בלאט 1 פון 1

היימישע קאמוניזם

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 11:56 am
דורך אלפא
אין דעם יעצטיגן תקופה - פאר יו''ט ווען דער עולם איז אין יאגד נאך קמחא דפסחא און צדקה גייערס מערן זיך ווי שוואמען נאכן רעגן, 'משפחות אויף יו''ט' איז די סלאגאן, און מיט א 50'גער א טאג איז מען ווייניג אפגעקומען - ברענגט עס מיר נישט ווייניג ארויף דאס בייז בלוט. וואס איז דאס פונקטליך פשט?! פארוואס זיך נישט קענען אליין אויסהאלטן, פארוואס איז אונזער קאמיוניטי אזוי ארעם?!

אויב מיינט עס אן האלידעי ווייניגער כדי צו האבן איבעריג געלט פאר יו"ט - so be it!
אויב מיינט עס ארעמערע חתונות, נישט אזעלכע טייערע פורניטשור, נישט אזאנע באפיצטע קליידער, און פרעכטיגע וועגענער, זאל זיין אזוי!
אפי' אויב זאל דאס דארפן צו מיינען מער ארבייטן, ווייניגער קינדער, אדער ווייניגער חומרות פסח מיט אלע צוגעהערן, דאן זאל מען גיין פאר דעם!
נישט אזוי?! די גמ' זאגט דאך שוין 'גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים', און אין רמב"ם ווערט אויך אויסגעשמועסט די חילול השם דערפון, טא, וואס איז די פרומקייטן אויף קהל'ס חשבון?

דאס זענען געווען מיינע טעגליכע מחשבות זרות ביז היינט.



היינט אבער:
קומט צו מיר אינמיטן דאווענען א אינגערמאנטשיקל נאך געלט, נישט פאר קיין 'משפחות' אדער קהילות, ניטאמאל זאגט ער קמחא דפסחא לחשים. ער גייט פשוט פאר א משפחה'לע מיט 10 קינדער אויף יו"ט. פינטל.

וואס איז דאס אנדערש? איך האב אליין נישט געכאפט דאס ערשטע מינוט, אבער עפעס האט זיך עס געפילט אנדערש ווי דעם שוואונג ביז אהין. קען זיין מ'קען אפלייען סטאלין'ס לאגיק אז איין טויט פאל איז א טראגעדיע און צענדליגער זענען נאר א סטאטיסטיק. בכל אופן, האט עס מיר געמאכט אריינקלערן אין דעם סיטואציע ווי עס שטייט זיך א פאטער מיט 10 בנים'לעך און דארף אריינברענגען יו"ט אין שטוב, די קרעדיט קארטלעך האבן שוין לאנג געקראכט מקישוי השעבוד, שכר לימוד בילס ווארטן אין א שורה צו ווערן געענטפערט, זיין וואסער און עלעקטריק האט מען שיעור נישט אפגעהאקט לעצטנס, קיין לעמבארגיני פארגינט ער זיך נישט – מילד גערעדט, אבער דא שטייט ער און דארף אויסשטאפירן זיינע קינדער מיט די וויכטיגסטע לכבוד יו"ט, חיים'ס הוט זעט שוין ממש אויס ווי א שבת-קאפעלוטש-סורווייווער, מיילעך'ס בעקיטשע האלט שוין ביים דריטן רונדע, שלום'ס שיך קען כמעט איינשלינגען יונה מיטן פיש אינאיינעם, ווער רעדט נאך פון די מיידלעך וואס די טייטץ זענען שוין פרוץ מרובה, און די שעסלעך באלד נישט קיין שוה פרוטה, און דאס אלעס איז נאר די קליידער שאפע. מצות גייט אים אפקאסטן דעם הויזן מיטן ביזעם טאש צוזאמען. קארטאפל, אייער, פלייש, און וויין, און אפאר באנאנעס פארשטייט זיך, גייט אים ארעם מאכן פאר די קומענדיגע האלבע יאר, און פאר די פאר נייע כלים וואס די ווייב האט אים וויכטיג געבעטן האט ער שוין אפי' נישט קיין איבעריגע ראם אין מח.

הקיצור, דער איז אובד עצות, אבער מער פון דעם איז די רחמנות אז עס איז ניטאמאל ממש זיין שולד. האט ער דען געוואלט חתונה האבן ביי די 18 און ארויסרוקן א קינד פער יאר? האט ער דען בוחר געווען צו זיין אין ישיבה פון וואו קיין גרויסגעצאלטע קאריערע האט ער זיך נישט דערלערנט? האט ער דען מחליט געווען צו וואוינען אין א סאסייעטי וואו אלעס איז + טעקס און + פיער פרעשור פראצענט? האט ער דען געפלאנט צו דערווישן א שווער מיט זיבן הונדערט עקסטערע חומרות אויף פסח?

אין אנדערע ווערטער יבא בעל הכרם ויתקן כרמו. אבער ווער איז טאקע יא דעם בעל הבירה אין אונזער פאל?


דא קומט מען צו צום געדאנק וואס האט זיך ביי מיר אויסגעקלארט, אז מיר זענען בעצם אזא קאמוניסטישע סארט סאסייעטי!

ווען מ'זאגט אבער קאמוניזם דארף מען קלאר מאכן אז עס פארמאגט צו זיך צוויי חלקים.
די ארגינעלע געדאנק פון קאמוניזם פראפאזירט דורך קארל מארקס ודעימיה איז בעצם באשטאנען פון אן עקאנאמישע פלאן וואו אנשטאט די ארעמע זאלן פארקויפן זייער ארבייט פאר די רייכערע (פאר אן אומ'יושר'דיגע פרייז – אין זיין בליק), זאל יעדער איינער ארבייטן און באקומען צוגעשטעלט פון 'די קאסע' אלע זיינע צרכים.

די עצם געדאנק איז לאו דוקא אזוי שלעכט, און אין פאקט פראבירט מאדערנע סאציאליזם (וועלכע ווערט מער און מער פראקטיצירט אין געוויסע אייראפעאישע לענדער) צו אויסזיפן די גוטע חלקים דערפון און עס מאכן נוצבאר פאר די ארעמערע שיכט פונעם פאלק. עס שטויסט זיך אבער מער אן אין גרעסערע פראבלעמען (בתוך הדברים) ווען 'די קאסע' דארף האבן גבאים און עס איז אוממעגליך צו גאראנטירן און אפהאלטן אז דאס זאל זיך טראנספארמירן צו א דיקטאטורשאפט און טיראנישע הערשאפט, וואס טאקע אזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט אין רוסלאנד און אין אנדערע פלעצער ווי מ'האט עס גענומען ראדיקאל.

איז בכלליות קען מען זאגן אז קאמוניזם באשטייט פון די צוויי חלקים, 1. א צענטראלע גאווערנמענט וועלכע זאל זיין אחראי אויף דיסטריביוטן די פארדינסטן, 2. א זייט-ווירקונג דערפון איז אז זיי נעמען אויף זיך מערערע מאכטן צו זיכער מאכן אז קיינער עקספלויטירט נישט דעם סיסטעם און על פיהם ישק ווער און וואס די געלט זאל גענוצט ווערן און בכלל וועלכע רעכטן יחידים האבן.

אין מער לינקערע מדינות זעט מען טאקע היינט ווי די רעגירונג מישט זיך מער און מער אריין אין פריוואטע לעבנסשטייגערס, סיי בנוגע חינוך ווי כלומרש'ט פארשטייען זיי בעסער, און און מער און מער אופנים וואו זיי קומען צו פראטעקטן דעם עולם פון קלימאטן טויש, פון שענדליכע סובסטאנצן, און פון נאך און נאך זאכן וואס זיי פילן בארעכטיגט אריינצורעדן ווייל העלטקעיר און וועלפעיר גייט שוין ממילא אדורך זייערע הענט.


צוריק צו אונזער קהלה, עס שיינט ווי ביי אונז הערשט אויך אזא מילדע קאמוניזם מיט קליינע אותיות. פון איין זייט געשעט במישרין און בעקיפין דעם רידיסטריביושאן פון רייכטום, דהיינו, עס איז דא דעם מושג אז 'די קהילה' פילט זיך אחראי פאר די ארעמערע פון פאלק (וואס איז גראדע א מערהייט), און פאר רוב הוצאות זענען דא היימישע סובסודיעס, פון חתונה מאכן, ביז שכר לימוד, און פון יו"ט מאכן, ביז קימפעטארן הייזער, עס איז אזא אומאפיציעלע אפמאך אז די עשירים דארפן אריינצאלן פאר די איבעריגע פון פאלק – סיי מיטן מנדב זיין בנינים אדער דעקן די לעכער פון די מוסדות, און סיי מיט די אלע נדבות'ער ביי טיי-אווענטס און אין ביהמ"ד. די לאגיק דערפון איז לכאו' – אזויווי אונטער קאמוניזם – אז די רייכטום פונעם גביר איז דאך אויך נאר ארביטרערי און עס איז נישט מער ווי מזל וועלכע האט אים אריינגעשפילט – וועלכע דארף יושר'דיג צוטיילט ווערן צווישן די גאנצע קהילה – וועלכע שטייט אים אויך צו די האנט אין צייט פון נויט. [די חסרון ביי אונז איז נאר אז עס איז זייער נישט עפישענט, ווען מ'זאל ווען נעמען די חשבונות און פארלייגן אין אן עקסעל שיעט וואלט מען געקענט אוועקשניידן גאר אסאך פון די פראצענטן און פירורים וועלכע פאלן אוועק פאר די אלע גבאי צדקה און פאר אלע טעכנישע פאנדרעיזינג הוצאות, ואכמ"ל]. פון די צווייטע זייט באלאנגען די קינדער אויך במקצת 'צום קהילה', וואס איז מערקבאר סיי אין דעם דינאמיק אז אונזער אויבן-דערמאנטע 10 קינדער זענען כמעט די זעלבע מיין אחריות און די אחריות פון יעדעם ווי פון דעם נעבעכדיגן טאטן אליין, און מער איז עס מערקבאר און פעלער ווי איינער פון די עלטערן פארן אפ אדער סיי וואספארא טראגעדיע וואו 'די קהילה' גייט קעמפן, שטיצן, און באזארגן, די דאזיגע כלל-קינדערלעך פאר יעדן פרייז.

נישט אויסגערעדט צו זיין, די זייט-ווירקונגען טרעפט זיך אויך גאנץ כמעשה ביינונז, פון איין זייט זענען דא די זעלבסט געקרוינטע עסקנים און כלל-טוער וועלכע פירן דעם עולם ביים נאז, די רבנים זענען כמובן נישט עלעקטירט, נאר ענדערש מאכן זיכער צו דיקטירן יעדע פרט פונעם יחיד'ס לעבנסוועג. פרייע פרעסע אדער פרייהייט פון ווארט איז דאך אפגערעדט. און אין זייער אסאך אספעקטן שמעקט זיך עס אן ווי א קאמוניסטישע רעזשים.

איך האב אבער מקדים געווען מיט די הקדמה איבער די צוויי טיילן פון קאמוניזם, וועלכע איז למעשה אביסל רעלעוואנט צו דעם שמועס, ווייל ווי באקאנט 'טוט מאכט קארופטירן, און אלטימעטע מאכט איז אלטימעטע קארופציע', און בעת וואס אויף נאציאנאלע פארנעמען האט זיך קאמוניזם אויסגעשטעלט גאר קארופטירט און שעדליך, בין איך נישט איבערצייגט אז די זעלבע איז שייך אין אונזער פאל.

איך האב שוין אמאל ארויסגעברענגט אין אן אשכול וויאזוי קאלעקטיוויזם האט מעלות איבער אינדיווידואליזם און דאס לעבן אינעם באבל צווישן אונז קומט מיט געוויסע יתרונות און ערכים וואס מ'קען נישט ממש רעפלעיסן.

די טעזע דא איז אביסל אן המשך און הוספה דערצו, ווייל אלץ לינקער האלט איך בעצם היבש פון דעם געדאנק פון סאציאליזם, און דאס אז מ'זארגט זיך קאלעקטיוולי פאר די ארעמע, און דאס אז רייכטום ווערט דיסטריביוטעט איז זייער געוואונטשן לדעתי (הגם די עפישענסי מעג פארבעסערט ווערן..) עס איז אויך א גלייכע געדאנק אז ווער עס קען האבן מער קינדער זאל דאס טון כנגד דער וואס קען בעסער ארבייטן זאל יענץ טון און א דריטער זאל בלייבן לערנען, א.א.וו. דעם מהלך פון 'איין שיסל סאסייעטי' אדער דעם "מי כעמך ישראל"דיגן קולטור איז ווערד פאר זיך מיליאנען, און עס לאזט זיך גרינג שפעקילירן אז די פרייז דערפון -אויף דעם קלענערן פארמאט וואס עס טראגט ביי אונז- צאלט זיך נאך אויס מיט פראצענט פאר רוב ציבור.

און דאס איז וואס האט מיר בארואיגט הערנדיג פאר וועמען דעם אינגערמאן גייט נאך געלט.

- נישט אז עס נעמט אוועק דעם אינסטינקטיווע רוגזא צום אומבאלומפערטקייט וואס מיר האבן און מיר פראקלאמירן צומאל שטאלצערהייט, און נישט אז עס באדעקט חסרונות וועלכע קענען און דארפן ווערן אדרעסירט קאפ-ארויף, און נישט אז דאס סובסידייזט פאר די סופרעסיע פון מידיע און קאנטראל פון רבנים, ניטאמאל באגליקט עס געוויסע טפשות'ער און אומוויסנשאפט מיט וואס מיר זענען באשאנקען. עס איז אבער יא א סאציאלאגישן ראציאנאל פארוואס מיר קענען למעשה שטאלצירן מיט געוויסע קאנסעקווענצן דערפון און פארוואס עס לוינט אפי' מעגליך אריינצוצאלן דערין.


נאר איין אינטרעסאנטע פאראדאקס אין דעם ענין. ווי מיר שמועסן זענען מיר בלא יודעים פרא דעם געדאנק פון צענטראליזירטע מאכט, און אנעקדאטעלי שטרייכט זיך עס נאך מער אונטער מיט די אלע פראגראמען וואס מיר מוציא'ן אזוי געשמירטערהייט פון די רעגירונגען בכל קצוי תבל – מ'שטיינץ געזאגט, זיי קומען אונז דאך אלעס! פארוואס? ווייל אזוי! ווייל אזוי איז אונזער אינסטינקט און אזוי זענען מיר (בלא יודעים) אויפגעוואקסן אלץ אידעאל. לאידך גיסא ווען עס קומט צו געבן מער עכטע מאכט פאר רעגירונגען, סיי אין חינוך סיי אין מעדיצין, אדער סיי וואו עס קלאפט אויס, דארט זענען מיר פלוצים פאראייניגט אז די רעגירונג האט זיך נישט וואס צו מישן אין אונזער ביזנעסער, מיר ווערן מיטאמאל די גרעסטע שטיצער פון small government פילאזאפיעס, און מיר קעמפן פאר אונזערע אייגן באשטימטע רעכטן. והדבר אומר דרשוני.

מ'קען לכאו' פארברייטערן אין דעם נקודה אליין, אבער מקופיא דאכט זיך מיר אז עס נישט מער ווי דאס נארמע פון סיי וועלכע טיראניע אז מען איז אין קאמפעטישאן מיט די אנדערע טיראניע. ווען עס רעדט זיך פון געלט און טובות – דאן זענען מיר אלע אין – מיר אלע זענען בעד דעם השקפה אז געלט דארף זיין רידיסטריביוטעד שטארק, ווען עס קומט אבער צו סיי וועלכע נקודה וואו אונזער (-לידערשיפ) קאנטראל האט א פינגער דארט זאל זיך א צווייטער וואגן אריינצורעדן! און דערמיט איז אויך פארשטענדליך דעם טראמפ פארהייליגונג ביי אונז, פון איין זייט שטעלט ער טאקע פאר דעם כלומר'שטן רעכטן געדאנקענגאנג אז יעדער זאל זיך טון וואס ער וויל און וויאזוי ער פארשטייט, פון די אנדערע זייט זענען דא ווייניג אזעלכע עגאאיסטישע פירערס וועלכע זייער גאנצע עקזיסטענץ שפיגלט אזוי גוט אפ דעם פירערשאפט ביי אונז – וואס ווי געשמועסט איז נישט דוקא געבויט אויף קארופציע, אבער האט זיך אזוי אויסגעשטעלט מכח די קאמוניסטישע אנשויאונגען.


די נקודה וואס מ'דארף ארויסנעמען דא איז איינס. נעקסטע מאל פאר דו בארעדסטס סאציאליזם אדער קאמוניזם מיט א געשמאק, טראכט נאר איין מינוט צו דיין רעטאריק שטימט באמת מיט די מסיבה וואס מ'האט נארוואס געמאכט צום חתונה פון דיין קינד, און קומענדיגע מאל דו שרייסט אויף די אלע וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן מיט געלט פאר די מוסדות פרעג זיך אליין אויב ריינע קאפיטאליזם איז טאקע דיין אידעאל...

אויב איז יא דא איינער וואס דינגט זיך דערמיט איז עס לכאו' לעיזער קרויס פון קול מבשר (און מעגליך אסאך ליינער אן קיין שופר) וועלכע פראפאזירט שטארק אינדיווידואליזם און אז מ'זאל נוצן אייגענע געלט און בעיקר דעם אייגענעם מח, אבער לדעתי פארזעט ער די קאמפלעקציטעט און די איינגעדרייטקייט פון דעם סיסטעם בתוכינו אין מערערע אספעקטן ביינזאם.



א פרייליכן יו"ט אייך אלע!

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:47 pm
דורך אפטימיסטיש
אלפא האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 11:56 am

די נקודה וואס מ'דארף ארויסנעמען דא איז איינס. נעקסטע מאל פאר דו בארעדסטס סאציאליזם אדער קאמוניזם מיט א געשמאק, טראכט נאר איין מינוט צו דיין רעטאריק שטומט באמת מיט די מסיבה וואס מ'האט נארוואס געמאכט צום חתונה פון דיין קינד, און קומענדיגע מאל דו שרייסט אויף די אלע וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן מיט געלט פאר די מוסדות פרעג זיך אליין אויב ריינע קאפיטאליזם איז טאקע דיין איידעאל...



