חומרות אויף פסח והשלכותיה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 242
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

חומרות אויף פסח והשלכותיה

שליחה דורך Chasidishmashpia »

א געזונטע זומער!.
האלטן מיר שוין נאך פסח, מגרייט זיך צו א פרישע זמן... מיינע מחשבות ווירבלען זיך נאך אויף די נושא פון חומרות אויף פסח. יעדע מיט זיינע חומרות כל אחד בחומרותיו הטוב יבורך. די שאלה איז, לאזט דאס טאקע איבער א טראומע אויף די נעקסטע גענערעשאן?
האט זיך ארומגעדרייט א קליפ ווי א מגיד איז מסביר אז די סיבה פארוואס די קינדער זענען נישט ממשיך אין די חומרות פון זייער עלטערען איז ווייל די טאטע מאכט עס אויף נישט א בא'טעמ' טע אופן וכו'. און עס טראמאטיזירט די קינדער וכדומה.
איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט א אינגערמאן דערוועגן, ער טענה'ט אז ביי זיי אין שטוב אלס קינד איז געווען כל מיני חומרות און טאקע נאכן חתונה האט אפגעלאזט רוב חומרות אבער ער זאגט אז עס האט גארנישט מיט טראומע, אלס קינד האט ער זייער הנאה געהאט פון די חומרות יעצט האלט ער פשוט נישט דערביי... ער האט נישט קיין נערווען... אבער זיין טאטע האט עס קיינמאל נישט געמאכט אויף א אומבאטעמטע אופן און ער האט נישט קיין שום טראומע דערפון. אלזא, איז מיין שאלה , איז חומרות א זאך וואס לאזט טראומע אדער עס ווענט זיך פשוט כל אחד ואחד לפי כוחות הנפש דיליה איינער האט יא נערווען פאר דעם און איינער נישט או אפשר לומר אז היינו הך, די נישט האבן נערווען איז א געוייסע טראומע וצ"ע.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר