בלאט 1 פון 1
חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2024 9:52 pm
דורך Chasidishmashpia
א געזונטע זומער!.
האלטן מיר שוין נאך פסח, מגרייט זיך צו א פרישע זמן... מיינע מחשבות ווירבלען זיך נאך אויף די נושא פון חומרות אויף פסח. יעדע מיט זיינע חומרות כל אחד בחומרותיו הטוב יבורך. די שאלה איז, לאזט דאס טאקע איבער א טראומע אויף די נעקסטע גענערעשאן?
האט זיך ארומגעדרייט א קליפ ווי א מגיד איז מסביר אז די סיבה פארוואס די קינדער זענען נישט ממשיך אין די חומרות פון זייער עלטערען איז ווייל די טאטע מאכט עס אויף נישט א בא'טעמ' טע אופן וכו'. און עס טראמאטיזירט די קינדער וכדומה.
איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט א אינגערמאן דערוועגן, ער טענה'ט אז ביי זיי אין שטוב אלס קינד איז געווען כל מיני חומרות און טאקע נאכן חתונה האט אפגעלאזט רוב חומרות אבער ער זאגט אז עס האט גארנישט מיט טראומע, אלס קינד האט ער זייער הנאה געהאט פון די חומרות יעצט האלט ער פשוט נישט דערביי... ער האט נישט קיין נערווען... אבער זיין טאטע האט עס קיינמאל נישט געמאכט אויף א אומבאטעמטע אופן און ער האט נישט קיין שום טראומע דערפון. אלזא, איז מיין שאלה , איז חומרות א זאך וואס לאזט טראומע אדער עס ווענט זיך פשוט כל אחד ואחד לפי כוחות הנפש דיליה איינער האט יא נערווען פאר דעם און איינער נישט או אפשר לומר אז היינו הך, די נישט האבן נערווען איז א געוייסע טראומע וצ"ע.
Re: חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2024 10:11 pm
דורך דברי שלום
מיין מאמע פלעגט נעמען יעדע חומרה וואס מ'האט געקענט, סיין פון מיין טאטע'ס מנהגים און סיי פון איר עלטערן'ס מנהגים, אזוי אויך אויב זי האט געהערט א שיינע מנהג פון איינעם.
היינט ב"ה טוה איך די מימימום חומרות פשוט ווייל פון א חלק עקל איך מיר, און א חלק האב איך טראמע.
טאקע די פסח האט מיין מאמע זיך אויסגעדריקט אז פסח קען מען נישט ווערן זאט סא מ'עסט אביסל און שוין.....
Re: חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2024 10:55 pm
דורך צקון לחש
אידן זענען מקיים הלכה מיט אלע דקדוקים און הידורים אבער ס'העלפט נישט, הקב"ה קוקט נישט אין אונזער דירעקציע, איז די איינציגע עצה צו מרבה זיין חומרות על גבי חומרות ביז ער וועט נישט האבן קיין ברירה און אונז צוריק נעמען, בב"א
Re: חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 6:42 am
דורך Chasidishmashpia
צקון לחש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 30, 2024 10:55 pm
אידן זענען מקיים הלכה מיט אלע דקדוקים און הידורים אבער ס'העלפט נישט, הקב"ה קוקט נישט אין אונזער דירעקציע, איז די איינציגע עצה צו מרבה זיין חומרות על גבי חומרות ביז ער וועט נישט האבן קיין ברירה און אונז צוריק נעמען, בב"א
כולו האי ואולי
Re: חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 9:55 am
דורך yesiknow
דברי שלום האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 30, 2024 10:11 pm
מיין מאמע פלעגט נעמען יעדע חומרה וואס מ'האט געקענט, סיין פון מיין טאטע'ס מנהגים און סיי פון איר עלטערן'ס מנהגים, אזוי אויך אויב זי האט געהערט א שיינע מנהג פון איינעם.
היינט ב"ה טוה איך די מימימום חומרות פשוט ווייל פון א חלק עקל איך מיר, און א חלק האב איך טראמע.
טאקע די פסח האט מיין מאמע זיך אויסגעדריקט אז פסח קען מען נישט ווערן זאט סא מ'עסט אביסל און שוין.....
די זיידעס פלעגין זאגין הפסח אינו נאכל ,פסח עסט מען נישט..
פשוט א פלא ווייל די סארט אידען נעמען פון אלע חלוקות אין שטאט העכירע זאכין
Re: חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 10:59 am
דורך כרם זית
איך האב פינקט געטראכט אז גט האט גוט געטון מיטן מונע זיין די עונג יום־טוב פון געבראקטס פון זיינע חסידים'לעך. וויבאלד די חסידישער גענעטע ביי יונגערלייט פון פערציג ביז די זיבעציג איז אז די פונטן לייגן זיך אן. אן געבראקטס עסט מען טריקענע מצה מיט גרויס אפעטיט. שטעלטס אייך פאר די ריקעריי אויב מען קען בראקן...