א פרייליכן יו"ט אייך אלע!
ויש לחלק הרבה מאוד בין קאמוניזם צו טיי אווענטס/מסיבות, ווארום קאמוניזם צווינגט דיר צו געבן, ביי א טיי אווענט קענסטו אפקומען מיט טרינקען טיי... קיינער צווינגט דיך נישט. און דאס איז א חילוק פון הימל און ערד, מ'רעדט דאך דא פון א מענטשן'ס פרייהייט, קאמוניזם סטריפט דיך פון פרייהייט, קאמוניזם סטריפט דיך פון אייגנטומערשאפט מכל וכל. משא"כ בנידון דידן רעדט מען ס"ה פון ווערן באלמוטשעט פון א פלייץ פון שנארערס, נו, נישט געפערליך, מ'ווערט דאך סייווי באמבארדירט פון ספעם/ראבא קאלס א גאנצען טאג, דאס וועט שוין אויכעט מיטגיין
אלפא האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 11:56 am

און קומענדיגע מאל דו שרייסט אויף די אלע וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן מיט געלט פאר די מוסדות פרעג זיך אליין אויב ריינע קאפיטאליזם איז טאקע דיין איידעאל...
קיינער - חוץ די מוסדות זעלבסט - שרייט נישט אז מ'ברויך שטיצן די מוסדות...

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:04 pm
דורך א גאסט אויף א וייל
Right. In the Goishe velt there are no poor people. Everybod y is rich.

Time to wake up that it's up to the person with a little Siyata D'shamaya in the side.

Sorry, no Yiddish keyboard.

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:51 pm
דורך berlbalaguleh
אפטימיסטיש האט געשריבן: ויש לחלק הרבה מאוד בין קאמוניזם צו טיי אווענטס/מסיבות, ווארום קאמוניזם צווינגט דיר צו געבן, ביי א טיי אווענט קענסטו אפקומען מיט טרינקען טיי... קיינער צווינגט דיך נישט. און דאס איז א חילוק פון הימל און ערד, מ'רעדט דאך דא פון א מענטשן'ס פרייהייט, קאמוניזם סטריפט דיך פון פרייהייט, קאמוניזם סטריפט דיך פון אייגנטומערשאפט מכל וכל. משא"כ בנידון דידן רעדט מען ס"ה פון ווערן באלמוטשעט פון א פלייץ פון שנארערס, נו, נישט געפערליך, מ'ווערט דאך סייווי באמבארדירט פון ספעם/ראבא קאלס א גאנצען טאג, דאס וועט שוין אויכעט מיטגיין

אפטימיסטיש: איך וועל באלד (בל"נ) מגיב זיין אויף אלפא'ס לאנגן און קאמפרעהענסיוון מאמר.

דערווייל וויל איך מיך נאר שטעלן אויף איין נקודה וואס דו האסט דא אויפגעברענגט, דער פונדאמענטאלער חילוק פון קאמוניזם/סאציאליזם און צדקה וחסד ביי אידן. ביי סאציאליזם בכלליות איז עס א טייל פון די רעגירונגס מאנדאט און סיסטעם. טעארעטיש איז עס זייער א גוטע אידעאל, מ'העלפט די ארעמע שיכטן פון פאלק מיט אלע זייערע באדערפענישן. נאר אין פראקטיק אין מציאות קומט דאס מיט זייער א סאך פראבלעמען, וויבאלד ס'איז א טייל פון די רעגירונגס פונקציע קומט דאס מיט א גרויסע ביוראקראטיע און אויטאמאטיש ווערן עטאבלירט נייע קלאסן, פון די וואס זיצן ביים שיסל און טיילן, און די מקבלים. די ערשטע זענען (געווארן) אן עליטע, זיי האבן געלט און מאכט, און די צווייטע די פשוטי עם מוזן נעמען וואס מ'געט זיי און זיין צופרידן, אזוי ווי מ'האט געזעהן ספעציעל אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטן.

די צווייטע און בעסערע סיסטעם איז די צדקה וחסד וואס איז דא ביי אידן אלס איינגעפלאנצטע מדה טובה, וואו מ'העלפט (ב"ה) אידן מיט ריזיגע סכומים און פראדוקטן פאר א יעדן יו"ט, ספעציעל פאר פסח, וואס א יעדער יחיד וועלכער קען זיך עס ערלויבן טיילט אוועק ריזיגע סכומים פאר צדקה. קיינער הייסט איהם נישט, קיינער צווינגט איהם נישט.

און אפילו די רעגירונג פראגראמען, וועלכע אונז קענמיר בחסדי השי"ת גוט מאניפולירן, זענען אויך איינגעשטעלט אזוי אז ס'זאל נישט הייסן סאציאליזם. ס'קומט זיך דיר אויטאמאטיש, ניין, דו דארפסט אויפווייזן אז דו ביסט קוואליפיצירט צו געניסן פון די רעגירונגס הילף פראגראמען. סיי מעדיקעיד, מעדיקעיר און רענט סובסידיעס. ממילא דער אנגעשטעלטער וועלכער לייגט דיך ארויף אויף די פראגראמען איז נישט מער ווי אן ארבייטער וועלכער באקומט זיין געהאלט, ער איז נישט קיין פריץ, אדער באלאנגט צו אן עליטע, א ספעציעלע קלאס, אזוי ווי ס'איז געווען דער פאל אין רוסלאנד, אפילו אונטער סטאלין, די פשוטי עם, די פשוט'ע מענטשן האבן טאקע געהאט זייער א שווער לעבן, נאר די עליטע האבן זייער גוט געלעבט. איך האב געליינט עטליכע ביכער פון די מענטשן וועלכע זענען געווען די "נאמענקלאטור", ווי מ'האט גערופן די פריצים אין רוסלאנד, אפילו די עשירים אין אמעריקע און ענגלאנד האבן נישט געהאט א בעסערן לעבן ווי זיי.

די אונטערשטע שורה איז אז דער סיסטעם פון צדקה וחסד קען טאקע נאר ארבעטן ביי אידן, וואו א יעדער געט מנדבת לבו צו העלפן די ארימעלייט. ווייל די מינוט ס'ווערט אן אינסטיטוציע קומט מיט אלע נישט גוטע זייטן ערשיינונגען, אזוי ווי קארופציע און שווינדל, ווי מ'זעהט טאקע ביי רוב פון די היימישע ארגאניזאציעס, ואין צריך לפורטם כי רבים הם.

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 3:46 pm
דורך דערהויבענע איד
לדעתי איז אונזערע קהילות דומה צו די קירכע'ס אין די 1960'ס און פארדעם, ווי ס'איז אנגעגאנגען צדקה'ס מיט א פאלק'ס קיך, אא''וו.

קיינער צווינגט נישט צו גארנישט, און אוודאי מאכט עס נישט א דאלער ווייניגער ווערט, פאר קיינעם איז נישט קיין כבוד אז מ'דארף אנקומען צו דעם, און ס'איז נישט עפעס וואס א נצרך פילט אז ס''קומט מיר', אזוי ווי די הרגשה איז ביי די גאווערמענט וועלפעיר.


די היינטיגע רעכטע אין אמעריקא זענען אסאך פון זיי קריסטן וואס זענען מעמבער'ס אין א קירכע, און האבן א שטארקע סענס אף קאמיונעטי, און זענען זייער שטארק בעד אז די עיקר חיות פון א מענטש זאל זיין אין זיין קהילה, און אויב דארף ער הילף זאל עס קומען פון זיין קאמיונעטי, אעפ''כ זענען זיי קעגן די גאווערמענט זאל צונעמען פון מענטשן געלט, און עס טיילן פאר די ארעמע, די גאאוערמענט זאל בלייבן אין זייער פלאץ ווי זיי באלאנגען, און קרן עזר מיט עזר למזון זאל בלייבן אין זייער פלאץ און נישט ווערן מארגען א גאווערמענט אפיס.

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 4:03 pm
דורך שיינע איד
דער פאקט איז אז אינז זענען א סובייקטי ווי נעמען געלט פין צדקה איז נישט קיין בושה, א נהנה מיגועה כפו איז א חסרון

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 4:41 pm
דורך אלע צוזאמען
@אלפא האסט אפשר אויסגעהערט איינע פון ’בען שפירא’ס לעקטשור’ס אויף סאציאליזם/קאמעניזים?
ער ברענגט ארויס אקוראט די זעלבע נקודה אין כמעט יעדע שמועס ווי ער רייסט אראפ די פאקרימטע שיטה, אז יא, ווי קלענער די סירקיל ווערט ארום די מענטש, אלץ מער סאציעליסט’יש ווערט מען.

און טאקע קאפיטאליזים ביזן עק, איז די זעלבע נישט גוט ווי סאציאליזם.

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 4:57 pm
דורך berlbalaguleh
שיינע איד האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 4:03 pm דער פאקט איז אז אינז זענען א סובייקטי ווי נעמען געלט פין צדקה איז נישט קיין בושה, א נהנה מיגועה כפו איז א חסרון
דאס איז נאר ביי געוויסע שמאל-קעפיגע גרופס. ב"ה זיי זענען נאר א קליינע מינאריטי. רוב אידן זענען נאכנישט אזוי דום. דאס קומט אויך נאר ווייל זיי האבן באקומען א חינוך הקלוקל.

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: מוצ"ש אפריל 20, 2024 6:17 pm
דורך אלפא
אן אינטרעסאנטע פאראדאקס איז דא בכלל אין די היינטיגע וועלט, סיי ביי די רעכטע און סיי ביי די לינקע,
ביי די לינקע איז דאס אז פון איין זייט איז מען בעד ליבעראליזם און די אינדיווידואליזם פון יעדן יחיד, לעומת די גלאבאליזם אנשויאונג און דאס געדאנק פון האבן מער און מער צענטרעליזירטע רעגירונגען וועלכע נעמען אטאמאטיש אויך צו מער קאנטראל (און געוויסע רעכטן אלץ תוצאה).
און ביי די רעכטע איז פארקערט, זיי גלייבן מער בעצם און קאלעקטיוויזם און אין די כח הרבים פון קאמיוניטיס און אין דעם אז יחידים האבן ווייניגער רעכטן אין דעם זין, אבער עס קומט מיט א געוויסע מאס, צו גרויס איז נישט גוט פאר זיי, און ווען די רעגירונג קומט מיט דעות זענען זיי אלע דא פאר אינדיווידואלע רעכטן.

ביידע פאזיציעס זענען קאמפרעהענסיוו, און מ'קען פארשטיין און מסביר'ן די פילעזאפיעס און נואנסן דערפון, עס איז אבער אינטרעסאנט ארויסצוברענגען און זיין מודע דערפון - בפרט אין אונזער קאנטעקסט ווען אונזער אייגענע וועליוס האבן א מהלך פאר זיך (- צדקה וחסד - רידיסטריביושאן, קליינע גאווערנמענט - גרויסע רבנים מאכט, וכו') און עס איז אויך נישט ממש טענעבל אויפן ערשטן בליק אבער קען פארשטאנען ווערן אין מער נואנסד וועגן.

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:35 pm
דורך berlbalaguleh
אלפא: דער תמצית איז אז עקסטרעמיזם איז נישט גוט פון סיי וועלכע אידעאלאגיע.

ריין קאפיטאליזם וואו ס'אינטרעסירט קיינעם נישט וואס א צווייטער (ארימאן) טוט. און בלויז סאציאליזם וואו די רעגירונג האט א דיעה צו זאגן איבער א יעדן איינעם'ס פארדינסט. רעדיסטריביושן אוו וועלטה. ביידע וועגן פון גאווערנמענט טויגן נישט. נאר א מיקס פון ביידע מיט מאדערעישן און קאממאן סענס איז גוט.

אזוי ווי כ'האב שוין געזאגט. אין אמעריקע. וואו די גאווערנמענט וויל העלפן די ארימעלייט. קען עס אבער נישט קומען אויטאמאטיש אלס רעכט. נאר מ'מוז אדורכמאכן א טעסט אויב מ'איז קוואליפיצירט. אנישט הייסט עס סאציאליזם.

