בלאט 1 פון 1

טעות סופרי"ם

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 3:45 am
דורך סמרה
טעמע: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דריידל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:02 pm האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?
איך האב אמאל מיטגעהאלטן ר' מאטל זילבער נאכן דאווענען די ערשטע מעריב פון 'ותן טל ומטר' האט ער זיך דערמאנט אז ער האט פארגעסן צו זאגן, און ער איז אריינגעגאנגען אין זיין צימער איבער צו דאווענען

Re: טעות סופרי"ם

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 7:56 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
אינטערסאנט מיין (x) רבי זז"ג האט אמאל פארגעסן טל ומטר, אבער ער האט געזאגט אז די גויאישע קאלענדער האט געמאכט א טעות אין עס איז נאכנישט דעצעמבער 4... און אז צדיקים קענען משנה זיין די תקופה אויכעט,
ביי די ספירה ציילען איז אויך געווען אזא ענליכע מעשה... זאגנדיג אז די צדיקים זענען קובע וועלכע טאג היינט איז...

Re: טעות סופרי"ם

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 10:44 am
דורך סוף טוב הכל טוב
סמרה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 3:45 am טעמע: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דריידל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:02 pm האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?
איך האב אמאל מיטגעהאלטן ר' מאטל זילבער נאכן דאווענען די ערשטע מעריב פון 'ותן טל ומטר' האט ער זיך דערמאנט אז ער האט פארגעסן צו זאגן, און ער איז אריינגעגאנגען אין זיין צימער איבער צו דאווענען
אינטערסאנט ווייל די ערשטע מעריב באדארף מען נישט איבערדאווענען עז פער משנה ברורה

Re: טעות סופרי"ם

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 2:16 am
דורך LIVE112233
וויזניץ מאנסי זצ"ל האט איבער געדאוונט אויפן פלאץ ביים פארגעסן יעלה ויבוא

Re: טעות סופרי"ם

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 2:28 am
דורך berlbalaguleh
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:56 am אינטערסאנט מיין (x) רבי זז"ג האט אמאל פארגעסן טל ומטר, אבער ער האט געזאגט אז די גויאישע קאלענדער האט געמאכט א טעות אין עס איז נאכנישט דעצעמבער 4... און אז צדיקים קענען משנה זיין די תקופה אויכעט,
ביי די ספירה ציילען איז אויך געווען אזא ענליכע מעשה... זאגנדיג אז די צדיקים זענען קובע וועלכע טאג היינט איז...
שמחה'לע קאפשטיק: ביטע לייג אריין די מעשה ביי "מילתא דבדיחותא".

דאס דערמאנט מיך די מעשה פון דעם גרויסן רעבי'ן וואס האט באקומען א טעלעגראם אז ער האט געוואונען די לאטערי. און די דאטום אפצונעמען די גרויסע געווינס וועט זיין שבת. אין די הויפטשטאט פון די עסטרייכישע מלוכה, וויען.

דאס האט געשאפן אן ערנסטן פראבלעם. ס'האט זיך געהאנדלט פון א סכום עצום. די חסידים האבן זיך געוואונדערט וואס די רבי גייט טון? מ'קען דאך נישט לאזן פארפאלן ווערן די געלט. ס'איז דאך אבער שבת קודש.

די רבי, זייענדיגע א גרויסער בעל מופת האט זיך שבת אינדערפריה נאכ'ן דאווענען וותיקין און נאך קידוש ארויפגעזעצט אויף זיין וואגן. ווען אלע חסידים שטייען ארום איהם. פלוצלינג האט די רבי אויפגעהויבן זיינע הייליגע הענט און ער האט געזאגט..."שבת אהער, שבת אהין. איך פאר קיין וויען"...פון ביידע זייטן איז געווען שבת. דארט וואו די רבי איז געפארן איז נישט געווען שבת...!

Re: טעות סופרי"ם

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 2:58 am
דורך סתם אזוי
מנחת אלעזר האט געזאגט פאר אן אייניקל פין חתס, ס'געווען א חתם סופר, כתב סופר, חתן סופר, דו ביסט א טעות סופר.

Re: טעות סופרי"ם

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 6:49 am
דורך [NAMELESS]
איך האב עס געהערט בשם הרב פישמאן-מיימון אויף דער דעת סופר

Re: טעות סופרי"ם

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 2:29 pm
דורך סתם אזוי
דאכט זיך איך האב עס געזען אין עולמו של אבא, ( א אשכול פאר זיך)

Re: טעות סופרי"ם

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 4:35 pm
דורך טל ומטר
אזוי האבן אמאליגע צדיקים זיך געפירט ווען עס האט זיך געמאכט ביי זיי א טעות. און יא, עס האט זיך געמאכט...

אזוי ווערט געברענגט אין ספר אמרי פנחס פון הרב הקדוש רבי פנחס מקאריץ זי"ע
אמרי פנחס.png
אמרי פנחס 2.png

Re: טעות סופרי"ם

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב אמאל געהערט גאר א גרויסן רעבי'ן (ביי זיינע חסידים, זיכער) וועלכער איז געווען ביי זיינ'ס א משפחה שמחה און מ'האט איהם מכבד געווען מיט בענטשן ראש חודש. און ווייל ער האט זיך זייער שטארק צו פייערט און ער איז געפלויגן אין די הימלען האט ער געזאגט דעם ראנג חודש און דעם טאג וואס ר"ח גייט זיין.

די בושות זענען געווען זייער גרויס. ספעציעל ביי די אפיקורסים. מיין רבי האט איבערגענימען. און ער האט שטילערהייט איבערגעזאגט דעם ריכטיגן חודש און טאג...! וקדושתו ורוח קדשו של הרבי הגדול והנורא במקומו עומדת...!

די חסידים האבן זיך נעבעך באגראבן פאר בושה...!