Re: חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 5:53 pm
דורך berlbalaguleh
די אלע חומרות ווענדט זיך אויב ס'ווערט געטון בטוב טעם ודעת. לפי המקום והזמן.
מיין מאמע האט געקאכט אויף פסח מיט א "פרימוס" (קענסט נאכקוקן אויף "גוגל"). אלס זכר פון די מיטשענישן אין ארץ ישראל בראשית שנות התחלת המדינה (הטמאה). ווייל אונז האבן געוואוינט אין א מדינה וואו ס'איז נישט מעגליך געווען צו האבן א פסח'דיגן געז רענדזש.
מיין טאטע האט אויפגעקאכט צוקער און געמאכט א "ליקוויד" ווייל ס'איז נישט געווען קיין צוקער כשר לפסח. אויך האט מען ביי אונז נישט געניצט קיין פלעסטיק טישטעכער אום פסח. ווייל ס'זענען געווען שמועות אז די פלעסטיק ווערט אויסגעארבעט מיט אלקאהאל. משא"כ היינט ווען ס'איז אלעס דא כשר לפסח מיט א השגחה. ווער ס'טוט נאך די אלע און אנדערע זאכן איז עס סתם נארישקייטן. און אבסעסיע. ווער רעדט נאך איבער דעם עניין פון נישט "מישן" זיך. ס'איז פשוט א דזשאוק. די זעלבע "העיליגע" אידן וואס קויפן עפעס א פסח'דיגע פראדוקט פון סטאר דאס הייסט שוין געמישט זיך.
Re: חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 6:26 pm
דורך קלוגע יודל
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 5:53 pm
די אלע חומרות ווענדט זיך אויב ס'ווערט געטון בטוב טעם ודעת. לפי המקום והזמן.
מיין מאמע האט געקאכט אויף פסח מיט א "פרימוס" (קענסט נאכקוקן אויף "גוגל"). אלס זכר פון די מיטשענישן אין ארץ ישראל בראשית שנות התחלת המדינה (הטמאה). ווייל אונז האבן געוואוינט אין א מדינה וואו ס'איז נישט מעגליך געווען צו האבן א פסח'דיגן געז רענדזש.
מיין טאטע האט אויפגעקאכט צוקער און געמאכט א "ליקוויד" ווייל ס'איז נישט געווען קיין צוקער כשר לפסח. אויך האט מען ביי אונז נישט געניצט קיין פלעסטיק טישטעכער אום פסח. ווייל ס'זענען געווען שמועות אז די פלעסטיק ווערט אויסגעארבעט מיט אלקאהאל. משא"כ היינט ווען ס'איז אלעס דא כשר לפסח מיט א השגחה. ווער ס'טוט נאך די אלע און אנדערע זאכן איז עס סתם נארישקייטן. און אבסעסיע. ווער רעדט נאך איבער דעם עניין פון נישט "מישן" זיך. ס'איז פשוט א דזשאוק. די זעלבע "העיליגע" אידן וואס קויפן עפעס א פסח'דיגע פראדוקט פון סטאר דאס הייסט שוין געמישט זיך.
מען קען קאכן מיט א פרימוס פאר גאנץ פסח?
אלס געממינט אז עס פאר אביסל עסן ווען מען גייט קעמפינג
Re: חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 9:08 pm
דורך berlbalaguleh
אונז האבן טאקע געהאט 2. איינמאל האט זיך איבערגעקערט א גרויסער טאפ מיט די פסח'דיגע עסן און די גאנצע מאשינקע. און ס'איז געווארן א שטיקל פייער. ווייל די קעראסין נפט האט אויך ארויסגערינען. איך בין נאך דאמאלס געווען א יונגל. איך האב זייער שטארק מורא געהאט. נאר מיין טאטע און מיין מאמע האבן פארלאשן די פייער. מ'האט זיך טאקע זייער שטארק געמוטשעט אנצוגרייטן לכבוד פסח. ממילא זענען די אלע חומרות געווען אין פלאטץ. נאר היינט ווען אלעס איז שוין בעז"ה צוגעשטעלט דארף מען נישט איבערטרייבן מיט די חומרות.
Re: חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 10:08 pm
דורך יאנקל בעל העגלה
אמאל האב איך געמיינט אז די מנהגים איז הונדערטער יארן אלט, אבער זייט איך האב אויסגעפינען אז רוב באשלוסן וואס אין וויפל זיך צו מישן איז אפשר צוויי צו דריי דורות ארויף האט עס פארלוירן מיין גאנצע ריספעקט...
Re: חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 10:55 pm
דורך הכנה דרבה
רעבעצין געשמאק קומט אריין קלאר
Re: חומרות אויף פסח והשלכותיה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:59 pm
דורך [NAMELESS]
א חסיד איז געגאנגען צום רב מיט א שאלה
מצה איז אריין געפאלען אין די טשאלענט, וואס טוט מען?
דער רב זוכט ארום אין די שו"ת און ער זאגט = סארי איך קען דיר נישט העלפען, איך טרעף נאר שאלות וועגען משהו חמץ, אבער משהו מצה רעדט קיינער נישט....