אונז היימישע אידן קענען (ב"ה) גוט נעוויגעיטן דעם סיסטעם. ס'נישט אז די אנדערע גרופס באקומען עפעס ווייניגער. זיי באקומען פון אנדערע מקורות און אופנים וואס ביי אונז אידן איז עס נאך (ב"ה) נישט שייך. דערווייל.

איך ווייס פון עטליכע געציילטע יחידים וואס האבן עס יא פרובירט און ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, מ'איז געגאנגען יושב'ן.

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:15 pm
דורך שמעקעדיג
זייער א שיינע ארטיקל, און גאר גוט אראפגעשריבן, ווי יעדע אלפא ארטיקל..

נאר איך מיין אז טראץ וואס דו ביסט גערעכט מיט אסאך נקודות, איז אבער קמחא דפסחא נישט עכט קיין ראי' לדבריך.

קמחא דפסחא איז, קודם כל, נאר געמאכט געווארן צו עסן ("קמחא"), נישט פאר קליידונג און אנדערע קאך כלים וועלכע די ווייב דארף. און דאס איז שוין אזוי זינט כלל ישראל איז א פאלק, שטייט שוין אין שו"ע אז מען טיילט אויס קמחא דפסחא און עס איז א חיוב פאר די בני העיר, הגם מען קען אפשר טראכטן אז אמאל איז נישט געווען אזא חילוק צווישן עושר און ארימאן (נישט אז עס איז געווען מער עשירים און ווייניגער עניים; אויב עפעס פונקט פארקערט), למעשה האט זיך אויסגעפארעמט אונזער לעבנס שטייגער אז צוויי מאל א יאר - די צוויי מאל ווען מען האט די גרעסטע הוצאות, ניסן און תשרי - פונקט דעמאלס קויפט מען איין נייע קליידער, פסח פאר זומער און סוכות פאר ווינטער (קענסט נאך צולייגן אז היינט איז שוין דא א דריטע סעזאן וועלכע קאסט אפ א מאיאנטעק, דאס איז די קעמפ/קאנטרי סעזאן, און אויך דאן דארף מען איינקויפן פרישע "קעמפ" קליידער...)

עכ"פ ווי געשריבן, אויף קמחא דפסחא אליינס איז נישט דא אזויפיל טענות, עס איז פארשטענדליך אז מצות קאסטן אפ אן אפותיקי און אזוי אויך אנדערע פסח עסן, וואס א ריזיגע פראצענט אידן, אפשר גאר דער רוב, דארף צוקומען צו פינאנציעלע הילף, ולא יחדל אביון מקרב הארץ. די טענות וואלט ענדערש געדארפט גיין פארוואס יעדער דארף איינקויפן אזויפיל טייערע קליידער יעדע יאר, פון נייע שטריימלעך ביי די טאטעס ביז די טייערסטע דאסטערס פאר די נשים (און צירונגען, צו יוצא זיין מצות שמחת יו"ט), און אלע ארומיגע צוגעהערן, פסח קויפט מען געווענליך אלע נייע זאכן וואס מען ווארט שוין דערויף א גאנץ יאר, ווי אפלייענסעס, נייע כלים, נייע בעטן וכו'.

וואס וויל איך דא? כ'ווייס אליינס נישט פונקטליך... איך קען פשוט באשטיין אז אידן זאלן נישט זיין אזוי אנגעווייטאגט אויף די קמחא דפסחא קאמפיינס. ביי אנדערע קאמפיינס פאלט טאקע אוועק אסאך געלט ווי אלפא האט שוין געשריבן, אבער ביי קמחא דפסחא מיין איך קען מען זאגן מיט א אפענעם מויל "מי כעמך ישראל", עס איז לא יאומן כי יסופר וויפיל צדקה וחסד עס גיסט זיך א ערב פסח.

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 4:46 am
דורך אלפא
ריכטיג! אבער וואס נעמט עס אוועק פון מיין פוינט?
ע"פ הלכה דארף מען זיכער מאכן אז יעדער האט ד' כוסות מיט מעל (קמחא) פאר זיין מצות, און איך גלייב אויך אז דער רמ"א וואלט געלאזט צוקויפן א קעסטל אייער מיט א זאק קארטאפל פאר דעם עני.

דאס אבער אז עס שטראמען צענדליגער (בלי גוזמא) גבאים פאר אנדערע קמחא דפסחא'ס יעדן איינציגסטן טאג, דאס איז ליידער נישט קיין סימפטאם פון א פארגרעסערטע כלל ישראל - דאס איז א סימפטאם פון מער ארעמקייט און ווייניגער אחריות אדער ווייניגער יכולת זיך צו באכלעפטשען מיט די הוצאות פון איין יו"ט. איך האב נישט געזען יענעם מקבל שפארן ביים מיעט באורד דעם פארגאנגענעם פורים, ניטאמאל האט דער שטופער געטראכט אז אפשר זאל ער צונעמען א דזשאב ווייל פסח איז אויפן האריזאנט, עס פעלט נישט אויס, ס'גיסט זיך ממילא קמחא'ס דפסחא'ס.

אבער ווי געזאגט, מיין סימפאטיע איז למעשה נישט געקומען פאר דעם עני (אדער ארטיפישעל עני) אליין, עס איז געקומען פאר די 10 קינדער וואס לויט מיין אנאליז זענען בעצם נכסי הכלל, און פאר זיי פיל איך אן התחייבות אריינצוצאלן, מארגן וועל איך טון וואס איך וויל און אנדערע וועלן אריינצאלן מיינע לעכער - עפעס אזא 'שמור לי ואשמור לך' בחינה, ווי יעדער זארגט פאר יעדעם, בבחינת 'קאמוניזם'.

זה הכל.

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 1:38 pm
דורך סביב העולם
אלפא האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 11:56 am
אויב איז יא דא איינער וואס דינגט זיך דערמיט איז עס לכאו' לעיזער קרויס פון קול מבשר (און מעגליך אסאך ליינער אן קיין שופר) וועלכע פראפאזירט שטארק אינדיווידואליזם און אז מ'זאל נוצן אייגענע געלט און בעיקר דעם אייגענעם מח, אבער לדעתי פארזעט ער די קאמפלעקציטעט און די איינגעדרייטקייט פון דעם סיסטעם בתוכינו אין מערערע אספעקטן ביינזאם.



