א דאנק פאר די חשובע רעדאקטארן

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

א דאנק פאר די חשובע רעדאקטארן

שליחה דורך היכי דמי »

שטייענדיג נאך יו"ט פסח און דורכבלעטערענדיג טויזענטער זייטן פון ענגלישע און אידישע ליטעראטור מוז מען ארויסברענגן הכרות הטוב פאר די רעדאקטארן פון היימישע ליין מאטריאל וואס זייער ארבעט איז געווען גאר מערקבאר דעם יום טוב.

עס איז נישט קיין סוד אז אידישע אויסגאבעס שטייען אין א גאר שווערע פאזיציע ווען זיי דארפן צושטעלן רייכע חומר און זיך צושטעלן צו די סיסטעם גאר שטארק, און אלעס וואס דו ווילסט ליינען, טארן זיי נישט שרייבן. עס איז דא מגיהים און מיינונג זאגער איבער'ן ים, מען זוצט אויף איי וועלט און מען קייט דורך יעדע אויסגאבע, יעדע ארטיקל, יא גוט, נישט גוט, ממש ווי קליינע קינדער, און איך בין זיכער אז דאס גיבט עטוואס דרוק פאר די רעדאקטארן. איבערהויפט ווייסט מען אז קרית יואל'ער וועד שטייט און קייט איבער יעדע שורה וואס ווערט נאר געדרוקט, און ארטיקלעך פליען רעכטס און לינקס. אלזא שטייען זיי אין א ווינקל ווי יעדע צווייטע אינטערסאנטע נושא אדער פערזענליכקייט וואס דו ווילסט ליינען קען מען נישט באשרייבן, און מיט דעם אלעם האבן זיי אלע אהערגשעטעלט הערליכע און מעכטיגע פראיעקטן וואס איז כשר, אינטערעסאנט און ציענד.

איך בין נישט דא צו דעבעטירן וועלכע אויסגאבע האט צוגעשטעלט בעסער אדער שוואכער, דא איז נישט איי וועלט ווי יעדע שרייבער פון אן אויסגאבע איז פארנומען מיט זיינע פופצן ניקס צו שטימען אויף צענדעליגער פאולס וואס ווערן ארויסגעלייגט טעגליך אויף אלע אופנים, איך בין נאר דא צו באדאנקן די חשובע רעדאקטארן פון אלע אויסגאבעס און צייטונגען פאר'ן ארבעטן שווער און צושטעלן גאר רייכע ארטיקלעך און חידושים.

אידישע ליין מאטריאל איז געוואקסן היסטאריש די לעצטע פאר יאר, און אונז האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די ענדלישע אדער העבאריש.

אלע דריי מאגאזינען האבן אפגעהאלטן הערליכע רייזעס און נסיעות צו אינטערסאנטע ערטער און לענדער.

מאמענט האט אונטערגענומען א געוואגטע נסיעה צום ווייטן, קאלטע רוסלאנד, וואס איז אין טיפע קריג'ס צייטן, און זיי האבן אראפגעשיקט זייער שרייבער ארי ווייזער צו ברענגן א גרוס פון אונזער אידישע ברודער אין רוסלאנד.

די וואך/שריפט האט געהאט א אינטערסאנטע נסיעה קיין טורקמעניסטאן דורך זייער רייזענדער משה קליין, און אויך אן אינטערסאנטע באזוך ביים סיקרעט סערוויס טרענירונג צענטער אין וואשינגטאן דורך שמעון יואל קליין, ווי זיי האבן געשמועסט מיט עטליכע אגענטן און פירער, אריינגערעכענט דער וואס האט געדרייווט פרעזידענט אבאמא וואס איז גאר אינטערסאנט געווען.

א בליק/שטיבל האט געהאט א באזוך אין וואשינגטאן אין קאנגראס ווי זיי האבן אפגעהאלטן שמועסן מיט עטליכע קאנגרעסלייט צווישן זיי טעד קרוז, מייק לאולער, פעט רייען, און נאך.

דאס איז חוץ פון נאך צענדעליגער אינטערסאנטע ארטיקלעך וואס איז געווען העכסט אינטערסאנט און ציענד, אבער איך האב נאר אנגעכאפט די נסיעות וואס דא קען מען באמערקן די שווערע ארבעט און הארוואניע וואס די אויסגאבעס ארבעטן אייך צו ברענגן א שמחת יו"ט.

