקט אָן זאכן מיט זיינע פליישיגע אויגן קען זיך איהם דאכטן אז ס'איז געשען דרך מקרה, עס האט זיך געמאכט, אזויווי ס'איז די טבע אז פליגן קענען אריינפליען אין זאכן... אבער פסח ביינאכט ווען א איד ווערט דערהויבן און ער קוקט אויף זאכן מיט א העכערן בליק, מיט א אמונה'דיגן בליק און ער ווייסט אז דער אייבישטער פירט די וועלט און ער איז דער מסבב כל הסיבות, יעדע זאך האט א פונקטליכע חשבון, און די גאנצע גלות און גאולה זענען נישט צושטאנד געקומען בלויז צוליב א 'מקרה' ווייל ס'האט פאסירט פון זיך אליינס אז א פליג איז אריינגעפאלן אין די וויין! אדרבה, פסח ביינאכט איז א איד איבערצייגט אז גארנישט געשעט נישט פון זיך אליינס, יעדע ריר און יעדע פינטל אויף דער וועלט האט א סיבה און א חשבון פארוואס ס'דארף אזוי זיין, און אויך יענע פליג איז דעמאלטס געשיקט געווארן מיט א פונקטליכן פלאן טאקע צוליב דעם ווייל כלל ישראל דארף קומען צו גיין אין יארן ארום אהער קיין מצרים.
און דעריבער ווען א איד זעצט זיך צום סדר און ער גייט טרינקען די פיר כוסות דרך חירות, און עס וואלט זיך איהם געקענט דאַכטן אז די גאולה האט זיך אנגעהויבן נאר ביי יציאת מצרים, דעמאלטס ווען משה רבינו איז געקומען צו כלל ישראל און געזאגט די ד' לשונות של גאולה אז זיי גייען שוין ווערן אויסגעלייזט, פון דארט הייבט זיך אָן כביכול דער פלאן צו אונזער גאולה. דערפאר זאגט אונז רש"י, ניין! די חירות האט זיך נישט אנגעהויבן דארט ביי די צען מכות ביים סוף פון די לאנגע שווערע יארן פון שעבוד און פּיין. ווען מען לעבט מיט די ריכטיגע הכרה און ידיעה, ווען מ'האט ריכטיג ארויס דעם "וִידַעְתֶּם כִּי אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם הַמּוֹצִיא אֶתְכֶם מִתַּחַת סִבְלוֹת מִצְרָיִם" דאן ווייסט מען איז מען איז משיג אז די היינטיגע גאולה האט זיך שוין אנגעהויבן מיט הונדערטע יארן פריער ווען א קליינע פליג איז אריינגעפאלן אין עפעס א בעכער מיט א פונקטליכע השגחה פרטית.
אז מ'לעבט אזוי, מיט א דערהויבענעם בליק, מיט א טיפע פארשטאנד אז דער אייבישטער פירט אונז און איז משגיח אויף אונז יעדע רגע מיט זיינע רחמים וחסדים און מיט א פונקטליכע פלאן אין וועלכע אלעס איז אויסגערעכנט לטובה, פארשטייט זיך אז מ'איז זוכה צו שפירן דעם ריכטיגן הכרת הטוב וואס ס'איז נישט דא דאס גלייכן, און דער הלל זינגט זיך גאנץ אנדערש מיט פיל מער התרוממות און דביקות ווי עס פאסט אויף אזעלכע נסים ונפלאות.
פסח איז נישט בלויז א תכלית פאר זיך
אז מיר זענען טאקע זוכה צו אזא הייליגע און לעכטיגע ליל התקדש החג, און עס עפענען זיך אויף פאר אונז די טויערן פון אמונה און נסים ונפלאות חוץ לדרך הטבע, דארף מען מאכן זיכער צו זיין א ריכטיגע 'כלי' וואס קען דאס אלעס מקבל זיין און אוועקלייגן אויף שפעטער אויך. אפילו נאכדעם וואס דער פסח וועט אריבערגיין, דארף עס אבער בלייבן איינגעזאפט אין אונזערע ביינער, מיר דארפן ווייטער לעבן מיט'ן דערהויבענעם בליק פון הכרת הטוב און אמונה און שבח והודאה צו השי"ת.
א איד דארף אויסנוצן דעם געלעגנהייט פסח ביינאכט און מתפלל זיין צום אייבירשטן אז ער זאל זוכה זיין מיטצונעמען פון די גרויסע אורות און קדושות פון די נאכט אויף ווייטער.
הרה"ק רבי מרדכי יוסף פון איזביצא - דער מֵי השילוח זי"ע - זאגט א טעם אויפן מנהג צו עסן אייער פסח ביינאכט ביים אנהייב פון שולחן עורך, וויבאלד ביי א מענטש איז די מציאות אז ווען א קינד ווערט געבוירן איז שוין פיזיש דא א מענטש, עס איז פארהאן א קליינע מענטש וואס איז געבוירן געווארן אינגאנצן געענדיגט. אנדערש איז אבער ווען א פייגל לייגט אַ איי, איז דאס קינד נאכנישט דא, די איי איז בכלל נישט די תכלית, נאר מען וואַרט אויף די געבורט ווען עס גייט שפעטער באשאפן ווערן א קליינעם פויגל פון דעם איי. דאס זעלבע איז געווען ביי יציאת מצרים, דאס איז נאר געווען די אנהייב פון די גאולה, אבער נאכנישט די אמת'ע תכלית, נאר ביי קבלת התורה דעמאלטס איז מקויים געווארן די ריכטיגע גאולה און דאס געבורט פון כלל ישראל וואו מיר זענען געווארן דער עם הנבחר פון הקב"ה.