א פרייליכן יו"ט אייך אלע!
זייער גוטע אנאליז פון אסאך אספעקטן.

אבער דער יעניגער וועם דו האסט דא צוגעצייכנט, צוזאמען מיט רוב וועלכע האבן גראנדיעזע פלענער אויסצוקרויזן דעם סיסטעם, נישט זיי פארזעהן די קאמפלעקסיטי - זיי איגנארן עס בשאט נפש ממש. ס'איז עכט אומרעלעוואנט וואס זיי זאגן, ווען מ'טוישט מהלכים און עצות ווי זאקן נאך וואס די סיסטעם בלאקירט געוויסע עצות וועלכע האבן אקארשט נעכטן אויסגעקוקט ממש ווי א קלארע נבואה און אומאפפרעגבארע מהלך.

למעשה, אויב ביסטו גרייט צו דאמפן דעם סיסטעם, מיט דיין ווייב און קינדער, אן קיין שום פארכט פאר די נאכווייען, האסטו נישט קיין פראבלעם טו בעגין וויטה... ס'איז דיר גענוג מצות פון עני הכשר וואס איז גוט, ס'איז דיר - און דיין ווייב און קינדער - גענוג גוט אלד נעווי און וואלמארט קליידונג, און מ'קען לעבן אויף מצה און סארדינס און די ביליגסטע כשר'ס וואס איז עכט נישט אזוי טייער אויב דו קעירסט נישט פאר סאסייעטי בכלל. די מינוט דו קעירסט א טראפ, יו קענט העוו איט באוטה וועיס. און ווער עס זאגט אנדערש איז א פשוט'ער אטענשאן סיקער. סארי.

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 9:23 am
דורך מאן דאמר
מי אנכי אז איך זאל אריין רעדן, ספעציעל אז ס׳איז מיר נישט
אויסגעקומען זיך צוצוגרייטן, אבער איך וויל אריין ווארפן דא א נייע פערספעקטיוו, פון אן עקאנאמישע שטאנדפונקט מיט אן די סאציאלער באשטיידענטייל וואס בעל כרחינו גייט האנט אין האנט מיט עקאנאמיע.

א פרייע מארקעט עקאנאמיע איז געשטעלט אויפן יסוד פון קאלעקטיוויזם, אז דער געזעלשאפט מיט זייער אייגענע וויסענשאפט, דאס הייסט די וויסענשאפט פון אלע יחידים צוזאמען, דאס וועט גיבן די input פאר די עקאנאמיע אז פראדעצירער זאלן וויסן וואס צו פראדעצירען, ארבייטער זאלן וויסן ווי צו ארבייטן וכו׳ , די input צו די עקאנאמיע זענען פרייזען, אז דער עפל פארמער זעהט אז דער עפל זאפט פארבריק צאלט א העכערע פרייז ווי די קאמפאוט פארבריק וועט ער פלאנצן עפל וואס זענען גוט פאר זאפט, און די אלע פארבריקען ווייסן וואס צו פראדעצירן לויט וויפיל דער גראסערי באצאלט און דער גראסערי ווייסט וואס דער קאנסומער באצאלט, דהיינו וואס מאכט די מערסטע פראפיט אין די געשעפט, און די זעלבע איז מיטן ארבייטער, ער וויל באקומען דעים בעסטן סאלערי און דער בעל הבית וויל דעים בעסטן ארבייטער, ממילא וועט זיך ארויסשטעלן אז דע געלונגענער ארבייטער וועט באקומען באצאלט מער ווי דער נישט אזוי געלונגענער פאר די ספעציפישע ארבייט פארשטייט זיך ואכמ״ל

און א וועלפעיר סטעיט, סאציאליזם, קאמעניזם אדער וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין געפעקעדזשט, איז איינע פון די יסודות א צענטראלער סיסטעם, דהיינו אז די עטליכע גאר קלוגע מענטשן, זיי געבן דעים input פאר די עקאנאמיע, זיי פארשטייען וועמען די זאלסט נעמען פאר אן ארבייטער, וויפיל די זאלסט אים באצאלן, וויפיל שטונדען ער מעיג ארבייטן, וויפיל רענט מעיג קאסטן וכו׳ ווייל דער יחיד דער ביזנעס אייגענטומער ווייסט נישט עכט וואס איז גוט פאר זיין ביזנעס, און דער ארבייטער ווייסט נישט פונקטליך וואס איז גוטנפאר אים, די צענטעראלע רעגירונג מיט א שטאב פון קלוגע מענטשן זיי ווייסן, ממילא די input צו די עקאנאמיע קומט פון די צענטראלע קלוגע באזעסענע מענטשן, און און א פולע קאמיניזם מאכן זיי די אלע החלטות וואס מען זאל פראדעצירן און וואס זאכן זאלן קאסטן און א סאציאליסטישע עקאנאמיע איז עס א געמישעכטס.

היוצא לנו מכל אלה לענינינו, מיטן שנארן פאר יעדע חתונה איז כמעט ווי א צענטראלע החלטה אז חתונה מאכן מוז קאסט מאה אלף ועוד, און קמחא דפסחא זייט אן דעים זעלבען חורבן אין פרילינג, ווען עס זאל זיין א פרייע מארקעט קאסטן חתונות וויפיל געלט די יחידים האבן וואס וואלט לכאורה געוועזן מער אין די צוואנציקער טויזענט (סתם א געס) פסח וואלט געקאסט גארנישט וכו׳, פרעגט זיך דער פראגע, וואס איז די גרויסע מאראלישע גענאדע פון די אלע צדקות ? אז די רוקסט מיר ארויף די פרייז אז אזוי איך זאל עס נאר קענען באצאלן דורך דיינע גענאדעס ?