עס איז אריבער די צייטן וואס צו ליינען אן אינטערסאנטע ארטיקל יום טוב דארף מען ליינען די עמי אדער העבראישע משפחה.

ישר כח רעדאקטארן, אייער ארבעט איז אנערקענט!
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

Re: א דאנק פאר די חשובע רעדאקטארן

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

גם אני מצטרף לכל הנ"ל. די היימישע מאגאזינען האבן אריינגעלייגט אסאך כוחות און צווישן אלע זעקער פובליקאציעס איז ארויסגעקומען עטליכע שיינע ארטיקלן.

בנוגע די רייזעס און נסיעות וואס דו מערקסט אהן, וויל איך ארויסברענגן די קאנטראסט פון עטליכע יאר צוריק:
איך האט געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 1:13 am [עס] וואונדערט מיר גאר שטארק פארוואס עס לוינט זיך פאר אזא פאבליקאציע ווי א בליק אפצוהאלטן אזא טייערע‏ טריפ וואס ענטהאלט פלי-קאסטן, האטעלן, פאטאגרעפירערס, דרייווערס א.א.וו., זייער אוידיענץ איז זייער שמאל (נאר חסידים) און למיטב ידיעתי נאר אין די טריי סטעיט עריע, און אפילו דא אליינס האבן זיי די וואך אלס קאמפעטישען יעדע וואך און מאמענט ווען עס קומט צו ימים טובים. אתמהה.
פיר יאר שפעטער, רוב קאווער סטאריעס/באזוכן זענען לאקאל אדער לאו-קאוסט:
- יו ען (מאמענט)
- ליקוי חמה (קינדער שטוב)
- וואשינגטאן (שטיבל)
- סיקרעט סערוויס (שריפט)

- רוסלאנד: אן איינצעלער שרייבער אין אן אהערגעשטעלטע לאנד (מאמענט)
- טורקמעניסטאן: א פריוואטע רייזע (שריפט)

איך רעדט בכלל נישט פון די קוואליטעט און שווערע ארבייט וואס גייט אריין, איך רעד דייקא פון די חלק וויפיל אזעלכע טריפס קאסטן.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: א דאנק פאר די חשובע רעדאקטארן

שליחה דורך אלפא »

איך האמיר געקויפט דעם מאמענט (און פארשאפט דעם 'פליישיג'), און איך האב אדורכגעבליקט דעם שטיבל ביי א צווייטן אינדערהיים.

פערזענליך בין איך יא געווען אנטוישט פון די חומר אין די אויסגאבעס.

עס שיינט צו מיר ווי רוב אויסגאבעס - חוץ פון וואס זיי זענען דא פאר געלט און די פרי מארקעט ביי אונז דיקטירט נישט דוקא קיין קוואליטעט - זענען זיי אביסל אויסגעלאפן פון געדאנקען.
די פאקט אז אויף רוב דעקלעך פיגורן שוין נישט קיין זינגערס, עסקנים, גרושים, אדער ביזנעסלייט, נאר זאגאר 'משפיעים און רביים', דאס אליין איז א שטיקל אינדיקאציע אז מ'האט שוין פארנוצט רוב פאפ-נושאים.
יעצט, קיין וועקער אדער מייסטערווערק ארטיקלען גייט מען ממילא נישט טרעפן אין די אויסגאבעס, און איך גלייב ניטאמאל אז עס וואלטן געווען קונים אויף טיפערע געדאנקען. הגם די הדסים האט טאקע יא בדרך כלל א 'נושא' אלס זייער הויפט ארטיקל (לאפוקי אן אינטערוויו אדער נסיעה), און עס זעט טאקע נישט אויס צו זיין אזוי פאפולאר, מן הסתם איז עס אבער אויך געבינדן מיט נאך פאקטארן.
פארוואס אבער נאר אינטערוויוס און נסיעות למען השם? אויב נישט קיין חכמה ומדע דאן כאטש מער ארט און פאעזיע.

