א גוט מועד יעדער איינער!
קודם כל א גרויסן יישר כח פאר
@ששון ושמחה פארן צולינקן דעם נייע אויסגאבע. אזוי האב איך נאך עקספיעט עס ארויסצודרוקן און ליינען אביסל איבער יו"ט.
______
מיינע צוויי צענט.
התנצלות: איך קען נישט די שרייבער דארט, איך ווייס נישט ווער עס נוצט די עכטע נאמען און וועלכע זענען פען נעמען, און אזויווי איך דריי מיר נישט אויפן סאציאלן געוועב (חוץ קאווע שטיבל..) בין איך ניטאמאל באקאנט מיט די באקאנטע - א שטייגער ווי הערשקא, חיימא, והמסתעף, און אויב מאכן דיזע ידיעות אויס און אפלערנען אזא אויסגאבע דאן זענען ידי מסולקת הימנה נאך איידער איך הויב אן.
ערשטע אימפרעשאן: אויפן ערשטן בליק קוקט עס אויס ווי א חידוש - אבער אן אויסגאבע אינעם מאטעריאליסטישן ראלם. דהיינו, אנדערש ווי #מייסטערווערק #קאווע שטיבל #וועקער וועלכע גייען מער מיטן 'אויפגעקלערטן' מהלך - די מהלך פון השכלה אויס מ'קען עס אזוי באצייכענען, איז 'פליישיג' (-שמו מוכיח עליו) מער דא פאר גשמיות און שפילט אריין אין די מער-פאפולערע קולטור וועלכע באשטייט פון ליידיגקייט און דיסטרעקציע. אייוועלט איז אפשר נישט די בעסטע ביישפיל דא, אבער די וואטסעפפ קולטור ביי אונז דאכט זיך איז אין דעם קאטעגאריע.
עס איז א שמועס פאר זיך בכלל וויאזוי אונזער סאסייעטי פארט און רוקט זיך, און איבער דעם שפאלט צווישן די פארלוירענע השכלה מאוומענט פון וואס מ'ענדיגט נישט ציטערן לעומת דעם לעבעדיגן פראסטקייט וואס הערשט און מ'אדרעסירט עס כמעט נישט. מעגליך א צווייטס מאל.
- אטאמאטיש זענען די ארטיקלען דארטן מער פלאך ווי די מעין סטריעם ארטיקלען דא אין שטיבל - שוין אפגערעדט פונעם וועקער און מייסטערווערק.
בכל אופן זענען דא דארטן א געמיש פון נושאים און ארטיקלען, געוויסע בעסער געשריבן און אנדערע שוואכער, געוויסע וועלכע וואלטן אויך געפאסט אויף אייוועלט, געוויסע דאהי, און געוויסע און ביידע נישט, נאר טאקע אין 'פליישיג'.
די גראפיקס און אויסשטעל איז זייער כמעשה, הגם די עריכה והגהה איז גאנץ שוואך, ווי שפעטער ערווענט.
______
לאמיר יעצט גיין איינס ביי איינס לויטן סדר פון די ארטיקלען (ביז וואו איך האב אנגעיאגט דערווייל):
שיטה -
כנגד ארבעה בחורים - דורך חסיד היה
הייבט אן מיט א (טעלעגראם) שטודיע - וויפיל טאטעס ווייסן פון זייער בחורים'ס סמארטפאן.
ברענגט ארויס אז עס זענען דא פיר סארטן בחורים, די מתמידים/עובדים, די כמעשה'דיגע, די פראבלעמאטישע, און די ארויסגעפאלענע.
ער באציט זיך צו די פראבלעמאטישע - ווי ער זאגט באקומען זיי די ווייניגסטע אויפמערקזאמקייט און חיזוק.
און דא ענדיגט זיך דעם ארטיקל... טוטס דערמיט וואס עטס ווילטס.