צדקה האט זיך זיין פלאץ אין נויטפעלער, ווען אן אלמנה בלייבט אן א ברויטגעבער אדער ווען א יתום ברויך חתונה האבן, איינער איז שטערבליך קראנק וכו׳ , אבער ווען א מענטש מיט א פעטע סאלערי (רעלאטיוו צו די באפעלקערונג) קען נישט באצאלן גארנישט איז עס ווייל די input איז פאלש, דער וואס פארקויפט בלומען פאר חופות רעכענט אין די וועלט אריין ווייל א פרעמדער עסקן אין נישט דער מחותן, נוצט פרעמדע נדבנים׳ס געלט פאר א פרעמדע מחותן, ממילא וואס ער וועט בעטן וועט ווערן באצאלט, והיינו טעמא דמצה, די פרייזן אויף כשר׳ע עסן וכו׳


שוין, איך ברויך לויפן מבער זיין דעים זויערטייג…..

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 10:42 am
דורך אפטימיסטיש
מאן דאמר האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 9:23 am

און א וועלפעיר סטעיט, סאציאליזם, קאמעניזם אדער וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין געפעקעדזשט, איז איינע פון די יסודות א צענטראלער סיסטעם, דהיינו אז די עטליכע גאר קלוגע מענטשן, זיי געבן דעים input פאר די עקאנאמיע, זיי פארשטייען וועמען די זאלסט נעמען פאר אן ארבייטער, וויפיל די זאלסט אים באצאלן, וויפיל שטונדען ער מעיג ארבייטן, וויפיל רענט מעיג קאסטן וכו׳ ווייל דער יחיד דער ביזנעס אייגענטומער ווייסט נישט עכט וואס איז גוט פאר זיין ביזנעס, און דער ארבייטער ווייסט נישט פונקטליך וואס איז גוטנפאר אים, די צענטעראלע רעגירונג מיט א שטאב פון קלוגע מענטשן זיי ווייסן, ממילא די input צו די עקאנאמיע קומט פון די צענטראלע קלוגע באזעסענע מענטשן, און און א פולע קאמיניזם מאכן זיי די אלע החלטות וואס מען זאל פראדעצירן און וואס זאכן זאלן קאסטן און א סאציאליסטישע עקאנאמיע איז עס א געמישעכטס.
וואס פאלט דיר ביי אז די פאר עליטע וואס זיצן אויבן פונ'ם שטייסל זענען עפעס קלוגער פון דיר???

ער איז אפשר מער סעלפיש און קארופטירט פון דיר, אבער "קלוג?" וויאזוי מעסטו קלוגשאפט? דאס אז ער שטייט אין שפיץ פון א סיסטעם וואס חוץ רשעות און טאטאלע ארעמקייט האט עס נאך גארנישט צוגעגעבן פאר ציוויליזאציע, דאס מאכט אים קלוג??? אתממהה?

Re: היימישע קאמוניזם

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 10:48 am
דורך מאן דאמר
אפטימיסטיש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 10:42 am
מאן דאמר האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 9:23 am

און א וועלפעיר סטעיט, סאציאליזם, קאמעניזם אדער וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין געפעקעדזשט, איז איינע פון די יסודות א צענטראלער סיסטעם, דהיינו אז די עטליכע גאר קלוגע מענטשן, זיי געבן דעים input פאר די עקאנאמיע, זיי פארשטייען וועמען די זאלסט נעמען פאר אן ארבייטער, וויפיל די זאלסט אים באצאלן, וויפיל שטונדען ער מעיג ארבייטן, וויפיל רענט מעיג קאסטן וכו׳ ווייל דער יחיד דער ביזנעס אייגענטומער ווייסט נישט עכט וואס איז גוט פאר זיין ביזנעס, און דער ארבייטער ווייסט נישט פונקטליך וואס איז גוטנפאר אים, די צענטעראלע רעגירונג מיט א שטאב פון קלוגע מענטשן זיי ווייסן, ממילא די input צו די עקאנאמיע קומט פון די צענטראלע קלוגע באזעסענע מענטשן, און און א פולע קאמיניזם מאכן זיי די אלע החלטות וואס מען זאל פראדעצירן און וואס זאכן זאלן קאסטן און א סאציאליסטישע עקאנאמיע איז עס א געמישעכטס.
וואס פאלט דיר ביי אז די פאר עליטע וואס זיצן אויבן פונ'ם שטייסל זענען עפעס קלוגער פון דיר???

ער איז אפשר מער סעלפיש און קארופטירט פון דיר, אבער "קלוג?" וויאזוי מעסטו קלוגשאפט? דאס אז ער שטייט אין שפיץ פון א סיסטעם וואס חוץ רשעות און טאטאלע ארעמקייט האט עס נאך גארנישט צוגעגבן פאר ציוויליטעט, דאס מאכט אים קלוג??? אתממהה?
איך רעד נישט פון א ספעציפישע מענטש, איך בין מסביר די געדאנק, ווען א קליינע גרופע מענטשן זאגן פארן גרויסע ציבור וואס צו טוהן אוטאמאטיש מיינט דאס אז זיי האלטן אז זיי פארשטייען בעסער, למשל הייסן דעים עולם זיך איינשליסן אין שטוב ביי קאוויד נאכער וואס מען האט שוין מסביר געוועזן פאר דעים עולם וואס די סכנה איז, פארוואס לאזטו יענעם נישט אליינס באשליסן (דארט איז גראדע געווען אןמאויסרייד פון לתועלת הציבור), אפילו מען זאל מסכים זיין אז די קליינע גרופע מענטשן האבן די וויסנשאפט פון איין פערצענט פון די ציבור, אבער דער ציבור קאלעקטיוולי וועט אלץ זיין קלוגער ווייל זיי האבן למעשה 99% פון די וויסנשאפט, דאס איז כמעט די יסוד פון די מחלוקה צווישן רעכטס און לינקס

(נאך א משל קען זיין הייסן מענטשן וויאזוי צו אדרעסירן אנדערע מענטשן אדער אנצונעמען א gender, ווייל דער עולם וןייסט דאך נישט ווער איז וואס, די קליינע גרופע חכמים מיט טיפע סברות צווינגען דעים עולם אנצונעמען זייער מיינונג, אבער פאר די משל קען מען שוין כאפן שלעק ממילא איז עס איינגערינגעלט)