בכלל איז לעצטנס דא אן אנשיקעניש פון שרייבער, הוגי דעות, ארטיסטן, היסטאריקער, אינטערוויוערס, און אלסווייסערס, וועלכע פארפלייצן דעם היימישן מארקעט. הגם עס איז נישט דוקא קיין אידישע פענאמינאן נאך וואס סאציאלע מידיע האט געשאנקען א פלאטפארמע און אילוזירענדע אודיענצן פאר די מאסן (ואני בתוכם - ווען נישט קאווע שטיבל בין איך נאך יעצט נישט קיין מיינוג-זאגער..), עס איז אבער יא א פראבלעם אין אונזער מארקעט, וואס ווי געזאגט לויפט די קאמפעטישאן אויף זייער א קראנקע אופן, און עס איז נישט באמת די קוואליטעט - אפגערעדט חכמה - וואס פרעוועילט...

_______

איך האב יא פערזענליך זייער הנאה געהאט פון ארי ווייזער'ס נסיעה קיין רוסלאנד און די שמועס מיט רב לאזאר - עס איז א מאסיווע אינטערנעמונג און א קנאקעדיגע ארטיקל - פון א ריין דזשורנאליסטישע פערספעקטיוו, עס פאקט זיכער איין טאקער קארלסאנס איינזייטיגע אפשאצונגען דארטן, הגם עס איז היבש פאקוסירט אויף די אידישע לעבן ווי ערווארטערט.

די אינטערוויו מיט יואל אשר לאבין איז אויך געווען זייער באלערנד און עמאציאנאל.

ווי אויך האב איך מיר געפריידט אז אלי' יואל גליק איז געווען א משגיח מן 'החלונות' אלס א גאסט קאלום.

און איבער נחום קלאפטער'ס - פסיכא-אנאליזע שמועס אין די נפשי האב איך שוין ערווענט דא.


otherwise, איז עס טיפיקעל מאמענט סטאף, וואס הגם די שרייבער זענען זייער גוט, זענען די נושאים שוין אויסגעדראשן און איבערגעקייט.
-ר' מאטל זילבער פאר ווער ס'דארף.
-שלומי שטיימעץ וועלכע בלאזט פון זיך. (יא, איך ווייס אויך אז אויף אייוועלט גייט דער עולם ניסלעך פאר דעם שמועס..)
-א באזוך ביים יו-ען הויפטקוואטיר וואס פארציילט נישט קיין סאך.
א.א.וו. ניטי גריטי אינטערוויוס און באשרייבונגען.

_______

דער שטיבל ווי עס שיינט האט סתם א מיסיע אנצופילן בלעטער, ניטאמאל איז די שרייבעריי עפעס מורא'דיג.
פילצאליגע רובריקן פון איין בלאט - משפיעים, מחנכים, בעלי דרשנים, עסקנים, און וויכטיג מאכער..
אפי' אזא פראיעקט ווי דער העכט וועלכע האט זיך פארשטעלט ווי א גוי, באציט זיך די ארטיקל מערסטנס צו די הכנות און איבער די פארשטעלאכטץ פראצעדור - ווי צו די עצם אויספרעגן אידן אויפן גאס...
'אמר הכותב', איז אויך עפעס אזא פורים'דיגע פראיעקט פון ישיבה ארויס..

צופיל מער האב איך נישט אנגעיאגט צו ליינען דארטן.


________

למעשה בין איך נישט זיכער צו עס ווערט באמת ווייניגער אינטרעסאנט, אדער צו זיי לויפן טאקע אויס פון געדאנקען און נושאים און מ'דארף מעלה גרא זיין אויף געקינצעלטע אופנים.
אדער מעגליך אז איך בין פשוט געווארן ברייטער (און אויך א שריפטשטעלער - וויפיל עס מאכט אויס), און חוץ פון קאווע שטיבל או מייסטערווערק ציען מיר שוין נישט קיין עמך ארטיקלען אזוי שטארק.


אזוי צו אזוי מיין איך מ'קען עפלייען עלענאר רוזוועלט'ס ווארט: "נארישע אויסגאבעס מאכן אינטערוויוס (-מענטשן), עוורידזש אויסגאבעס באשרייבן נסיעות (-עווענטס), און גוטע אויסגאבעס דיסקוסירן געדאנקען"..

