בלאט 1 פון 1

האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2024 10:29 pm
דורך פרוכט זאפט
א גוטן מועד!

ס'גלייבט זיך נישט, אבער דעם חוה''מ פסח תשפ"ד ווערט שוין 25 יאהר, א האלבע יובל, זייט די היסטארישע חוה''מ פסח תשנ"ט ווען מהר''א מסאטמאר, דעמאלטס גאב''ד קרית יואל, האט געדארפט אויפגענומען ווערן אלס רב הצעיר, און איז געקענסעלט געווארן בשעת אלפי ישראל זענען געוועהן פארזאמעלט אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני.

דאס האט נאכדעם געברענגט ווילדע ראיאטן אויף בעדפארד עוועניו, און א יאהר שפעטער די הכתרה פון האדמו''ר מהרז''ל אלס וויליאמסבורגער רב.