די שרייבעריי שבו איז נישט עפעס אויסטערליש, נאר איין אמעראצישן טעות גלייך ביים אנפאנג וואס האט נערווירט, ער ציטירט 'דוד המלך' פארן מאמר "צדיק ורע לו רשע וטוב לו" - וועלכע איז א חז"ל (ברכות ז. בשם משה רבינו גראדע) און נישט קיין פסוק אין תהלים.
עשרת הדברות -
איז חסידות פארגעסן געווארן? - דורך שלמה גאלד
רייסט אראפ וויאזוי פון א ליבליך תנועת החסידות האט זיך עס דערקייקלט מער און מער צו א דיקטאטורישן קאנטראלירענדע סעקטע אין כלל ישראל, און צום שלוס געבט ער האפענונג אז עס זענען נאך ב"ה יא פארהאן היינט געוויסע וואס זענען נישט פארשלעפט אין די פאלשע 'תורת הבעל שם' נאר האבן עס ריכטיג ארויס.
זיין פענע איז נישקשה
(- קען מיר איינער מסביר'ן דעם ווארט?!), איך האב הנאה געהאט ווי ער - מיט א ברייטקייט - ערלויבט זיך צו אנאלאזירן דעם דיבור 'אנוכי ה' אלוקיך', און אויך ווי ער לייגט אראפ דען התייסדות החסידות דורך
'אן עלנדע מענטש - א וואוילע איד מיטן נאמען ר' ישראל - געבוירן צו א טאטן ביי די הונדערט און אויפגעוואקסן צווישן די ביימער וועלכע האט אים ערלויבט צו קענען טראכטן אביסל ברייטער'.
חשבון הנפש -
צו ביסטו דער? - דורך לייבוש הכהן
א מעשה מיט א קינד - אן אויסגעווארטע קינד, וועלכע איז געווארן אינוואליד נאך אן עקסידענט און די עלטערן אנשטאט צו שלום מאכן מיטן מצב האבן אים פשוט און גראב ארויסגעשטעלט אויפן גאס.
עד כאן המעשה!
איך בין נישט זיכער דעם כוונת הכותב - אויב איז בכלל געווען א כוונה.. ער איז אבער א דראמאטישע שרייבער, און די נקודה איז ליידער ריכטיג אין אנדערע דיימענסיעס פונעם לעבן.
העדליינס - דורך טעגליכע נייעס
"
פראבלעמען מיטן 911 סיסטעם", "
ווילסט נישט צאלן, וועסטו גיין צו זיץ B35",
זעלענסקי איז טועם די געשמאקע KEDEM גרעיפ דזשוס",
אינגנעטי דראון כאפט א קלאפ" "אויפן גנב'ס קאפ ברענט דעם היטל", ליינען זיך די קעפלעך.
איר זענט הערצליך מכובד זיי צו ליינען מער דעטאלירט אינעם אויסגאבע!
משום איזה סיבה האקט זיך די לעצטע פאראגראף אפ אינמיטן אויסרעדן..
שורה'לעך -
ערעוו פייסעך (בניגון 'בערל', מאטי אילאוויטש) - דורך אלי שטיימעץ
נישט געליינט..
די נשמה פלאם פון מיכאל - דורך ארי הערשקא
אינטערוויוס מיט ר' פנחס מרדכי וועבער, ר' ליפא שמעלצער, ר' ישעי' פוקס, ר' הערשל דייטש, ר' אברהם'לע שפירא, און ר' נפתלי משה שניצלער, איבער זייער צוזאמען ארבייט מיט מיכאל'ן.
דאן אן אינטערוויו מיט ר' הערשל גינסבורג פון לאנדאן וועלכע האט אראנדזשירט פאר מיכאל.
איך האב נישט געליינט באריכות די אינטערוויוס, פשוט ווייל עס איז שוין די צוואנציגסטע אין דעם סעריע, און איך מיין איך האב שוין געהערט וואס עס איז דא צו הערן אויף מיכאל'ן יהא זכרו ברוך.
(נאך) איין טעות הדפוס: די אינטערוויו מיט הערשי גינסבורג האט נישט קיין טייטל אדער קיין הקדמה צו אריינפירן אז עס איז א נייע ארטיקל
(איך האב נאר געכאפט פונעם בילד)..
אויב מעג איך זיך ערלויבן א ווארט. איך פערזענליך האב קיינמאל נישט געגליכן ר' מיכאל'ס ניגונים און סטיל פון זינגעריי (כולל זיין שטומע), איך האב אלס געהאט דעם געפיל אז עס איז היבש פראסט/ליידיג און נישט ממש פאר מיינע געהירן. מיט מיין הקדמה'לע דא שטומט עס אבער זייער גוט, ווייל אין א וועג רעפרעזענטירט מיכאל זייער שטארק דעם מאטעריאליסטישן קולטור, וואו 'איי לאוו יו האשעם' איז שוין די טיפסטע געטראכט, עס גייט זייער אין איינקלאנג מיט דאס אז ער איז געווארן אזוי סעלעבריטירט אויף קול מבשר - אייוועלט - און וואו נישט, און עס איז טאקע נישט מער ווי פאסיג פאר זיין בילד צו ערשיינען אויפן פראנט קאווער פונעם ערשטן שטיקל 'פלייש'.. וד''ל
מענטש -
בלוט ווי וואסער - דורך ראובן גרין
א שמועס איבער בוליאינג..
אויך נאך איינס אין די סעריע פון 'אויפגעקלערטע' נושאים צום טיש.. נישט צו טיף נישט צו שלעכט... 'OK' ווי מ'רופט עס.
פעפער -
פאליציי ביים טיר - דורך אלי שטיימעץ
א דראמאטישע מעשה'לע פון א בעל חוב וואס האט נישט געוואלט באצאלן און פלוצלינג באצאלט, עפעס אן השגחה פרטית מיט א פאליציאנט...
פרעגט מיר נישט מער, ווייל איך ווייס אויך נישט...
נאר איין אויסדרוק וואס כ'האב געליינט צום ערשטן מאל און הנאה געהאט - '
די זון האט געהאלטן אינמיטן איר טעגליכן ארבייט'..
אכשר דרא -
א בליק אריין אין צען גרעסטע ערפונדונגען - דורך חיים טעסלער
קיו טיפס, נעגל קליפער, היי הילס, פעמפערס, טוילעט פאפיר, סיריעל מיט מילך, רוקן קראצער, ברעיסעס, טוילעט פלאנדזשער. ווער - און ווען מ'האט זיי ערפינדן.
קודם, די סעלעקציע פון חפצים איז היבש אינטרעסאנטלעך דא, קען זיין עס דערציילט מער איבערן שרייבערס רוטין ווי איבער 'ערפינדונגען'.. who knows?!
צווייטנס, איז עס נאר ניין נישט צען, און זענען זיכער נישט די 'גרעסטע' ערפינדונגען (מילד גערעדט).
און דריטנס, איז דא א טעות ביים לעצטן פאראגראף ווי ער שרייבט אז די פלאנדזשער איז ערפונדן געווארן אין ניו יארק יארע 1874 דורך John Hawley וועלכע האט געלעבט פון 1958 ביז 2021, - טאקע א גאון צו ערפינדן עפעס פארן געבוירן ווערן... אינטרעסאנט איז אויך אז דאס איז די זעלבע נאמען ווי דער וואס האט פארבעסערט די 'סיריעל מיט מילך' אין יארע 1876. עס פאדערט זיך אביסל מער סדר מיין איך..
שיינט צו זיין אן ארטיקל צו מאכן די זאך 'קאלירפול' - אלטערנאטיווע היסטאריע זענען געהעריג וועלקאם..
