בלאט 1 פון 1

אין מפטירין אחר פסח אפיקומן

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 8:38 am
דורך יאסל ראקאווער
די טייטש פון די ווערטער איז נאך די קרבן פסח עסט מען נישט dessert.

אפיקומן אין גריכיש איז dessert. זרע באגעלייגט פון וויקיפדיה. חז"ל וואס האבן פסח נאכגעמאכט א רומישע-גריכיש freedom celebration פארטי (פורים איז א פערסישע סטייל פארטי) האבן אבער געזאגט נאך די פארטי פון פסח עסט מען נישט קיין dessert. מיט דאס מאכט מען נישט נאך די גריכישע-רומישע menu. שפעטער איז די טייטש פארדרייט געווארן צו אפיקומן-די מצה וואס מ'האט אוועק געלייגט און די טייטש איז געווארן כאילו; אין מפטירין אחר פסח ואפיקומן. מ'עסט נישט גארנישט נאך די "אפיקומן מצה".

וואס איך זאג איז, ווען אונז זעמיר ווען חז"ל וואלט די סדר געהאט influences פון א July 4 פארטי וכו'.

אויב עטץ ווילסט הערן מיר וועגן די סדר און רומישע גריכישע פארטיס, כרוך לי סידור.

בעט אן פאר מער אינסייט צו פארשטיין the Roman Greek style restaurant menu וואס חז"ל האבן דא פרובירט אונז צו געבן מיט די סדר. די מערסטע קעניגליכע אטמעספערע זיי זענען געווען familiar מיט.

Re: אין מפטירין אחר פסח אפיקומן

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 8:45 am
דורך יאסל ראקאווער
פאלט מיר יעצט איין דאס איז וואס די בעל הגדה זאגט, זאגט פאר די חכם די מקור פון די סדר, פארצייל אים וואס איז די mood פון די סדר. פארצייל אים די טייטש פון אין מפטירין אחד פסח אפיקומן עט ער כאפן אז די סדר איז נישט קיין עבודה. ס'איז א פארטי.

Re: אין מפטירין אחר פסח אפיקומן

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 9:27 am
דורך בונה של טוב
גראדע האב איך געהערט וועגן א אידישן דאקטער וואס טענה׳ט

אז אידן האבן אדאפּטעד אנשטאט dancing girls אפיקומן
און עס געטוישט פאר dessert אפיקומן

דאכטצעך יואל מאטוועיעוו אין די יידיש פארווערט האט גערעדט וועגן דעם א צייט צוריק

און קוקנדיג וואס וויקיפידיע זאגט:

After dinner revelry
or entertainment

קען עס אפשר שטימען.

ס׳דא scholars -זאגט וויקיפידיע- וועלכע גלייבן אז אפיקומן איז א קאמבינאציע פון צוויי ווערטער: אפי (ארויסגעזאגט epi)
קומיון - וועלכע זענען צוויי גריכישע ווערטער.
epi = מיינט ווי אן עפּילאג
קומיון = ווי קאמעדיע - וואס איז אין לאַטין ווי טעאטער

צוזאמען מיינט עס entertaining finale
אין אידיש: אונטערהאלטן דעם עולם פאר׳ן פארענדיגונג

תמצית הדברים
די היינטיגע ניסוך פון סדר נאכט איז גאר ווייט פארקראכן פון ארגינעלן באדייט
און איך פלעג זיך טאקע וואונדערן אלס קינד: ווי קומט עס אז מ׳דארף זיך פילן ווי בני מלאכים (איינע פון די סיבות פאר׳ן קיטל און זיך אנלענען אויפ׳ן קישן) אבער די גאנצע סדר פילט מער ווי א קנעכטשאפט, אבער יעצט פארשטיי איך שוין.

Re: אין מפטירין אחר פסח אפיקומן

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2024 1:02 am
דורך פרמש
פון דאס זעט מען וואו הארב דו עניין פון תערובת איז געווען אז ס'איז נישט בייגעפאלן פאר די אמוראים אז די משנה מיינט דו גריכישע entertainment.

Re: אין מפטירין אחר פסח אפיקומן

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2024 1:46 am
דורך yesiknow
בונה של טוב האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 9:27 am גראדע האב איך געהערט וועגן א אידישן דאקטער וואס טענה׳ט

אז אידן האבן אדאפּטעד אנשטאט dancing girls אפיקומן
און עס געטוישט פאר dessert אפיקומן

דאכטצעך יואל מאטוועיעוו אין די יידיש פארווערט האט גערעדט וועגן דעם א צייט צוריק

און קוקנדיג וואס וויקיפידיע זאגט:

After dinner revelry
or entertainment

קען עס אפשר שטימען.

ס׳דא scholars -זאגט וויקיפידיע- וועלכע גלייבן אז אפיקומן איז א קאמבינאציע פון צוויי ווערטער: אפי (ארויסגעזאגט epi)
קומיון - וועלכע זענען צוויי גריכישע ווערטער.
epi = מיינט ווי אן עפּילאג
קומיון = ווי קאמעדיע - וואס איז אין לאַטין ווי טעאטער

צוזאמען מיינט עס entertaining finale
אין אידיש: אונטערהאלטן דעם עולם פאר׳ן פארענדיגונג

תמצית הדברים
די היינטיגע ניסוך פון סדר נאכט איז גאר ווייט פארקראכן פון ארגינעלן באדייט
און איך פלעג זיך טאקע וואונדערן אלס קינד: ווי קומט עס אז מ׳דארף זיך פילן ווי בני מלאכים (איינע פון די סיבות פאר׳ן קיטל און זיך אנלענען אויפ׳ן קישן) אבער די גאנצע סדר פילט מער ווי א קנעכטשאפט, אבער יעצט פארשטיי איך שוין.
לא זכיתי להבין אפילו מילה אחת.
כלפי הסדר יש ענין של לחם עוני ויש ענין של חירות לייק ביפאר ענד עפטער.

עז איז גארנשט פארקראכען כידוע המעשה בבני ברק שאירע באותו הלילה לפני אלפים שנה עד שתחטפנו שינה .
שבת שלום ומבורך וחג שמח