זיין תלמיד הרה"ק רבי לייב'לע איגר פון לובלין זי"ע אין ספה"ק תורת אמת לייגט צו נאך, ווען ס'ווערט געבוירן אן איי, זעהט עס אויס ווי א פשוט'ע זאך וואס פארמאגט נישט אין זיך קיין שום סימן און צייכן פונעם פויגל וואס דארף דא געבוירן ווערן. אבער באמת טיף אינעווייניג, באהאלטענערהייט, ליגט דארט א כוח פון א עוֹף וואס גייט ארויסקומען פון דעם, און אז מען לאזט עס ליגן וועט זיך טאקע אנטוויקלען דא א פויגל.
אויף דעם איז מרמז דער איי וואס מיר עסן פסח ביינאכט, צו ווייזן אז עס קומען טאקע אראפ געוואלדיגע און גרויסע אורות פסח ביינאכט. און ווען א איד וואלט געקענט מרגיש זיין דאס גרויסע לעכטיגקייט צו וואס ער איז זוכה פסח ביינאכט, דאן וואלט ער זיך אינגאנצן געטוישט און געווארן הייליג און ריין, די זאך איז נאר אז מען פילט עס נישט תיכף. אבער מיר גלייבן און ווייסן אז טיף אינעווייניג איז שוין דא דער רושם, און מ'דארף עס נאר ארויסברענגען און אויפדעקן.
ביי הלל בעטן מיר אויף ווייטער
לעניננו, דארף א איד וויסן אז די אלע אורות און השפעות פון פסח ביינאכט קומען צו גיין, זיי זענען דא מיט אונז, און זענען נאך אסאך מער ווי וואס מען זעהט מיט די אויגן און מען איז משיג מיט'ן שכל. און מיר דארפן מתפלל זיין און בעטן השי"ת אויף דעם אז מיר זאלן דאס נישט פארלירן, נאר אדרבה, מיר זאלן זוכה זיין דאס מיטצונעמען אויף ווייטער, און מיר זאלן זוכה זיין צו די נסים ונפלאות און ישועות ברוחניות ובגשמיות אויך א גאנץ יאר.
עס איז מיר אויסגעקומען אמאל צו פרעגן פון מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל פארוואס מיר זאגן אינמיטן הלל די בקשות פון "אָנָא ה' הוֹשִׁיעָה נָא אָנָא ה' הַצְלִיחָה נָא", מיר האלטן דאָך אינמיטן דאנקן און לויבן השי"ת אויף אלע נסים ונפלאות, און וואו קומען אריין אונזערע בקשות און תפלות אויף אונזער פריוואטע ישועה און הצלחה?
במשך עטליכע געלעגנהייטן האט דער ראש ישיבה זצ"ל געזאגט תירוצים אויף די קושיא, צווישן זיי האט ער געזאגט די צוויי פאלגנדע הערליכע הסברים:
ווען מיר בעטן אנא ה' איז עס גאר א חלק פון די שבח והודאה, ווייל מיר מיינען דערמיט צו זאגן "רבונו של עולם, עס איז מיר אזוי גוט דיר צו דאנקען, אז איך וויל דיר קענען דאנקען און לויבן נאך און נאך, דעריבער העלף מיר און גיב מיר הצלחה כדי איך זאל דיר קענען ווייטער דאנקען און לויבן אויף דעם אויך!".
ביי א צווייטע געלעגנהייט האט דער ראש ישיבה זצ"ל ערקלערט, אז דאס אליינס איז בעצם די גרעסטע שבח והודאה, ווייל די שענסטע וועג פון דאנקן און לויבן איז ווען מ'ברענגט ארויס צו דער וואס האט אונז געטוהן א טובה אז אליינס קענען מיר גארנישט און מיר מוזן אנקומען צו דיר און דיינע טובות. און דעריבער בעטן מיר אָנָא ה' הוֹשִׁיעָה נָא אָנָא ה' הַצְלִיחָה נָא, רבוש"ע העלף מיר, ווייל איך מוז צוקומען צו דיין ישועה און דיין ברכה, און אָן דיר האב איך גארנישט און איך קען גארנישט. קומט אויס אז דאס אלעס איז א חלק פון אונזער דאנק און לויב צום אייבערשטן ווען מיר אנערקענען און ברענגען ארויס אין אונזער בקשה אז מיר פארמאגן גארנישט פון זיך אליין.
טייערע חברים, דאס אלעס דארף זיין א טייל פון אונזערע תפלות פסח ביינאכט בשעת מיר דאנקן און לויבן דעם אייבישטער, רבוש"ע עס איז דאָך אזוי גוט און זיס, איך וויל דאס קענען ממשיך זיין און אנהאלטן אלעמאל! איך וויל ווייטער שפירן דעם יעצטיגן אור און מתיקות א גאנץ יאר, איך וויל זיין נאנט און דָבוּק צו דיר, און עס זאל מיר טאקע שטענדיג זיין גוט און לעכטיג און איך זאל דיר קענען דאנקען און לויבן אָן א סוף. ווי אויך זאל איך זוכה זיין צו וויסן און גלייבן אלעמאל אז אליינס קען איך באמת גארנישט, נאר איך בין גענצליך אנגעוואנדן אין דיר, אין די חסדי השי"ת און אין דיין גרויסע הנהגה וואס איז אלעמאל מיט א חשבון לטובה פאר אונז מיט רחמים וחסדים גדולים אָן א שיעור, אכי"ר.
א כשר'ן און פרייליכן יום טוב!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

מאמר א'
די יסוד פון פסח - הכרת הטוב

מאמר ב'
זוכה זיין צו א ריכטיגע זמן חירותינו

מאמר ג'
פסח - דער יו"ט פון אמונה

מאמר ד'
פסח איז א הכנה אויף א גאנץ יאר