גוג ומגוג - דורך לוי מאזעס
שטייענדיג אין יארע 2054 מיטן נארוואס אויסגעבראכענע קריג צווישן אמעריקא מיטן שטאַט אריזאנע, לייגט דער שרייבער פילפארביג אראפ די היסטאריע וועלכע האט אריינגעשפילט אין דעם קאנפליקט, און וויאזוי ביידן'ס געפעלשטע וואלן פון יארע 2024 האבן צוגעפירט צום יעצטיגן מצב. אויספירענדיג מיט א ברכה עס זאך ח''ו נישט שאדן קיין שום איד ש'טייצעך.
דאס איז א מעסטערפיעס!!
זיין דראמא, זיין רעאליזאציע, זיין דמיון, און זיין סענס אוו היסטאריע איז א 10+.
ער פלעכט גאר קינצליך אריין די אנגייענדע פאליטישע מצב אין לאנד מיט די פאטענציאלע ציווילע-קריג, אויך פארגעסט ער נישט פונעם רוסלאנד-NATO (אריזאנע-CSTO) אנאלאגיע אריינצושמירן ביים ענדע.
איך רעג מיך נאר אויף דעם וואס ער נייגט כמעט דעם גאנצן ארטיקל אנקעגן ביידן און די דעמאקראטן. אבער ווער בין איך צו זאגן, אפשר קומט זיך עס מיט רעכט פאר זיי?!
עבדים היינו -
א בליק אויף די תקופה פון שווארצע קנעכטשאפט - דורך אלי שטיימעץ
א דראמאטישע ערציילונג פון א קנעכט מיטן נאמען סאלאמאן וועלכע איז ברוטאל פארקנעכטערט געווארן צום צווייטן מאל שוין נאך זיין באפרייאונג, ביז צו זיין ענדגילטיגע פרייליכע באפרייאונג.
גאר גוט און רעאליסטיש אראפגעלייגט דעם -ווייטאגליכע- קאפיטל אין היסטאריע. עס האט מיר אביסל דערמאנט דעם בוך 'איך וועל דיר ראטעווען' איבער די אידישע תקופה אין מצרים..
די ענדע איז נאר אביסל צו פיקציאנאל (עס וואלט שוין בעסער געווען צו ענדיגן ביטער..).
די ארטיקל האט אפאר ספעלינג טעותים, א שטייגער ווי צילוב (-צוליב), צירוק (-צוריק), און חוליק (-חילוק).. אויך האקט די בילדער פון אונטן אביסל אריין אין די ווערטער, אבער ווי געזאגט שיינט די הגהה ועריכה נישט צו זיין אמבעסטן..
די נאכפאלענדע ארטיקלען האב איך נאכנישט אנגעיאגט.
אבער די '
ראגעלע' ביים ענדע האט אפאר גוטע, צווישן זיי; ''
האלאו, לאמיר מאכן א סעלפי. אנטשולדיגט! פארוואס דארפסטו יענעם אין דיין סעלפי? טרעף דיר מיט דיר אליין!!"
'
'איין פלעק אויפן ציצית דארף נישט ברענגען קיין צווייטע''
''
בלי גוזמא'' איז א חלק פונעם גוזמא''.
און דעם 'גראדן קרומקייט' אנאליזע האב איך אויך געגליכן.
_______
ביז דא איז וואס איך האב (דערווייל) צו זאגן.
אויבן אויף שיינט עס נישט אזוי שלעכט אלס אן איידיע, איך וואלט זיי נאר געראטן אפשר נישט צו זוכן סתם אנצופולן בלעטער, ענדערש זאלן זיי האבן די פאר גוטע זאכן און פארקוקן אויף די שוואכערע. אבער עס איז למעשה ממילא up to them וויאזוי זיי ווילן זיך ברענדן. קען איך זיי נאר וואונטשן גרויס הצלחה און נאך א גרעסערן קלייענטעל!