מ'דארף נאר זען ווי פאעזיע און ארט פאסט זיך אריין אין דעם עקוועישאן, ווייל דאס איז יא א מקום ווי מ'קען זיך נאך אויסצייכענען (ע"ע פינחס גלויבער, אלי' יואל גליק, יואל גליק, געציל בערקאוויטש, וכו'..) און מ'דארף טאקע טויגן דערצו.

_______




(הבהרה, דאס איז נישט געזאגט געווארן אלס קיין מוקפ'דיגע אנאליז איבער די אויסגאבעס, ניטאמאל האב איך זיי געהעריג אדורכגעליינט צו קאמענטירן.. עס איז מער מיינע אנעקדאטאלע אויפפאסונגען בשעת'ן בלעטערן)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א דאנק פאר די חשובע רעדאקטארן

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך וויל דא מגיב זיין א ביסל אויף אלפא'ס אפשאצונג איבער די קוואליטעט פון די ארטיקלען אין די יו"ט אוסגאבעס. און א ביסל מיט א הומאריסטישן/סארקאסטישן בליק.

די ארטיקלען און בכלל ליין מאטעריאל אין די יו"ט אויסגאבעס זענען דייקא נישט קיין טיפזיניגע ארטיקלען וועלכע פאדערן א סאך מחשבה. נאר ענדערש אינפארמאטיוו אויף א מער פשוט'ן אופן. ווייל אום יו"ט/חוה"מ האט דער עולם נישט קיין געדולד און יישוב הדעת פאר העמק דבר. מ'איז פארנומען מיט די שפעטע דאווענען און די סעודות . און חוה"מ איז מען די מערסטע פארנומען מיט די טריפס און פראגראמס וואס מ'גייט האבן מיט די קינדער.

יעצט גיי מיר שיפטן גיערס...!

מילא דער מאמענט (דארט וואו דער הייליגער איד הרב חיים שלמה בערגער שליט"א שרייבט זיין קאלום לעניית דעתי.) איז דאך שוין פון לאנג באוויסט צו זיין א שייגעץ א ציוני און א ליובאוויטשער. ער ברענגט א יעדע צווייטע וואך אן אינטערוויו מיט עפעס א חב"ד'סקער "ראביי". (איך ווייס נישט וואו ער טרעפט זיי). נאר ס'איז נאך געווען איין ערליכער צייטשריפט די וואך/שריפט פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. איז מעשה שטן הצליח (ס'נאר די סיטרא אחרא) און זיי האבן דעם פארגאנגעגנעם יו"ט געברענגט עפעס א מעשה מיט א געראטעוועטע ספר תורה. דארט אויפ'ן פיקטשער זעהט מען 2 ליובאוויטשער (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) מיט אראפגעבויגענע היטן און קורצע רעקלעך וואו זיי האלטן א ס"ת. (וואס מסתמא האט א ציוני אריינגעשריבן דארט אן אות. און דאמאלס איז עס דאך פסול אזוי ווי הרב בערגער האט שוין מברר געווען בטיב טעם ודעת). נאך א מזל אז דער אויף די רעכטע זייט פון פיקטשער האט א הויעכן הוט. ער איז דאך א ספק בעלזער אדער וויזשניצער. וואס ביידע טויגן נישט . זיי זענען דאך אגודה, רח"ל כבר אמרנו. און זיי נעמען געלט פון די מדינה.

אשר על כן האבן זיך די ערליכע אידן צוזאמגענימען. הרב הערשל קלאר און צימערמאן און בערל בעל עגלה. אונז רופן אויס א גרויסע און מעכטיגע מחאה ביי די אפיסעס פון די וואך און שריפט. אויב זיי גייען נאכאמאל אריינלייגן אן ארטיקל וואס האט צו טון מיט ליובאוויטש וועט מען אויסרופן אויף זיי א חרם חמור. און גאנץ וויליאמ-פעסט די עיר הקדשה וועט מער נישט ארייננעמען אין שטוב די טמא'נע ציוניסטישע אויסגאבע.
יאנקל בעל העגלה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: א דאנק פאר די חשובע רעדאקטארן

שליחה דורך יאנקל בעל העגלה »

קומט זיך קרעדיט פאר וואס די איד האט זיך געעפנט אביסל מיטן אינטערוויוען אברהם מרדכי מלאך אין אפילו אפגעהאלטן א באזוך ביי די בלויע גמרות הויפטקווארטירן
פארשפארט